אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רעאליטעט"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רעאליטעט צו רוי:רעאליטעט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
{{פילאזאפיע|טערמינען}} | {{פילאזאפיע|טערמינען}} | ||
[[קאַטעגאָריע:פילאזאפיע]] | [[קאַטעגאָריע:פילאזאפיע]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:26, 26 יאנואר 2023
רעאַליטעט אדער ממשותדיקייט איז יעדע זאך וואס איז עכט, אויסשלינדיק וואס איז אויסגעטראכט. א געשעעניש וואס האט טאקע פאסירט אדער א זאך וואס עקזיסטירט האט "רעאליטעט". די רעאליטעט קען זיין אנדערש פון וויאזוי א זאך זעט אויס אדער ווי מענטשן מיינען.
פילאזאפיע באהאנדלט די נאטור פון רעאליטעט, און דאס שייכות צווישן רעאליטעט און א מענטשנס שכל (ווי אויך שפראך און קולטור). פילאזאפישע פראַגעס וועגן רעאליטעט און עקזיסטענס געהערן צו דער שטודיע גערופן אנטאלאגיע, א וויכטיגע צווייג פון מעטאפיזיק.
אנטאלאגישע פראגעס ווערן אדורכגעקלערט אין פארשידענע צווייגן פון פילאזאפיע, כולל פילאזאפיע פון וויסנשאפט, פילאזאפיע פון מאטעמאטיק, פילאזאפיע פון רעליגיע און פילאזאפישער לאגיק. צווישן די פראגעס זענען צי נאר פיזישע אביעקטן קענען זיין עכט, צי אביעקטן עקזיסטירן וואס געהערן צו וויסנשאפטלעכע טעאריעס וואס מען קען אבער נישט זען, צי נומערן און אבסטראקטע אביעקטן עקזיסטירן און צי אנדערע וועלטן עקזיסטירן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!