רוי:יוסף

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:יוסף הצדיק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יוסף
מאלעריי פון יוסף
מאלעריי פון יוסף
געבורט חרן, אלטע חתי'שע אימפעריע
פטירה מצרים
כינוי צפנת פענח
טאטע יעקב
מאמע רחל
בת זוג אסנת
קינדער אפרים און מנשה
צאל קינדער 2

יוֹסֵף (א' תמוז ב'קצ"ט - א' תמוז ב'ש"ט) איז א תנ"ך פערזענליכקייט, די ערשטע פון צוויי זין פון יעקב מיט רחל (און די עלפטע זון פון יעקב). פון יוסף איז ארויסגעקומען שבט יוסף.

יוסף איז געווען דער באליבסטער זון פון יעקב, א פאקט וואס האט צוגעברענגט אז די ברידער זאלן אים מקנא זיין און פארקויפן פאר א שיירא פון הענדלער וואס זענען אראפ קיין מצרים. נאכ'ן אנקומען קיין מצרים, איז יוסף פארקויפט געווארן פאר פוטיפר און ער האט געפירט די גאנצע ווירטשאפט פון זיין הויז. אבער, נאך א בלבול וואס פוטיפר'ס ווייב האט אנגעלייגט אויף אים, איז ער איינגעשפארט געווארן אין טורמע. אין ארעסט איז יוסף אויפגענומען געווארן צו זיין א וועכטער, און דארט האט ער פותר חלום געווען די חלומות פון שר המשקים און פון שר האופים. דערנאך האט פרעה אויך געדארפט צוקומען צו א פותר חלומות און יוסף איז ארויסגעברענגט געווארן פון טורמע עס צו טון. יוסף האט פותר געווען די חלום פון פרעה, און אים אנגעזאגט וועגן זיבן זאטע יארן וואס קומען צו גיין און וועגן זיבן הונגער יארן דערנאך, וואס וועלן מיט זייער שטארקייט מאכן פארגעסן די זאטע יארן. אין רעאקציע האט פרעה אויפגענומען יוסף אלס משנה למלך צו זיין פאראנטווארטליך צו ראטעווען מצרים פונעם בעפארשטייענדער הונגער.

נאך די זיבן זאטע יארן, ווען די הונגער יארן האבן זיך אנגעפאנגען, זענען די ברידער פון יוסף אראפ קיין מצרים צו ברענגען עסן, און דארט האבן זיי אים באגעגנט. יוסף האט זיי דערקענט אבער זיי האבן אים נישט דערקענט. יוסף האט זיי אנגעברענגט אסאך מאטערנישן, ביז ווען אין ענדע האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי אלס זייער ברודער יוסף. יוסף און זיינע ברידער האבן זיך איבערגעבעטן, און די גאנצע פאמיליע פון יעקב איז אראפ וואוינען אין מצרים, אין גושן.

פאר זיין פטירה, האט יוסף אנגעזאגט זיינע ברידער ארויפצונעמען זיין ארון קיין ארץ ישראל, נאך וואס גאט וועט זיי אויסלייזן פון מצרים. צוזאגנדיג אז ”פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם”[1].

ביאגראפיע

געבורט

יוסף איז געבוירן צו רחל, די ווייב פון יעקב, אום א' תמוז[2]. נאך זעקס קינדערלאזע יארן, ענדע פון די פערצן יאר וואס יעקב האט געארבעט פאר לבן צו באקומען זיינע צוויי טעכטער, רחל און לאה. ער איז געבוירן גע'מל'עט[3].

מיט זיין געבורט, האט יעקב געוואלט פארלאזן לבן און צוריק גיין קיין ארץ ישראל, ווי חז"ל ערקלערן[4], אז יעקב, וואס איז אנטלאפן צו לבן מורא האבנדיג פון עשו, האט געווארט ביז יוסף'ס געבוירט ווייל ער איז דער וואס צושטערט עשו: ”וְהָיָה בֵית יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ”[5], אבער ענדע איז ער געבליבן דארט נאך זעקס יאר[6].

נעמען

זיין נאמען איז געגעבן געווארן דורך זיין מאמע רחל, נאך אסאך קינדערלאזע יארן, און מיט זיין געבורט האט זי געזען א סימן אז זי וועט האבן נאך א זון: ”וַתִּקְרָא אֶת שְׁמוֹ יוֹסֵף לֵאמֹר יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר”[7].

יוסף ווערט גערופן מיט נאך 7 צונעמען: יְּהוֹסֵף[8], יוֹסֵף הַצַּדִּיק, כַלְכֹּל, צֹפְנַתּ פַּעְנֵחַ, אַבְרֵךְ, מִשְׁנֶה לַמֶּלֶךְ, יוֹסֵף בֵּן יַעֲקֹב[9])

זיין געשיכטע אין תורה

אַן אַלטע צייכענונג מיט'ן טיטל 'דריי גוטע יודן'. פון רעכטס צו לינקס: יהודה המכבי, דוד המלך און יוסף הצדיק.

