אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין"
ק (←לעבנס געשיכטע: עטוואס שנעלע הגהה) |
ק (←זיינע קינדער: אויסדרוק) |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין: | ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין: | ||
{{ציטוט|תוכן=וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.|מקור={{תנ"ך|בראשית|מו|כא}}}} | {{ציטוט|תוכן=וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.|מקור={{תנ"ך|בראשית|מו|כא}}}} | ||
די גמרא אין [[מסכת סוטה]] ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס ס'האט געדארפט צו ארויסקומען פון [[יוסף]], און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף{{הערה|{{בבלי|סוטה|לו|ב}}}}. | די גמרא אין [[מסכת סוטה]] ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס ס'האט געדארפט צו ארויסקומען פון [[יוסף]] און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף{{הערה|{{בבלי|סוטה|לו|ב}}}}. | ||
אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?{{ציטוט|אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מג|ל|מפרש=רש"י}}: מפים מפי אבי למד}}. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.|מקור={{תנחומא|ויגש|ד}}}} | אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?{{ציטוט|אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מג|ל|מפרש=רש"י}}: מפים מפי אבי למד}}. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.|מקור={{תנחומא|ויגש|ד}}}} |
רעוויזיע פון 08:48, 23 נאוועמבער 2023
קבר בנימין (נאבי ימין) נעבן נווה ימין | |
געבורט | צווישן בית אל און בית לחם, ארץ ישראל |
---|---|
פטירה | מצרים |
בִּנְיָמִין (ב'ר"ח – י"א חשון ב'שכ"ו) איז א תנ"ך פערזענליכקייט, דער יונגסטער זון פון יעקב און רחל. פון בנימין איז ארויסגעקומען שבט בנימין.
לעבנס געשיכטע
בנימין איז געבוירן אויפ'ן וועג צווישן בית אל און אפרת[1], וואס דאס איז בית לחם[2]. לויט ילקוט שמעוני איז ער געבוירן אום י"א חשון[3], און אזוי אויך לויט ספר היובלים[4]. לויט מדרש פסיקתא רבתי איז ער געבוירן פרילינג צווישן פסח און שבועות[5]. מיט בנימין איז געבוירן אן עקסטערע צווילינג מיידל, אויסער די איינע וואס איז געבוירן מיט יעדן פון די שבטים[6]. זיין מאמע רחל איז אוועק ביי זיין געבורט, און זי האט אים דאן גערופן בֶּן-אוֹנִי[7] - דער זון פון מיין פּיין[7.1]. זיין טאטע יעקב האט דאס געטייטשט 'בן כוחי', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס טראגט אויך דעם באדייט[7.2]. בנימין איז דער איינציגסטער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל.
דער נאמען בנימין איז צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" - 'זון', און "ימין" - 'שטארקייט', 'דרום זייט' אדער 'טעג'. אין די מפרשים זענען דא עטליכע טייטשן אויפ'ן נאמען בנימין: 1) א זון וואס איז געבוירן אין דרום[7.3], וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק[8] צָפוֹן וְיָמִין אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער[7.4]. לויט דעם איז ימין אזוי ווי ימים, ווי אינעם פסוק[9] לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים[7.5].
בנימין איז א ברודער פון יוסף אויך פון זיין מאמע'ס זייט. ווען יעקב'ס קינדער זענען אראפ קיין מצרים צו שאפן עסן, האט יוסף, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, געבעטן אז זיי זאלן ברענגען זייער ברודער אויף וואס זיי האבן געזאגט אז ער איז געבליבן מיט זייער טאטע אין כנען וויבאלד ער איז דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל. נאך וואס זיי האבן זיך צוריק געקערט מיטברענגענדיג בנימין מיט זיי, האט יוסף באפוילן זיינע מענטשן צו באהאלטן צווישן זיינע זאכן זיין זילבערנע בעכער, און דערנאך זיי נאכיאגן, אפשטעלן, און "טרעפן" די "גע'גנב'טע" בעכער ביי די זאק פון בנימין, אויסרופנדיג אז ווער עס וועט זיך ביי אים געפינען די בעכער וועט ווערן פארשקלאפט צו יוסף[10]. זעענדיג אז מ'האט געטראפן דעם בעכער ביי בנימין האבן די ברידער צעריסן זייערע קליידער, דערפאר האט מרדכי, וואס האט געשטאמט פון בנימין, צעריסן זיינע קליידער ביי די גזירה פון המן[11]. ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט, זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויף דעם אנדערן'ס האלז און געוויינט[12].
ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין, האט ער געבענטשט בנימין:
בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל.
די גמרא זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב חטא אדם הראשון. די אנדערע זענען עמרם, ישי, און כלאב דער זון פון דוד. אזוי אויך איז בנימין איינער פון די זיבן וואס אין זיי האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט, ווי די גמרא טייטשט אריין אין די ברכה פון משה: ״וּלְבִנְיָמִין אָמַר: יְדִיד ה׳, יִשְׁכֹּן לָבֶטַח עָלָיו״[13]. די אנדערע זעקס זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן און מרים הנביאה[14].
דער בית המקדש איז געווען אין שבט בנימין'ס נחלה, צוליב וואס בנימין איז נישט געווען קיין שותף ביי מכירת יוסף און אויך איז ער דער איינציגסטער פון די שבטים וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל[15]
דער של"ה שרייבט אז בנימין האט געהאט א קדושה מער ווי די אנדערע ברידער, וויבאלד ער האט זיך נישט געביקט צו עשו. דעריבער זענען ארויסגעקומען פון אים מלכים[16].
זיינע קינדער
ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין:
וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.
די גמרא אין מסכת סוטה ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס ס'האט געדארפט צו ארויסקומען פון יוסף און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף[17].
אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?
אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה[18]. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.
לויט ווי עס איז געשילדערט אין ספר הישר האט בנימין חתונה געהאט זייענדיג אלט צען יאר מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זוהן (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג אלט 18 יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד)[19].
זיין קבר
פארהאן אפאר מסורות ארום די פלאץ פון זיין קבר. אין "ספר הישר" געפינט זיך א מסורת אז בנימין איז באערדיגט געווארן ארום ירושלים ביי די נחלה פון זיין שבט: ”...וישימו אותו בארון ויותן ביד בניו[20]. ואת בנימין קברו בירושלים נגד היבוסי אשר ניתן לבני בנימין[21]”.וועגן די מסורת, איז געווען אזעלכע וואס האבו געטענהעט אז זיין קבר איז אין א מערה אין נבי עוכשא אויף שטרויס גאס אין ירושלים, אבער די אידענטיפיקאציע האט נישט קיין מקור[22].
נאך א מסורת שטעלט אוועק אז זיין קבר איז אין די געביידע נבי ימין וואס איז אין שטעטל נווה ימין וואס ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען, און עס איז א טייל פון א פובליק ארט פון די צייטן פון די ממלוכישע רעגירונג וואס איז געבויעט געווארן מיטן באפעל פון דער אמיר תנכז אלחוסאמי, מיליטערישער הערשער פון יענע צייטן (14'טער יארהונדערט) איבער ארץ ישראל. נאך א מסורת שטעלט אוועק זיין קבר ערגעעצוואו אין "רומי זעירתא", דאס איז ח'רבת א-רומה, נעבן בקעת בית נטופה וואס איז אין גליל התחתון; אבער עס איז נישט באקאנט קיין קלארע לאקאציע[23].
שבט בנימין
שבט בנימין איז איינס פון די צוועלף שבטי ישראל און ער איז פון די קינדער פון די פערטע מאמע רחל. איינער וואס געהערט צו שבט בנימין ווערט אנגערופן אין לשון פון תנ"ך "יְמיני", און אפאר ווערן אנגערופן: "בני ימיני" אדער "בני בנימין".
שבט בנימין איז געווען דער קלענסטער שבט ביי יציאת מצרים. דורכאויס די רייזע אין מדבר האט דער שבט געשפרייזט נעבן שבט מנשה און שבט אפרים, מערב זייט פון אוהל מועד. ביים אריינגיין אין כנען האט ער פארמאגט א מיליטער פון 45,600 קעמפער.
אין די היסטאריע פון די שבט איז אריינגערעכנט אויך א ברודער קריג מיט די אנדערע שבטים, צוליב די פרשה פון פילגש בגבעה, וואס דעמאלט איז שיעור פארניכטעט געווארן די שבט[24].
שאול, דער ערשטער אידישער קעניג, איז געווען פון שבט בנימין. ביי די צייטן פון דוד איז געשלאסן געווארן א בונד צווישן שבט בנימין און שבט יהודה, וואס האט זיך געצויגן אויך נאך זיין טויט. נאך גלות בבל האבן די צוויי שבטים צוזאמען מיט שבט לוי און טייל פון שבט שמעון וואס זענען געווארן אסימילירט אין נחלת יהודה געשאפן די אידישע פאלק, און די אנדערע עשרת השבטים זענען פארלוירן געגאנגען ביז היינט.
שער בנימין אין צפון זייט פון ירושלים האט באקומען זיין נאמען וויבאלד ער האט געפירט צו א געגנט וואס האט געהערט צו די שבט. ירמיהו דערמאנט ”בְּשַׁעַר בִּנְיָמִן הָעֶלְיוֹן, אֲשֶׁר, בְּבֵית ה'”[25].
לויט די מפרשים, די שטיין אין חושן וואס פארטרעט אים איז די שטיין ישפה, דאס האט אהרן הכהן געטראגן צוזאמען מיט די אנדערע שטיינער פון חושן אויף זיין הארץ.
צו ליינען מער
- זאב ארליך (עורך), "...לפני אפרים ובנימין ומנשה...", קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985.
דרויסנדע לינקס
- "ציון המצוינת פון בנימין משבטי קה בן יעקב אבינו ורחל אמנו", אשכול אויף אייוועלט
- מידיע און בילדער איבער בנימין אויף וויקיקאמאנס
רעפערענצן
- ↑ בראשית לה, טז
- ↑ ווי יעקב אבינו דערציילט שפעטער פאר יוסף ”וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם”. בראשית מח, ז.
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב
- ↑ פרק לב פסוק לט, זעט אין מהדורת כהנא (עמוד רפ"ו) אז די ריכטיגע דאטום איז י"א חשון
- ↑ יעל לוין, בדמיך חיי - על לידת בנימין ומות רחל, אויף "דעת"
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ב, פסקה ח'
- ↑ בראשית לה, יח.
- ↑ תהלים פט, יג.
- ↑ דניאל יב, יג.
- ↑ בראשית מב–מד.
- ↑ מדרש תנחומא פרשת מקץ פיסקא י'
- ↑ בראשית מה, יד
- ↑ דברים לג, יב
- ↑ שבת נה, ב; בבא בתרא יז, א.
- ↑ מכילתא דרבי ישמעאל, פרק יט פסוק יח
- ↑ של"ה, וישב, מקץ, ויגש, תורה אור
- ↑ סוטה לו, ב
- ↑ רש"י, בראשית מג, ל: מפים מפי אבי למד
- ↑ ספר הישר, וישב כא
- ↑ ספר הישר, שמות ז, עמ' רכז
- ↑ ספר הישר, יהושע י
- ↑ היסטארישע אויפדעקונגען : ביים פריש אנטפלעקטע קבר בנימין, אויף א בליק וועבזייטל
- ↑ זאב ווילנאי, מצבות קודש בארץ ישראל, ירושלים, תשכ"ג, זייט קיז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שופטים יט; כא.
- ↑ ירמיהו כ, ב
יעקב'ס קינדער | ||
---|---|---|
קינדער פון לאה | ראובן • שמעון • לוי • יהודה • יששכר • זבולון • דינה (טאכטער) | |
קינדער פון רחל | יוסף • בנימין | |
קינדער פון בלהה | דן • נפתלי | |
קינדער פון זלפה | גד • אשר | |
אנדערע | בנות יעקב |
יחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער