אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"
(ס'איז נאר א משמעות;, רעדאגירונג, פארברייטערט) |
(←מקור פונעם תענית: הצעה) |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
דער תענית האט נישט קיין בפירוש'ער מקור אין [[חז"ל]] און פארהאן פארשידענע מיינונגען איבער זיין אפשטאם. | דער תענית האט נישט קיין בפירוש'ער מקור אין [[חז"ל]] און פארהאן פארשידענע מיינונגען איבער זיין אפשטאם. | ||
לויט טייל ראשונים{{ | לויט טייל ראשונים{{הערה|{{רמב"ם|זמנים|תעניות|ה|ה}}}} האבן מרדכי און אסתר אליין מתקן געווען דעם תענית, ווי מען זעט אין דער מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם, כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה, וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"{{הערה|{{תנ"ך|אסתר|ט|לא}}}} - וואס די ווערטער "דברי הצומות וזעקתם", באציען זיך, לויט דער שיטה, צו תענית אסתר. אבער אנדערע ראשונים פארטייטשן דעם פסוק אז "די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים, גענוי ווי זיי האבן מקבל געווען די [[פיר תעניתים]]" וואס די [[נביאים]] האבן מתקן געווען נאכן [[חורבן בית המקדש]]{{הערה|[[רבי אברהם אבן עזרא]] און [[רלב"ג]] אויף {{תנ"ך|אסתר|ט|לא|קצר=כן}}; [[ר"ן]] אויפן [[רי"ף]], מסכת תענית, [[S:רי"ף_על_הש"ס/תענית/דף_ז_עמוד_א#רבנו_ניסים_(הר"ן)|דף ז', עמוד א', מדפי הרי"ף]]}}. פארהאן וואס לערנען אז דער פסוק באציט זיך צו די תעניתים בשעת דער גזירה פון [[המן]]{{הערה|{{היברובוקס||מחזור ויטרי|33694|רמ"ה|עמוד=275}}}}, און זאגט אז "פונקט ווי די אידן האבן אנגענומען וואס מרדכי און אסתר האבן געהייסן בשעת זיי זענען געווען אין געפאר, צו פאסטן און בעטן, אזוי האבן זיי אנגענומען די מצוות פון פורים ווען זיי זענען געהאלפן געווארן"{{הערה|[[תורת משה|אלשיך]] און [[גר"א]] אויף {{תנ"ך|אסתר|ט|לא|קצר=כן}}}}. | ||
לויט [[רב אחא משבחא|רב אחאי גאון]] {{הערה|[[שאילתות]], פרשת ויקהל, שאילתא ס"ז}} און [[רבינו תם]]{{הערה|שם=רת}}, ווערט תענית אסתר דערמאנט אין גמרא. זיי טייטשן אז דאס וואס די גמרא{{הערה|{{בבלי|מגילה|ב|א}}}} דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל", מיינט אז עס איז א פאסט-טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען צו זאגן [[תפילות]] און [[תחנונים]]{{הערה|דאס איז אנדערש ווי רש"י, וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות, כמו שכתוב בספר, הלכך לא צריך קרא לרבויי שיהא ראוי לקרייה, דעיקר הנס בו היה"}}. | לויט [[רב אחא משבחא|רב אחאי גאון]] {{הערה|[[שאילתות]], פרשת ויקהל, שאילתא ס"ז}} און [[רבינו תם]]{{הערה|שם=רת}}, ווערט תענית אסתר דערמאנט אין גמרא. זיי טייטשן אז דאס וואס די גמרא{{הערה|{{בבלי|מגילה|ב|א}}}} דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל", מיינט אז עס איז א פאסט-טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען צו זאגן [[תפילות]] און [[תחנונים]]{{הערה|דאס איז אנדערש ווי רש"י, וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות, כמו שכתוב בספר, הלכך לא צריך קרא לרבויי שיהא ראוי לקרייה, דעיקר הנס בו היה"}}. |
רעוויזיע פון 20:14, 6 מערץ 2023
תענית אסתר איז דער פאסט טאג פאר פורים, געווענליך י"ג אדר. פארשידענע טעמים זענען געזאגט געווארן אויף דעם תענית: אן אנדענק פאר די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט איידער אסתר המלכה איז אריין צו אחשוורוש; אן אנדענק פאר דעם פאסט-טאג וואס די אידן האבן געהאלטן בשעת דער מלחמה מיט זייערע שונאים; אדער כדי אפצושלאגן די קטרוגים וואס קענען ערוועקט ווערן צוליב דער אויפפירונג אין פורים.
אין "מגילת תענית" ווערט י"ג אדר פארצייכנט אלס "יום נקנור (עב')", א טאג ווען מ'טאר נישט פאסטן, וואס דאס מיינט לכאורה אז אין די צייטן פון בית המקדש[1], האט דער תענית בכלל נישט עקזיסטירט. דער רמ"א נעמט טאקע אן להלכה ווי די ראשונים וואס האלטן אז תענית אסתר איז א שפעטערער מנהג, פון נאך "חתימת התלמוד", און דערפאר זענען אירע הלכות לייכטער ווי ביי אנדערע תעניתים. אנדערע ראשונים טרעפן אבער יא א רמז דערויף אין גמרא, און טייל ראשונים זאגן אז מרדכי און אסתר האבן דאס שוין מתקן געווען.
אין א יאר וואס י"ג אדר געפאלט אום שבת, ווערט תענית אסתר געפעדערט צו דאנערשטאג. אום תענית אסתר פירט מען זיך אויך צו געבן א זכר צום "מחצית השקל".
דער טעם פארן תענית
- לויט ווי געשילדערט אין מגילת אסתר, זענען די אידן זיך צוזאמגעקומען אינעם טאג פון י"ג אדר, נאך וואס אחשוורוש האט זיי באפולמעכטיגט זיך צו באשיצן קעגן זייערע פיינט, און אפגעראכטן א קריג, אזויווי עס שטייט אין פסוק: ”וּבִשְׁנֵים עָשָׂר חֹדֶשׁ הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר בִּשְׁלוֹשָׁה עָשָׂר יוֹם בּוֹ... נִקְהֲלוּ הַיְּהוּדִים בְּעָרֵיהֶם בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֳחַשְׁוֵרוֹשׁ לִשְׁלֹחַ יָד בִּמְבַקְשֵׁי רָעָתָם”[2]. דער מדרש ערקלערט אז דאס לשון פון "נקהלו", ד.ה. זיך "צוזאמקומען", טוט אנדייטן אויף א פאסט-טאג וואס מ'האט דאן גוזר געווען אויפן טאג פונעם קריג[3][4]. לויט טייל ראשונים, איז "תענית אסתר" באשטימט געווארן אינעם טאג פון י"ג אדר, אלס אנדענק צו יענעם תענית[5].
- לויט אנדערע, איז דער תענית באשטימט געווארן אלס אנדענק צו די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט מיט א יאר פריער, אויפן פארלאנג פון אסתר המלכה, איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן[6]. טראצדעם וואס דעמאלטס האט מען געפאסט אין חודש ניסן, פאסט מען היינט אין אדר, ווייל אין ניסן טאר מען נישט פאסטן[7].
אין מסכת סופרים ווערט טאקע געברענגט אז עס איז געווען א מנהג צו פאסטן דריי טעג, אזויווי דאן ביי דער מעשה פון פורים. מען פלעגט זיי אבער פאסטן צעשפרייט ("פרודין") אין די טעג בעפאר פורים: מאנטאג, דאנערשטאג און מאנטאג, און נישט "רצופין". אין ארץ ישראל פלעגט מען פאסטן נאך פורים, צוליב "יום נקנור" און "יום טוריינוס" וועלכע געפאלן פאר פורים און מ'מעג אין זיי נישט פאסטן[7]. דער אליה רבה[8] ברענגט אין נאמען פון ריב"ש[9] אז לויט ווי ס'זעט אויס אין מדרש תהלים[10], זענען די פאסט-טעג אין צייט פון דער גזירה אויך געווען צעשפרייטע; ווידעראום די שיטה פונעם בבלי[11] איז קלאר אז מען האט דעמאלטס געפאסט דריי טעג ברציפות. דער בית יוסף זאגט אז היינטיגע צייטן פאסט מען נישט די תעניתים, כדי נישט צו פארשווערן אויפן ציבור[12]. - דער כף החיים[13] ברענגט פונעם מגיד מישרים[14], אז מען פאסט כדי מכניע צו זיין דעם קטרוג פונעם שטן אויף דעם וואס די אידן עסן און טרינקען זיך אן אום פורים.
- דער משנה ברורה שרייבט אז דער ציל פונעם פאסט טאג איז "כדי צו געדענקען אז השי"ת זעט און הערט יעדן מענטש אין צייט פון נויט, אויב וועט ער פאסטן און זיך צוריקקערן צום באשעפער מיטן גאנצן הארץ, אזויווי ער האט געטון אין יענער צייט"[15].
מקור פונעם תענית
דער תענית האט נישט קיין בפירוש'ער מקור אין חז"ל און פארהאן פארשידענע מיינונגען איבער זיין אפשטאם.
לויט טייל ראשונים[16] האבן מרדכי און אסתר אליין מתקן געווען דעם תענית, ווי מען זעט אין דער מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם, כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה, וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"[17] - וואס די ווערטער "דברי הצומות וזעקתם", באציען זיך, לויט דער שיטה, צו תענית אסתר. אבער אנדערע ראשונים פארטייטשן דעם פסוק אז "די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים, גענוי ווי זיי האבן מקבל געווען די פיר תעניתים" וואס די נביאים האבן מתקן געווען נאכן חורבן בית המקדש[18]. פארהאן וואס לערנען אז דער פסוק באציט זיך צו די תעניתים בשעת דער גזירה פון המן[19], און זאגט אז "פונקט ווי די אידן האבן אנגענומען וואס מרדכי און אסתר האבן געהייסן בשעת זיי זענען געווען אין געפאר, צו פאסטן און בעטן, אזוי האבן זיי אנגענומען די מצוות פון פורים ווען זיי זענען געהאלפן געווארן"[20].
לויט רב אחאי גאון [21] און רבינו תם[5], ווערט תענית אסתר דערמאנט אין גמרא. זיי טייטשן אז דאס וואס די גמרא[22] דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל", מיינט אז עס איז א פאסט-טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען צו זאגן תפילות און תחנונים[23].
אנדערע ראשונים זאגן אז תענית אסתר איז א שפעטערע מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן, און עס איז נאכנישט געווען אין די צייטן ווען מגילת תענית איז נאך אנגעגאנגען[24]. דער אבודרהם שרייבט אז די תקנה איז פון נאך חתימת התלמוד[25]. עס ווערט דערמאנט בפירוש הערשט אין מדרש תנחומא[26]. אן ענליכן מנהג ווערט געברענגט אין מסכת סופרים[7].
י"ג אדר איז אויסגערעכנט אין מגילת תענית אלס יום נקנור, צו פייערן דעם זיג פון יהודה המכבי איבער די יווני'שע קרעפטן אין שפיץ פון ניקנור אין שנת ג'ת"ר. אין די צייטן פון בית המקדש האט מען נישט געטארט פאסטן אין די טעג אויסגערעכנט אין מגילת תענית, וואס רעכנט לכאורה אויך אריין י"ג אדר, דער טאג פון תענית אסתר. דאס שטימט גוט מיט די שיטה אז תענית אסתר איז הערשט איינגעפירט געווארן שפעטער, אבער די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה. דער ראב"ד[27] און דער כלבו[28] זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" אלס אנדענק צום נס, אנדערש ווי געווענליכע פאסט טעג וואס זענען אלס אבילות.
הלכות און מנהגים
תענית אסתר גייט אן אין י"ג אדר (אין אן עיבור יאר, אדר שני). ווען י"ג פאלט אין שבת[29] פעדערט מען דאס פאסטן צו דאנערשטאג, י"א אדר. ביי א געווענליכע פאסט טאג שטופט מען אפ דאס פאסטן אויף זונטאג, אבער וויבאלד נאך תענית אסתר איז פורים פאסט מען פריער. פרייטאג פאסט מען אויך נישט, ווייל מען פלעגט אין תענית אסתר זאגן אסאך סליחות און תחנונים, און ערב שבת איז נישט דא קיין צייט דערפאר[30]. אין פרובאנס איז יא געווען דער מנהג צו פאסטן פרייטאג[31].
דער רמ"א נעמט אן להלכה ווי דער שיטה אז תענית אסתר איז בלויז א שפעטערע מנהג, און דערפאר זענען די הלכות גרינגער ווי די פיר תעניתים וואס מען האט מתקן געווען נאכן חורבן; מעוברות און מניקות, ווי אויך שוואכע מענטשן זענען פטור פון פאסטן[32].
מען פירט זיך צו געבן א זכר צו די מחצית השקל תענית אסתר פאר מנחה[33]. אלס "מחצית השקל" ניצט מען א האלבע פון די מטבע אין יענעם לאנד[33], און מען געבט דריי דערפון ווייל עס שטייט אין פרשת שקלים[34] דריי מאל די ווערטער "מחצית השקל"[35]. כאטש וואס די מצוה איז געווען נאר פאר א איד פון צוואנציג יאר און העכער[36], אדער כאטש פון דרייצן יאר, פירט מען זיך צו געבן א מחצית השקל אויך פאר יעדן קינד אין די משפחה[37].
דער מהרי"ל פלעגט זיך פירן נישט צו פארלערנען תענית אסתר, ווייל די תלמידים זענען געווען פארנומען צוגרייטן אויף פורים, און ער האט געזאגט א רמז דערויף פון פסוק "לא הגידה אסתר"[38]; די פוסקים ברענגן דאס להלכה[39]. דאס איז אבער נאר לגבי גיין אין ישיבה, אבער אליין אינדערהיים מעג מען לערנען.
אין ספר יסוד יוסף[40] שטייט אז אין תענית אסתר זאל מען זאגן קאפיטל כ"ב פון תהלים, "למנצח על אילת השחר", וואס ווערט געברענגט אין חז"ל[41] אז אסתר האט עס געזאגט איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן, און עס איז א סגולה צו געהאלפן ווערן מיט ישועות.
צו ליינען מער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע הרב רחמים מזרחי, קונטרס דברי הצומות - תענית אסתר, מודיעין עילית, תשע"א
דרויסנדע לינקס
- דער ארטיקל "תענית אסתר", אין אנציקלופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
- בצלאל לנדוי, תענית אסתר במסורת ישראל, אויף "דעת"
- זוך אויף תענית אסתר אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ ווען "מגילת תענית" איז געווען אין קראפט. ראש השנה יט, ב
- ↑ אסתר ט, א
- ↑ מדרש תנחומא, פרשת בראשית, סימן ג'
- ↑ ביי אידן איז געווען איינגעפירט אז אין טאג פון א שלאכט פאסט מען, אזויווי מען זעט אז משה רבינו האט מתקן געווען א תענית ווען די אידן האבן מלחמה געהאלטן מיט עמלק
- ↑ 5.0 5.1 רבינו תם, געברענגט אין רא"ש, מסכת מגילה, פרק א', סימן א'
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק תעניו"ת, הלכות ה'–ה', לויטן ב"ח אין אורח חיים, סימן תרפ"ו - ↑ 7.0 7.1 7.2 מסכת סופרים, פרק י"ז, הלכה ד', פרק כ"א, הלכה א' און הלכה ב'
- ↑ רבי אליהו שפירא, אליה רבא, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'
- ↑ רבי יצחק בר ששת, שו"ת הריב"ש, סימן תט"ז
- ↑ מזמור כ"ב: "יכול יהו צמים שלשה ימים ושלשה לילות ולא היו מתים? אלא, מפסיק מבעוד יום."
- ↑ יבמות קכא, ב
- ↑ בית יוסף, אורח חיים, סימן תרפ"ו
- ↑ רבי יעקב חיים סופר, כף החיים, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ח'
- ↑ רבי יוסף קארו, מגיד מישרים, פרשת ויקהל, מהדורא קמא, אור י"ג לאדר השני
- ↑ משנה ברורה, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ב'
- ↑ לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נישטא קיין הלכות זמנים.משנה תורה לרמב"ם, הלכות זמנים, פרק תעניו"ת, הלכות ה'–ה'
- ↑ אסתר ט, לא
- ↑ רבי אברהם אבן עזרא און רלב"ג אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, לא; ר"ן אויפן רי"ף, מסכת תענית, דף ז', עמוד א', מדפי הרי"ף - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מחזור ויטרי, רמ"ה - ↑ אלשיך און גר"א אויף
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אסתר ט, לא - ↑ שאילתות, פרשת ויקהל, שאילתא ס"ז
- ↑ מגילה ב, א
- ↑ דאס איז אנדערש ווי רש"י, וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות, כמו שכתוב בספר, הלכך לא צריך קרא לרבויי שיהא ראוי לקרייה, דעיקר הנס בו היה"
- ↑ רמב"ן, מלחמות ה' אויף די רי"ף מסכת מגילה דף ד עמוד א מדפי הרי"ף;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".אבן עזרא, אסתר ט, ל - ↑ רבי דוד אבודרהם, אבודרהם, ונציה, שכ"ו, סדר תעניות דף צג עמוד ב
- ↑ פרשת בראשית סימן ג. זעט: רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דברי יציב חלק ב, נתניה, תשנ"ו, סימן רצ
- ↑ ווערט געברענגט אין ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף און אין ריטב"א דארט דף י עמוד ב
- ↑ כלבו סימן סב
- ↑ אין ארום 31.9% פון אלע יארן, לויט דער באשטימטער לוח, אין די יארן בחג, זשג, השג, זחג
- ↑ בית יוסף אורח חיים סימן תרפ"ו, און אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף א'
- ↑ מגן אבות למאירי, ענין כ"ג
- ↑ רמ"א
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרפ"ו, סעיף ב'; ב"ח אורח חיים סימן תרפ"ו אות ב - ↑ 33.0 33.1 רמ"א שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף א'
- ↑ שמות ל, יג
- ↑ מרדכי מגילה סימן תשעז
- ↑ דרכי משה אורח חיים סימן תרצ"ד אות א בשם דער מהרי"ל
- ↑ משנה ברורה, סימן תרצ"ד, סעיף קטן ה'
- ↑ אסתר ב, י
- ↑ מגן אברהם סעיף קטן ג, אליה רבא סעיף קטן א, און משנה ברורה סעיף קטן ג, אין אורח חיים סימן תרפ"ו
- ↑ רבי יוסף פון דובנא, יסוד יוסף, פרק פ"א; און אזוי ברענגט אויך זיין תלמיד, רבי צבי הירש קאיידנאוור, קב הישר, פרק צ"ז
- ↑ מגילה טו, ב; ילקוט שמעוני, תהלים, פרק כ"ב
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.