דער באליבטער זון

יוסף איז געווען דער מאדזשיניק פון יעקב און דער בכור פון רחל, און אין רעזולטאט דער מערסט באליבטער זון ביי זיין טאטן, וואס דערפאר האט ער אים געשאנקען א כתונת פסים. די ליבשאפט האט צוגעברענגט די ברידער צו מקנא זיין. אין צוגאב האט יוסף דערציילט פאר זיין טאטן לשון הרע אויף זיינע ברידער – און זיי האבן אים דעריבער פיינט געהאט[10].

שפעטער האט יוסף געחלומט ווי ער און זיינע ברידער קלייבן בינטלעך אין פעלד, ווען אט שטעלט זיך אוועק די בינטל פון יוסף, און אלע אנדערע בינטלען פון די ברידער בוקן זיך צו זיינס. עס איז געווען קלאר וואס דאס באדייט: אלע ברידער וועלן קומען זיך בוקן צו יוסף, און ער וועט געוועלטיגן איבער זיי. יוסף האט דאס דערציילט פאר זיינע ברידער, און זיי האבן אים נאכמער פיינט געהאט. דערנאך האט יוסף געחלומט נאך א חלום: עלף שטערן, צוזאמען מיט די זון און די לבנה, קומען זיך בוקן צו אים. דאס מאל האט דאס שוין געהאט א ברייטערע באדייט: אויסער די עלף שטערן (=די ברידער, די שבטים), וועלן אויך קומען די זון (דער טאטע, יעקב) און די לבנה (די מאמע[א]) זיך בוקן צו אים. יוסף האט אויך די חלום דערציילט פאר זיינע ברידער. די ברידער האבן נישט רעאגירט, און יוסף איז געגאנגען דערציילן די חלום פאר זיין פאטער. יעקב האט עס אויסערליך אוועק געמאכט זאגנדיג: צו דען וועלן איך, דיין מאמע און דיינע ברידער זיך קומען בוקן צו דיר?! [11] רש"י ערקלערט אז דאס האט יעקב געטון אראפצונעמען די קנאה פון די ברידער, זאגנדיג אז די חלום איז נישט אמת, וויבאלד די מאמע פון יוסף – רחל – איז דאך שוין נפטר געווארן, און עס קען נישט זיין אז דאס זאל געשען[12]. אבער, גלייך דערנאך שטייט געשריבן "ואביו שמר את הדבר". דאס מיינט אז אין הארץ האט יעקב יא געגלייבט אז איין טאג וועט דאס מקויים ווערן[13].

מכירת יוסף

נאך די מעשה מיט די חלומות, האט יעקב געשיקט יוסף זוכן און זען צו עס איז פרידן צו זיינע ברידער וואס האבן געפאשעט די שאף אין געגנט פון שכם און עמק דותן. די ברידער האבן אים באמערקט פונדערווייטנס און זיי האבן זיך אנגערופן צווישן זיך: אט איז ער, דער בעל החלומות, לאמיר אים טויטן[14]. ראובן, דער בכור, האט זיי אפגעהאלטן פון אויספירן דעם געדאנק, און האט פארגעלייגט אים אריין צו ווארפן אין גרוב, און אזוי האבן זיי געטון. די פלאן פון ראובן איז געווען, שפעטער ארויסצונעמען יוסף פון גרוב און צוריק ברענגען צום טאטן. ראובן האט דערנאך פארלאזט דאס ארט[15].

דערנאך האט יהודה פארגעשלאגן - כדי זיך אפצוהאלטן פון אים טויטן - צו פארקויפן יוסף פאר א שיירא פון ישמעאלים וואס זענען דארט פארביי, די ברידער האבן צוגעשטימט און יוסף איז פארקויפט געווארן פאר צוואנציג כסף צו די ישמעאלים, און זיי האבן אים פארקויפט פאר א גרופע הענדלער פון מדין וואס האבן אים אראפגענידערט קיין מצרים. ווען ראובן איז צוריק געקומען און געזען אז יוסף איז פארקויפט געווארן, האט ער צוריסן זיינע קליידער צו באווייזן זיין ווייטאג. כדי צו באהאלטן די מכירה פון זייער טאטן האבן די ברידער געשחטן א ציג, איינגעטונקען די כתונת פון יוסף אין די בלוט, און געשיקט צו יעקב פרעגן: איז דאס דיין קינד'ס העמד? יעקב האט עס געזען און באשטעטיגט אז דאס איז טאקע די כתונת פון יוסף, טראכטנדיג אז ער איז פארציקט געווארן פון א ווילדע חיה: ”כתונת בני, חיה רעה אכלתהו, טָרֹף טֹרַף יוסף”[16].

יוסף אין מצרים און די ניסיון פון אשת פוטיפר

יוסף איז פארקויפט געווארן צו זיין א קנעכט ביי די הויז פון איינער פון פרעה'ס מיניסטערס - פוטיפר שר הטבחים. ער האט באמערקט אז פון ווען יוסף איז אנגעקומען האבן זיינע געשעפטן שטארק מצליח געווען[17] און ער האט אים אויפגענומען צו זיין פאראנטווארטליך אויף זיין הויז.
אשת פוטיפר האט געוואלט זינדיגן מיט יוסף, זי האט געפרובט אפאר מאל אים איינצורעדן, אבער יוסף האט איר נאכאנאנד אפגעזאגט און אפילו נישט איינגעשטימט צו קוקן אויף איר. ענדע, ווען זיי זענען איינמאל געווען אליין אין הויז, האט זי פרובירט כאפן יוסף מיט געוואלד, אבער יוסף האט זיך ארויסגעדרייט און אנטלאפן אינדרויסן, איבערלאזנדיג זיין קלייד אין אירע הענט. ווען אלע זענען אהיימגעקומען האט זי אנגעדרייט און פארציילט אז יוסף איז דער וואס האט געוואלט זינדיגן מיט איר, און נאך א געראנגל איז ער אנטלאפן, און א באווייז דערצו איז זיין קלייד אין איר האנט. מען האט דעריבער איינגעשפארט יוסף אין טורמע[18].

מיט'ן הילף פון גאט האט יוסף ווייטער מוצא חן געווען און דער שר בית הסוהר האט אים אויפגענומען צו זיין פאראנטוואטליך אויף די ארעסטאנטן[19].
שפעטער זענען דער שר האופים און שר המשקים ארעסטירט געווארן אלס פארנאכלעסיגקייט אין צוגרייטן די עסן פאר'ן קעניג. ווען די צוויי האבן זיך געחלומט אין איין נאכט מאדנע חלומות האט זיי יוסף ענטשיידט: דעם שר האופים וועט מען הענגען, דאקעגן דער שר המשקים וועט צוריק גיין צו זיין שטעלע. יוסף האט געבעטן פון שר המשקים ער זאל אים געדענקען און באפרייען, אבער דער שר המשקים האט פארגעסן פון יוסף[20].

נאך צוויי יאר[21] האט פרעה געחלומט חלומות, אין זיי האט ער געזען ווי זיבן מאגערע קיען שלינגען זיבן פעטע קיען, און זיבן טריקענע זאנגען שלינגען זיבן פולע זאנגען. ווען די מצרישע חרטומים האבן נישט געקענט זיי ענטשיידן, האט דער שר המשקים זיך דערמאנט אינעם עברישן בחור וואס זיצט אין ארעסט הויז, און האט פארגעשלאגן פאר פרעה אים ארויסצונעמען און בעטן ער זאל ענטשיידן די חלומות[22].

יוסף אלס משנה למלך

יוסף האט קלאר געשטעלט פאר פרעה אז די הצלחה איז נישט אנגעהאנגען אין אים נאר אלעס איז אין דעם אויבערשטנ'ס הענט, און נאר דערנאך איז ער צוגעגאנגען ענטשיידן די חלום: זיבן זאטע יארן וועלן אראפקומען אויף די וועלט, און דערנאך וועלן קומען זיבן הונגער יארן, וואס וועלן זיין אזוי שטארק אזש מען וועט פארגעסן פון די זאטע יארן. פרעה האט זיך דערשראקן און געפרעגט יוסף וואס קען מען טון צו אריבער גיין די זיבן הונגער יארן, האט יוסף פארגעשלאגן צו קלייבן און אוועקלייגן עסן פון די זאטע יארן, און אזוי וועט מען איבערלעבן די הונגער יארן. פרעה איז געווארן זייער באאיינדריקט פון די ענטשיידונג און די עצה דערויף, און האט אויפגענומען יוסף אויסצופירן דעם פלאן און זיין א משנה למלך אויף מצרים, ווען נאר די בענקל פון פרעה בלייבט העכער זיינס. אין רעזולטאט, האט פרעה געגעבן פאר יוסף דעם נאמען צָפְנַת פַּעְנֵחַ[23]. מאנכע ערקלערן אז די באדייט פונעם נאמען איז "אנטפלעקט באהאלטענעס" וויבאלד יוסף האט ענטשידן די חלום פון פרעה[24].

יוסף האט אויסגעפירט מיט סוקסעס די אויפגאבע און באהאלטן אסאך אוצרות פון עסן ביי די זאטע יארן.
ווען עס זענען אנגעקומען די הונגער יארן, האט ער פארקויפט עסן פאר די איינוואוינער פון מצרים און די ארומיגע לענדער - דארט האט אויך געהערשט א הונגער.


Postscript-viewer-blue.svg אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים, יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער, יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים

אין כנען האט אויך געהערשט אן הונגער, און די קינדער פון יעקב - אויסער בנימין - זענען אנגעקומען קיין מצרים צו קויפן עסן. יוסף האט אנגעלייגט אויף זיי אז זיי זענען שפיאנען, און ער האט געפאדערט זיי זאלן אראפברענגען זייער קליינעם ברודער - בנימין, אויפצואווייזן זייער אומשולד. אלס משכון האט יוסף איינגעשפארט שמעון אין מצרים[25]. יעקב האט נישט געוואלט שיקן בנימין קיין מצרים טאמער וועט אים באטרעפן אן אומגליק, אבער נאך וואס די עסן האבן זיך געענדיגט און יהודה האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף בנימין, זענען אלע ברידער אראפ קיין מצרים, דארט האבן זיי זיך געבוקט צו אים און געגעסן א מאלצייט צוזאמען. צומארגנס האט זיי יוסף צוריקגעשיקט מיט פולע זעק, אבער גלייך דערנאך האט ער זיי צוריק גערופן טענהענדיג אז בנימין האט געגנבעט זיין בעכער.

ענדע האט יוסף זיך אנטפלעקט צו די ברידער ביי א רירנדן מעמד: ”אני יוסף - העוד אבי חי?[26], זיי האבן זיך איבערגעבעטן, און יוסף האט זיך צוגעאיילט צו שיקן שליחים זאלן דערציילן זיין טאטן די גוטע בשורה, און אז ער זאל אראפקומען וואוינען אין מצרים. יעקב האט געהערט די גוטע בשורה, געפרעגט רשות פון גאט און איז אראפ קיין מצרים זיך טרעפן מיט יוסף נאך 22 יאר, דארט האט אים יוסף אויפגענומען מיט גרויס כבוד, און האט זיי באשטימט אן עקסטערע וואוינארט – ארץ גושן, דארט האבן זיי געלעבט בשלום ובשלווה.

נאך די פטירה פון זיין טאטע יעקב, איז אויך יוסף נפטר געווארן, נאך 80 יארן פון קעניגן אויף מצרים. פאר זיין טויט האט יוסף באשוואוירן זיינע ברידער אז זיי זאלן ארויפנעמען זיינע ביינער קיין ארץ ישראל, ווען גאט וועט זיי אויסלייזן פון מצרים.

זיינע קינדער

די סימבאל פון שבט יוסף

יוסף האט גענומען אסנת בת פוטי-פרע[27] כהן און פאר א ווייב. די צוויי קינדער וואס יוסף האט געהאט מיט אסנת זענען: אפרים און מנשה, זיי האבן זיך צוטיילט אלס צוויי באזונדערע שבטים פון די שבטי ישראל לויט די ווערטער פון יעקב, וואס האט זיי גערעכנט ווי אייגענע קינדער, ”וְעַתָּה שְׁנֵי בָנֶיךָ הַנּוֹלָדִים לְךָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, עַד בֹּאִי אֵלֶיךָ מִצְרַיְמָה לִי הֵם, אֶפְרַיִם וּמְנַשֶּׁה כִּרְאוּבֵן וְשִׁמְעוֹן יִהְיוּ לִי” (בראשית מח, ה).

אין אידישן קולטור ווערט יוסף אנגערופן ”יוסף הצדיק”, וויבאלד ער איז געווען א מענטש וואס האט זיך געשטארקט אויף זיין יצר, און אויף זיינע מידות, אפהאלטנדיג זיך פון נקמה נעמען אויף אומרעכטן וואס מען איז באגאנגען קעגן אים. חז"ל זאגן אויף אים ”יוסף מחייב את הרשעים”[28].

יוסף איז נפטר געווארן אין מצרים זייענדיג אלט הונדערט צען יאר[29], און אין מדרש [30] שטייט אז דאס איז געווען א' תמוז, זיין געבורט'ס טאג.

טאקע ווי די שבועה וואס יוסף האט באשוואוירן, האט משה רבינו גענומען מיט זיך די קערפער פון יוסף צו באערדיגן אין ארץ ישראל[31].

די ציון פון יוסף ווערט אנגעצייכנט אויף א מצבה אין אלט-שטאט שכם, ביים עק שטאט שכם[32] (נאנט צום באלאטא פליטים לאגער) און ווערט אנגערופן קבר יוסף.

זיין געשטאלט אין היסטאריע

סקאַראַב מיט די ווערטער "בן רע, יעקב-הר, נחון בחיים", וואס איז געפונען געווארן אין תל שקמונה; פרעזענטירט אין מוזיאון הימי הלאומי

פארהאן וואס אידענטיפיצירן יוסף אלס אמחותפ, דער משנה למלך פון דז'וסער וואס האט געלעבט אין די צייטן פון די די דריטע דינאסטיע. לויט די ארכעאלאגישע הונגער שטערן, האט ער גע'עצה'עט פארן קעניג דז'וסער ווען עס זענען אנגעקומען אויפ'ן לאנד זיבן הונגער יארן. אנדערע אידענטיפיצרן יוסף אלס דער סגן פון אמנמחת דער ערשטער פון די 12'טע דינאסטיע, סובקנחת (ענ'), וואס האט אנטוויקלט די 'נהר יוסף' קאנאל וואס איז מערב זייט פונעם נילוס.

