אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ישעיה שטיינער"
ק (←פאמיליע: הגהה) |
ק (←הנצחתו: הגהה) |
||
שורה 40: | שורה 40: | ||
* מרת '''רחל לאנדא''', פרוי פון רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד [[עדעלין]] און מחבר ספר 'בית ישראל'{{הערה|ליינט איבער אים [http://toladot.blogspot.com/2012/02/blog-post.html דא]}} | * מרת '''רחל לאנדא''', פרוי פון רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד [[עדעלין]] און מחבר ספר 'בית ישראל'{{הערה|ליינט איבער אים [http://toladot.blogspot.com/2012/02/blog-post.html דא]}} | ||
== | ==אנדענק== | ||
יארן לאנג איז | יארן לאנג איז דער ציון איבער זיין קבר געווען א קליינע און צעבראכענע; אין יאר [[ה'תשע"ג]] האט מען עס איבערגעבויט און פארברייטערט, און פון דעמאלט קומט ארויף א גרויסער ציבור דורכאויס דעם יאר, און איבערהויפט אום [[ג' אייר]] צום [[יארצייט]]{{הערה|1=[http://www.jdn.co.il/gallery/983654 טויזנטער אויף זיין ציון] אויף JDN זייטל}}. | ||
איידער זיין פטירה האט רבי ישעי'לע באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון [[צדקה]] ו[[חסד]], און ביזן היינטיגן טאג זענען זיינע אייניקלעך עוסק אין די ענינים. אין די לעצטע יארן דרוקט זיך דאס אויס, צווישן אנדערע, דורך צושטעלן עסן און טרינקען אין די הויז פון רבי ישעי'לע אין [[אונגארן]]{{הערה|[https://goo.gl/maps/AxDwiv3ZJSExy6AZ9 "Rabbiház" – די הויז פון ר' ישעי'לע] אויף [[גוגל מאפעס]]}}. די [https://www.ravlk.org/ רב להושיע] ארגאניזאציע אין ארץ ישראל פארטיילט פאר טויזנטער בעיביס צו עסן, אויפ'ן נאמען פון רבי ישעי'לע. אין אסאך פלעצער איבער דער גארער וועלט טיילט מען עסן און טרינקען, אויף אסאך סארטן פלאטפארמעס, דורכאויס דעם גאנצן יאר און איבערהויפט אין טאג פון זיין יארצייט. | |||
עס זענען דא וואס האלטן זיינס א בילד אלס א סגולה צו דערווייטערן [[מייז]]{{הערה|[https://www.dirshu.co.il/זקני-לא-ידע-כמובן-ממה-שמצפה-לו-בדרך-ויצ/ אויף דרשו זייטל]}}, טראץ וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז עס האט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'לע אליין האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן{{הערה|מופת הדור זייט ת"צ}}. | |||
אין [[נחליאל]] איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבת ישועת מרדכי" לזכרו{{הערה|[https://sites.google.com/site/yswtmrdky/Home/yeshaya די ישיבה זייטל] | אין [[נחליאל]] איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבת ישועת מרדכי" לזכרו{{הערה|[https://sites.google.com/site/yswtmrdky/Home/yeshaya די ישיבה זייטל]}}. | ||
== ליינט מער == | == ליינט מער == |
רעוויזיע פון 23:45, 22 אפריל 2023
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ שם השושלת, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט |
ה'תרי"א זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין סלאוואקיע) | ||
---|---|---|---|
פטירה |
קערעסטיר | ||
מקום קבורה | קערעסטיר | ||
רבי'ס |
רבי צבי הירש פון ליסקא רבי חיים האלבערשטאם רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא) | ||
ווייב | שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק | ||
|
רבי ישעיה שטיינער (ווערט גערופן רבי ישעי'לע קערעסטירער; ה'תרי"א, 1851 - ג' אייר ה'תרפ"ה, 1925) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, האט געוואוינט אין קערעסטיר נעבן מישקאלץ אין אונגארן.
ביאגראפיע
רבי ישעי'לע איז געבוירן געווארן תרי"א-תרי"ב צו רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער, אין דארף זבאראוו נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע). ווען ער איז אלט געווען בלויז דריי יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן. אין עלטער פון צוועלף יאר האט אים זיין מאמע געשיקט קיין ליסקא, צו רבי צבי הירש פון ליסקא, וועלכער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי. נאך א האלבע יאר איז ער פון דארט צוריק קיין ליסקא און האט געלערנט עטליכע יאר ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים מיט די צייט אויך אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. אום ד' ניסן ה'תרל"ה האט ער חתונה געהאט מיט שרה, א טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק.
ער פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדווארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג, רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז, און נאך. ער איז אלעמאל געבליבן נאנט צו זיין רבי'ן פון ליסקא, און במשך זיין גאנצע לעבן פלעגט ער זיך אונטערשרייבן אלס זיין משמש[1].
נאך די פטירה פון רבי צבי הירש פון ליסקא איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי מרדכי פון נאדווארנא אלס רבי אין ליסקא (צו דער זייט פון רבי חיים פרידלענדער, איידעם פון רבי צבי הירש), אבער נאך אנגעצויגנקייט און רדיפות פון חסידים וואס האבן דאס נישט אנגענומען האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר[2]. אנקומענדיג קיין קערעסטיר איז ער געווארן בארימט אלס א גרויסער "בעל מופת", און טויזנטער אידן זענען צו אים געפארן.
רבי ישעי'לע איז געווען באקאנט אלס א גרויסער מכניס אורח. ער האט געטיילט ריזיגע געלטער פאר צדקה, און ווען ער האט נישט געהאט אייגנס צו געבן האט ער געבארגט פאר דעם צוועק[3].
פאמיליע
אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[4], די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:
- רבי אברהם שטיינער
- מרת קריינטשא גראס, פרוי פון רבי שמואל גראס אב"ד קראלי
- מרת רבקה פייגא קליין, פרוי פון רבי ראובן חיים קליין אב"ד סאנינא
- מרת רחל לאנדא, פרוי פון רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין און מחבר ספר 'בית ישראל'[5]
אנדענק
יארן לאנג איז דער ציון איבער זיין קבר געווען א קליינע און צעבראכענע; אין יאר ה'תשע"ג האט מען עס איבערגעבויט און פארברייטערט, און פון דעמאלט קומט ארויף א גרויסער ציבור דורכאויס דעם יאר, און איבערהויפט אום ג' אייר צום יארצייט[6].
איידער זיין פטירה האט רבי ישעי'לע באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון צדקה וחסד, און ביזן היינטיגן טאג זענען זיינע אייניקלעך עוסק אין די ענינים. אין די לעצטע יארן דרוקט זיך דאס אויס, צווישן אנדערע, דורך צושטעלן עסן און טרינקען אין די הויז פון רבי ישעי'לע אין אונגארן[7]. די רב להושיע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל פארטיילט פאר טויזנטער בעיביס צו עסן, אויפ'ן נאמען פון רבי ישעי'לע. אין אסאך פלעצער איבער דער גארער וועלט טיילט מען עסן און טרינקען, אויף אסאך סארטן פלאטפארמעס, דורכאויס דעם גאנצן יאר און איבערהויפט אין טאג פון זיין יארצייט.
עס זענען דא וואס האלטן זיינס א בילד אלס א סגולה צו דערווייטערן מייז[8], טראץ וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז עס האט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'לע אליין האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן[9].
אין נחליאל איז אויפגעשטעלט געווארן "ישיבת ישועת מרדכי" לזכרו[10].
ליינט מער
- יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח
- משה יוסף פרידלענדער, בתי אבות, ירושלים תשכ"ה
- ישראל יעקב וידאווסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, מכון אבן ישראל, ירושלים תשנ"ו
- שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (עורכים), מופת הדור, ברוקלין תשע"א
- פנחס מילער, קהלת קריסטיר, עולמו של אבא, (דאונלאוד), עמ' קנב-קנה
דרויסנדע לינקס
- "קערעסטיר" טעג - אויף 'קברי צדיקים' זייטל.
- מוטי מערינגער, רבי ישעיה שטיינר פון קערעסטיר זצ"ל אויף TOG זייטל.
- תולדות אויף 'תולדות זייטל.
- די וואונדערליכער כאַראַקטער פון רבי ישעי'לע פון קערעסטיר - אויף JDN זייטל.
רעפערענצן
- ↑ ”הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע”. פאָטאָגראַפיע פון די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי זייט 13
- ↑ מופת הדור עמוד ע"ז
- ↑ מי באר ישעיהו, עמ' לח
- ↑ זעט א שמועס אויף אייוועלט.
- ↑ ליינט איבער אים דא
- ↑ טויזנטער אויף זיין ציון אויף JDN זייטל
- ↑ "Rabbiház" – די הויז פון ר' ישעי'לע אויף גוגל מאפעס
- ↑ אויף דרשו זייטל
- ↑ מופת הדור זייט ת"צ
- ↑ די ישיבה זייטל
קאטעגאריע:אדמו"רים הונגרים קאטעגאריע:ילידי 1851
קאטעגאריע:הונגרים שנפטרו ב-1925 קאטעגאריע:רבנים שנפטרו בחודש אייר