יוסף אין מדרש

די געשיכטע פון יוסף ווערט ערקלערט מיט אסאך מדרשים. אט איז א קליינע טייל פון די מדרשים.

באציאאונגען פון יוסף און זיינע ברידער

די תורה דערציילט ”וַיָּבֵא יוֹסֵף אֶת דִּבָּתָם רָעָה אֶל אֲבִיהֶם”,[33] און דער מדרש[34] פארברייטערט און דעטאלירט וואס איז געווען די שלעכטע רייד וואס יוסף האט דערציילט, און די עונש וואס ער האט באקומען דערפאר:

וואס האט ער געזאגט? א מחלוקת צווישן רבי מאיר, רבי יהודה און רבי שמעון:
  • רבי מאיר: דיינע קינדער זענען פארדעכטיגט אז זיי זענען עובר אויף אבר מן החי;
  • רבי שמעון: זיי קוקן אויף פרעמדע מיידלעך;
  • רבי יהודה: זיי דערנידערן די בני השפחות און זיי רופן זיי קנעכט.
זאגט רבי יהודה בר סימון, אויף אלע דריי איז ער געשטראפט געווארן, ווי עס שטייט "פלס ומאזני משפט לה'"[35]. דער אויבערשטער האט אים געזאגט:
  • דו האסט געזאגט, זיי זענען פארדעכטיגט אז זיי זענען עובר אויף אבר מן החי - איך זאג דיר צו אז אפילו ביי שלעכטע מעשים שעכטן זיי, ווי עס שטייט "וישחטו שעיר עזים".
  • דו האסט געזאגט, זיי דערנידערן די בני השפחות און זיי רופן זיי קנעכט - "לעבד נמכר יוסף".
  • דו האסט געזאגט, זיי קוקן אויף פרעמדע מיידלעך - איך זאג דיר צו אז איך וועל אנרייצן אויף דיר דעם בער, "וַתִּשָּׂא אֵשֶׁת אֲדֹנָיו וְגוֹ'".[36]

אויפ'ן פסוק ”וַיִּקָּחֻהוּ וַיַּשְׁלִכוּ אֹתוֹ הַבֹּרָה, וְהַבּוֹר רֵק אֵין בּוֹ מָיִם”,[37] וואס שילדערט די גרוב וואס אין אים האבן די ברידער אריינגעווארפן יוסף, דרשענען חז"ל "אויב עס שטייט שוין 'והבור ריק' ווייס איך דען נישט אליין אז 'אין בו מים'? נאר וואס קומט אונז לערנען 'אין בו מים' - וואסער איז טאקע נישטא, אבער שלענג און עגדיסן זענען יא פארהאן דארט" (דאס איז ערגער פון וואסער - אבער למעשה שטייט אין מדרש אז די שרצים האבן נישט צוגערירט צו יוסף)[38] [ב]

דער מדרש עקלערט אויף די ווערטער פון די ברידער ”אֲבָל אֲשֵׁמִים אֲנַחְנוּ עַל אָחִינוּ אֲשֶׁר רָאִינוּ צָרַת נַפְשׁוֹ בְּהִתְחַנְנוֹ אֵלֵינוּ וְלֹא שָׁמָעְנוּ”[39][ג]: "קען דען זיין אז יוסף וואס איז אלט זיבעצן יאר זעט ווי זיינע ברידער פארקויפן אים און ער שווייגט? נאר פון דא לערנט מען אז ער האט זיך געווארפן צו די פוס פון יעדן איינעם פון די ברידער אז זיי זאלן זיך דערבארעמען אויף אים - און זיי האבן נישט צוגעהערט".[40]

נאך וואס יוסף באשולדיגט בנימין אלס גנב, ווענדט זיך צו אים יהודה און הייבט אן צו רעדן צו אים רייד, וואס לויט פשוט פשט זעט אויס ווי ער בעהט זיך ביי אים: ”בִּי אֲדֹנִי, יְדַבֶּר נָא עַבְדְּךָ דָבָר בְּאָזְנֵי אֲדֹנִי וְאַל יִחַר אַפְּךָ בְּעַבְדֶּךָ, כִּי כָמוֹךָ כְּפַרְעֹה.”[41] אבער דער מדרש דרשנט די ווערטער ”כִּי כָמוֹךָ כְּפַרְעֹה” ווי אסערטיווע און אפילו דראענדע ווערטער: "פונקט ווי פרעה וואס איז גוזר און ער איז נישט מקיים, ביזטו אויך גוזר און נישט מקיים[ד]; פונקט ווי פרעה האט געליטן פון קרעץ נאכן פארכאפן מיין באבע שרה, אזוי וועסטו אויך ליידן פון קרעץ; פונקט ווי פרעה איז א קעניג און דו ביסט זיין וויצע אין מצרים, אזוי איז מיין פאטער קעניג אין ארץ כנען און איך בין זיין וויצע, און טאמער נעם איך ארויס מיין שווערד, פאנג איך אן פון דיר און איך ענדיג מיט פרעה דיין האר".[42]

זיין שיינקייט און זיין זיך שטארקן אויפ'ן יצר

אין פסוק ”יוֹסֵף בֶּן שְׁבַע עֶשְׂרֵה שָׁנָה ... וְהוּא נַעַר”[33] האבן חז"ל זיך געמוטשטעט מיט די דאפלטקייט, ווייל עס שטייט דאך "בן שבע עשרה שנה" איז צו וואס דארף מען צולייגן "והוא נער", נאר פשט איז אז ער פלעגט מאכן "מעשה נערוּת", ער האט געטאפט זיינע אויגן, נאכגעקוקט זיינע פוסטריט און געלאקט זיינע האר,[36] און רש"י עקלערט אז דאס האט ער געטון "כדי צו אויסזען שיין".

אין תורה ווערט געשילדערט: ”וַיְהִי יוֹסֵף יְפֵה תֹאַר וִיפֵה מַרְאֶה.”[43] דער מדרש תנחומא פארברייטערט דערויף און דערציילט: "איין מאל האבן די מצרישע פרויען זיך צוזאמגענומען צו זען די שיינקייט פון יוסף, וואס האט אשת פוטיפר געטון? זי האט גענומען אתרוגים און זי האט געגעבן פאר יעדע איינע פון זיי, און זיי געהייסן עס שניידן מיט א מעסער, און דערנאך האט זי אריינגעברענגט יוסף פאר זיי. פון גרויס באגייסטערונג האבן זיי זיך צושניטן די הענט. האט זי זיי געזאגט: אויב דאס איז וואס עס געשעהט צו אייך נאר נאך איין שעה, שטעלט זיך פאר וואס עס געשעהט צו מיר, איך זעה אים דאך נאכאנאנד"."[44]

די ווערטער פון יעקב אבינו'ס ברכה ”בָּנוֹת צָעֲדָה עֲלֵי שׁוּר”[45] דרשנט דער מדרש אז עס ברענגט ארויס די קדושה פון יוסף: "ווען יוסף איז ארויס קעניגן אויף מצרים האבן קעניגליכע טעכטער געקוקט אויף אים פון צווישן די שפאלטנס, און זיי פלעגן ווארפן אויף אים מתנות און צירונגען אז ער זאל קוקן אויף זיי. יוסף האט אבער נישט אויפגעהויבן די אויגן. האט אים דער אויבערשטער געזאגט: דו האסט נישט אויפגעהויבן די אויגן און געקוקט, איך זאג דיר צו אז דיינע טעכטער וועלן באקומען א 'צעידה' אין די תורה. און וואס איז דאס צעידה? א פרשה."[46] די פרשה וואס מען האט צוגעזאגט פאר יוסף איז די פרשה פון בנות צלפחד, וואס שטאמען פון יוסף.

די פול מיה וואס אשת פוטיפר האט אריינגעלייגט איינצורעדן יוסף ווערן געשילדערט אין מדרש: "די הארינטע איז געווען מיט אים אין הויז און זי פלעגט פרובירן יעדן טאג אים איינצורעדן, און זי פלעגט טוישן יעדן טאג דריי מאל איר קליידונג - וועש וואס זי האט אנגעטון אינדערפרי האט זי נישט אנגעטון מיטאג, און פון מיטאג האט זי נישט אנגעטון נאכמיטאג. דאס אלעס פארוואס? אז ער זאל קוקן אויף איר. ... און יעדן טאג האט זי פרובירט אים איינרעדן און ער האט זיך געשטארקט אויף זיין יצר."[44]

דער מדרש לערנט ארויס פון די ווערטער וואס יעקב האט געבענטש יוסף ביי די ברכות ”וַתֵּשֶׁב בְּאֵיתָן קַשְׁתּוֹ וַיָּפֹזּוּ זְרֹעֵי יָדָיו, מִידֵי אֲבִיר יַעֲקֹב מִשָּׁם רֹעֶה אֶבֶן יִשְׂרָאֵל”,[47] אז עס איז נישט גרינג געווען פאר יוסף זיך צו שטארקן אויפ'ן יצר.

באציאונגען צווישן יוסף און פרעה

אויף די ווערטער פון די תורה אויף די חלומות פון פרעה ”וְאֵין פּוֹתֵר אוֹתָם לְפַרְעֹה”[48] זאגט דער מדרש: "מען האט עס פרובירט ענטשיידן, נאר זייערע ווערטער זענען נישט אריין אין זיינע אויערן. זיי האבן געזאגט: 'זיבן פעטע קיען' - זיבן טעכטער וועסטו געבוירן; 'זיבן מאגערע קיען' - זיבן טעכטער וועסטו באגראבן. אויך האבן זיי געזאגט 'זיבן פולע זאנגען' - זיבן קעניגרייכן וועסטו אקופירן; 'זיבן טרוקענע זאנגען' - זיבן פראווינצן ווילן אין דיר ווידערשפעניגן. ... דאס אלעס פארוואס? כדי יוסף זאל קומען נאך זיי אלע און באקומען גרויס כבוד און גדוּלה. ווייל דער אויבערשטער האט געזאגט: אויב יוסף וועט קומען דער ערשטער און וועט ענטשיידן די חלום, וועט דאס נישט זיין א לויב פאר אים - די חרטומים קענען אים דעמאלט זאגן: ווען דו פרעגסט אונז וואלטן מיר דיר ענטשידן. נאר ער האט געווארט אז זיי זאלן זיך פלאגן און פרעה זאל פארלירן זיין געדולד און דעמאלט איז יוסף געקומען און צוריק געברענגט זיין גייסט."[49]

אויפ'ן פסוק ”וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה אֶל יוֹסֵף אֲנִי פַרְעֹה וּבִלְעָדֶיךָ לֹא יָרִים אִישׁ אֶת יָדוֹ וְאֶת רַגְלוֹ בְּכָל אֶרֶץ מִצְרָיִם”[50] ווערט דערציילט[51] אז די שטערנזעער האבן געזאגט צו פרעה: "א קנעכט וואס זיין האר האט אים געקויפט פאר צוואנציג כסף ווילסטו אויפנעמען צו הערשן אויף אונז?" האט ער זיי געזאגט: "איך זע אז ער האט גינוני מלכות". האבן זיי געזאגט: "אויב אזוי, דארף ער קענען רעדן די זיבעציג שפראכן". איז גבריאל געקומען און געלערנט פאר יוסף די זיבעציג שפראכן. צומארגנס, יעדע שפראך וואס פרעה האט גערעדט מיט אים האט אים יוסף געענטפערט. ענדע האט יוסף גערעדט אין לשון הקודש און פרעה האט נישט פארשטאנען וואס ער רעדט. האט אים פרעה געזאגט: "לערן מיר". האט יוסף געלערנט מיט פרעה, אבער ער האט זיך נישט אויסגעלערנט. האט אים פרעה געזאגט: "שווער זיך אז דו וועסט עס נישט אנטפלעקן". און ער האט טאקע געשוואוירן. שפעטער ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה "אבי השביעני לאמור", האט אים פרעה געזאגט: "גיי זיי זיך מתיר נדר". האט אים יוסף געזאגט: "אויב אזוי, וועל איך זיך מתיר-נדר זיין אויך אויף די שבועה וואס דו האסט מיר באשוואוירן". און פרעה האט געהאט קיין ברירה נאר צו זאגן פאר יוסף: "עלה וקבור את אביך כאשר השביעך".

יוסף אין קבלה

Postscript-viewer-blue.svg ספירת היסוד

אין ספר הזוהר און אין אנדערע ספרי קבלה, מידת ה"יסוד" וואס סיבמאליזירט קדושה ווארט אנגערופן די מידה פון יוסף, ווי עס שטייט "וצדיק יסוד עולם"[52] – און דער צדיק איז יוסף. אין חסידות ניצט די געשטאלט פון יוסף צו סימבאליזירן קדושה און זיך שטארקן אויף נסיונות. אזוי אויך, איז יוסף דער אושפיזין פון די זעקסטע טאג סוכות (אדער די פערטע לויט מנהג הגר"א), און דאס איז קעגן מדת היסוד. ביי פארשידענע חסידישע הויפן (ווי בעלזא) פירט מען אן עקסטערן טיש מיט'ן נאמען "ויוסף הוא המשביר" אלס א סגולה פאר פרנסה. שמחת תורה ביי די הקפות זענען פארהאן פארשידענע הויפן (ווי סאטמאר) וואס מען טאנצט לענגער, וויבאלד דאס איז אנטקעגן די זעקסטע מידה "יסוד" - די מידה פון יוסף.

זעט אויך

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. אזוי איז אנגענומען, אבער לויט'ן רמב"ן (בראשית לז, י) רעדט מען פון די הויזגעזונד פון יעקב – זיינע ווייבער און קינדער. לויט הרב יעקב צבי מקלנבורג (הכתב והקבלה, שם) פרעזענטירט אויך די לבנה יעקב, נאר ברענגט ארויס אן אנדער זייט אין זיין וועזן.
  2. טראץ וואס לכאורה איז נישטא קיין אונטערשייד צווישן אים טויטן בידיים אדער צו צוברענגען זיין טויט דורכן אים לייגן צווישן שלענג ואס וועלן אים זיכער טויטן, ערקלערט אבער דער אור החיים על פי זוהר, אז א מענטש וואס ער איז א בעל בחירה קען ערוועקן אויף א צווייטן די מידת הדין, וואס דעמאלט איז זייער שווער ארויסצוגיין דערפון זכאי, אבער א חיה וואס איז נישט א בעלת בחירה קען נישט צוברענגען דערצו, און דעריבער א צדיק ווי יוסף האט נישט געזאלט ווערן געשעדיגט פון די שלענג.
  3. טייטש: אבער מיר זענען שולדיג אז מיר האבן געזען ווי אונזער ברודער בעט זיך ביי אונז אויף זיין לעבן, און מיר האבן נישט צוגעהערט צו אים
  4. דו האסט געבעטן אז דו ווילסט נאר זען בנימין, און ענדע כאפסטו אים צו

רעפערענצן

  1. שמות יג, יט
  2. לויט רוב מקורות. ספר היובלים, פרק כ"ח פסוק ל"ב; "דובר שלום", אין סידור "אוצר התפלות", דף תק"ט. אנדערע זאגן כ"ז אדער ב' תמוז; זע לוח דבר בעתו - תשס"ט.
  3. ילקוט שמעוני, ירמיהו, רמז רס"א
  4. בראשית רבה, פרשה ע"ג, פסקה ז'; תנחונא הישן, בראשית לא, ב; בבא בתרא קכג, ב. געברענגט אין רש"י, בראשית ל, כה.
  5. עובדיה א, יח
  6. בראשית ל.
  7. בראשית ל, כד
  8. לויטן פסוק אין תהלים, עדות ביהוסף שמו וכו'
  9. די אלע נעמען זענען לויט מדרשי חז"ל
  10. בראשית לז, א–ד
  11. ”הבוא נבוא אני ואמך ואחיך להשתחוות לך ארצה?!” (בראשית לז, י)
  12. רש"י ערקלערט אז די מאמע - לבנה אין חלום - מיינט מען בלהה וואס האט געהאדעוועט יוסף. רש"י ברענגט אויך די ווערטער פון חז"ל, אז פון דא לערנט מען ארויס "אין חלום בלא דברים בטלים"(ברכות נה, א).
  13. בראשית לז, ה–יא
  14. ”הנה בעל החלומות הלזה בא – ועתה לכו ונהרגהו!”, בראשית לז, יט–כ
  15. ער איז געגאנגען באדינען זיין פאטער, אדער איז ער געגאנגען תשובה טון אויף דעם וואס ער האט מבלבל געווען זיין טאטנ'ס בעט (רש"י, בראשית לז, כט).
  16. בראשית לז, לג
  17. חז"ל האבן פון דא ארויסגעלערנט, איז אין א פלאץ וואס תלמידי חכמים קומען, איז זאפארט שורה דארט א ברכה (ברכות מב, א).
  18. בראשית לט, א–כ
  19. בראשית לט, כא–כג
  20. בראשית מ
  21. חז"ל ערקלערן אז די צוויי יאר זענען מלכתחילה נישט נגזר געווארן אויף יוסף, אבער ער האט דאס באקומען אלס שטראף פארן זיך ווענדן נאך הילף ביי א בשר ודם, ווי עס איז מרומז אין פסוק ”אַשְׁרֵי הַגֶּבֶר אֲשֶׁר שָׂם ה' מִבְטַחוֹ וְלֹא פָנָה אֶל רְהָבִים וְשָׂטֵי כָזָב - תהלים מ, ה (רש"י, בראשית מ, כג).
  22. בראשית מא
  23. בראשית מא, טז–מה
  24. רש"י
  25. יוסף האט אויסגעקליבן שמעון אלס צוויי סיבות: א. וויבאלד ער איז געווען דער וואס האט פארגעשלאגן ביי די מכירה אים צו טויטן. ב. אים אפצושיידן פון לוי, אז זיי זאלן נישט באשליסן אים צו מארדן אזויווי ביים געשיכטע פון שכם און דינה.
  26. בראשית מה, ג
  27. דאס איז פוטיפר (רש"י).
  28. יומא לה, ב.
  29. בראשית נ, כו
  30. רבנו בחיי שמות פרק א פסוק ו
  31. שמות יג, יט
  32. ווי יעקב האט אים געזאגט ”ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך” (בראשית מח, כב) אלס שכר פאר יוסף אויף דעם וואס ער האט זיך מטריח געווען אין די קבורה פון יעקב (רש"י שם).
  33. 33.0 33.1 בראשית לז, ב
  34. בראשית רבה, פרשה פ"ד, פסקה ז'
  35. משלי טז, יא
  36. 36.0 36.1 בראשית רבה, פרשה פ"ד, פסקה ז'
  37. בראשית לז, כד
  38. שבת כב, א
  39. בראשית מב, כא
  40. בראשית רבה, פרשה צ"א, פסקה ח'
  41. בראשית מד, יח
  42. בראשית רבה, פרשה צ"ג, פסקה ו'
  43. בראשית לט, ו
  44. 44.0 44.1 מדרש תנחומא וישב ה
  45. בראשית מט, כב
  46. בראשית רבה, פרשה צ"ח, פסקה י"ח
  47. בראשית מט, כד
  48. בראשית מא, ח
  49. בראשית רבה, פרשה פ"ט, פסקה ו'
  50. בראשית מא, מד
  51. סוטה לו, ב
  52. משלי י, כה


מוסטער:אושפיזין


טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער