רוי:חלום

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חלום איז די ערפארונג פון בילדער, קולות און געזאנגן, און אנדערע געפילן וועלכע גייט דורך אינעם מענטש'נס מוח בשעת ער שלאפט. רוב חלומות זענען פארגעשטעלט אלס געשעענישן וועלכע קענען געוויס נישט פאסירן אין רעאליטעט. דער מענטש האט נישט קיין קאנטראל אויף זיינע חלומות.

פארוואס חלומ'ט מען ביינאכט?

דור נאך דור האבן וויסנשאפטלער געפארשט צו פארשטיין פארוואס אונזערע מוחות שפילן פאר אונז די אינטערעסאנטע פארשטעלונגן יעדע נאכט. יעדער פארשער האט זיך געהאט זיין ענטפער וועלכע זענען געווענליך געווען געבויט אויף צוויי טעאריעס. די ערשטע אז די חלומות זענען נאר פסכילאגישע סטימולאציע (פארנומענקייט) אדער אז דאס איז גאר פסכילאגיש וויכטיג פאר'ן מענטשנ'ס מוח. עס זענען געווען אור אלטע סייענטיסטן וועלכע האבן געהאלטן אז חלומות זענען א ווירקליכע זאך וועלכע עקזיסטירט אויף אן אנדערע וועלט און מען קען נאר אנקומען אהין ווען מען שלאפט...

רוב סייענטיסטן זענען היינט ביי דער מיינונג אז חלומות איז א וויכטיגע פראדעצור אינעם מענטשנ'ס מוח ווען ער שלאפט ווייל דעמאלט ווערט די גאנצע אינפארמאציע וואס דער מוח האט באקומען איבער'ן טאג מסודר און איינגעקריצט עס זאל געדענקט ווערן אויף שפעטער און אויך אז דער מוח זאל גרינגער קענען נוצן די אינפארמאציע נאכאמאל ווען עס וועט אויספעלן. געוויסע סייענטיסטן האלטן אז דער מוח טראכט גאר ביינאכט זאכן וועלכע מען האט נישט קיין צייט צו טראכטן אינמיטן טאג און זיי בויען דאס אויפ'ן פאקט אז מענטשן קענען אסאך מאל אויפשטיין אינדערפרי מיט א באשלוס וועלכע זיי האבן זיך געפלאגט א גאנצן טאג. וויאזוי אימער, האלטן זיי אלע אז חלומות איז א קאמבינאציע פון ביידע אויבנדערמאנטע הויפט טעאריעס.

קען מען עקזעסטירן אן חלומות?

מיר האבן דערמאנט אז חלומות קומען פאר אינעם טייל שלאף וועלכע רופט זיך אר-אי-עם און דאס זענען די טיפסטע שטאפלן אין שלאף. וויסנשאפטלער האבן שטענדיג פרובירט אויסגעפינען אויב אלע מענטשן האבן אר-אי-עם שלאף און אויב נישט צי זענען זיי אנדערש ווי אנדערע מענטשן. נאך לאנגע יארן פון שטודיעס אויף שטודיעס איז אנגענומען געווארן אז עס ענען פאראן אסאך מענטשן וואס באקומען בכלל נישט קיין אר-אי-עם שלאף און עס פאסירט גאנץ אפט אז מען זאל דורכגיין א נאכט אן קיין אר-אי-עם שלאף.

מיט יעדע נייע שטודיע וואס האט פרובירט צייגן די עפעקט פון נישט האבן אר-אי-עם שלאף איז נאכגעקומען א רייע שטודיעס וואס האבן דאס אפגעוואנדן. אין די 60'גער יארן האט מען געגלייבט אין שטודיעס וועלכע האבן געצייגט אז מענטשן וועלכע באקומען נישט קיין אר-אי-עם שלאף געדענקן שוואכער ווי ארגינעלע מענטשן. די שטודיעס איז אפגעפרעגט געווארן יארן שפעטער ווען אין איינע פון די גרויסע אוניווערסיטיס וואו מען האט שטודירט שלאף איז א סטודענט פארוואונדעט געווארן אויפ'ן מוח און איינע פון זיינע פארבליבענע פראבלעמען איז געווען אז ער האט מער נישט באקומען קיין אר-אי-עם שלאף און צו אלעמענ'ס איבערראשונג האט ער פארענדיגט זיינע סקול יארן דאס זעלבע אויסגעצייכנט ווי אלע אנדערע סטודענטן און האט בכלל נישט געליטן פון קיין זכרון פראבלעמען.

אין די לעצטע יארן שטודירט מען אויב דער פארלוסט פון אר-אי-עם שלאף ברענגט יא שלעכטע עפעקטן ביים לערנען אבער נאר צו געוויסע סארט לערנונגן. די שטודיעס זענען געבויט אויף דער מוח פון א קינד וועלכע באקומט אסאך מער אר-אי-עם שלאף ווי אן ערוואקסענער און דער סיבה דערצו איז ווייל א טאדלער קינד לערנט זיך פיל מער, פראצענטווייז, אין איין טאג ווי אן ערוואקסענער מענטש.

אגב, אמאל פלעגט מען גלייבן אז חלומות זעט מען נאר אין שווארץ און ווייסע קאלירן אבער שטודיעס פון די 70'גער יארן האט אויפגעוויזן אז מען זעט יא קאליר און דאס איז נאר געווען אן איינרעדעניש.

נאך אן אינטערעסאנטער שטודיע פון יענע יארן האט געוויזן אז בלינדע מענטשן פון געבורט זענען בלינד אויך אין א חלום און זיי חלומ'ן טאקע נאר פון אזעלכע זאכן ווי שמעקן, שפירן, הערן א.ד.ג. אן אנדערע שטודיע האט געוויזן אז א מענטש שנארכעט נישט ווען ער חלומ'ט אין אלגעמיין אבער עס איז פאראן אן אויסנאם.

חלומות געדענקענישן

די וועלט זאגט אז 5 מינוט נאכ'ן אויפשטיין פון א נארוואס פארענדיגטן חלום האט מען שוין פארגעסן 50 פראצענט דערפון און נאך 10 מינוט איז שוין 90 פראצענט פארגאנגן. פארוואס דאס איז אזוי איז פאראן אסאך טעאריעס אבער קיין איינע פון זיי איז נישט באשטעטיגט געווארן.

די פארשטענדליכסטע טעאריע איז ווייל ווען דער מענטש שטייט אויף פון זיין שלאף איז ווי אן אויטא צינדט אן זיין מאטאר ווען אלע קערפער טיילן הייבן אן ארבעטן אויפאיינמאל און דער מוח היבט אן קאנצעטרירן אויף אלעס וואס מען שפירט, הערט, זעט, און שמעקט. די פארנומענקייט מאכט דעם מוח פארגעסן פון דעם חלום אפילו עס איז געווען עטליכע מינוט צוריק.

א צווייטע שטארקע טעאריע איז וויבאלד דער אינהאלט פון א חלום איז אומוויכטיג פאר'ן מענטש און עס איז ווי אנדערע טויזענטער זאכן וועלכע מיר הערן איבער'ן טאג און גייט אריין אין איין אויער און גייט ארויס פון די צווייטע. א מענטש געדענקט נאר זאכן וואס אינטערעסירט אים און אויב נישט וועט מען אים דאס דארפן איבערזאגן עטליכע מאל ער זאל דאס געדענקן. אבער א חלום גייט נישט איבער צוויי מאל אפילו אויב עס איז זייער זיס און מען שלאפט באלד צוריק איין.

עס איז פאראן ביכער וועלכע גיבן פארשידענע עצות וויאזוי מען קען אנטוויקלן מען זאל יא געדענקן חלומות.

וואס מיינען חלומות?

די וועלט זאגט אז צו פארציילן א חלום דארף מען זיין א נאר און אויסצוהערן דארף מען זיין נאך א גרעסערע נאר... וויאזוי אימער, זענען אבער שלאפן שטודירער און עקספעטרן שטענדיג געווען פארנומען מיט די מיינונגן פון חלומות און האבן צוזאמנגעשטעלט א ליסטע פון די מערסט באקאנטע חלומות וועלכע רוב מענטשן באקומען אפט און וואס זיי סימבאלזירן אין לעבן.

2) נאך אן אפטע חלום איז אז מען פאלט און דאן וועקט מען זיך אויף. לויט זיי איז דאס א סימבאלישער צייכן אין לעבן אז מען איז פארלוירן איבער א געוויסע סיטואציע און מען קען זיך נישט העלפן. עס קען אויך אמאל מיינען אז מען איז באזארגט אז מען גייט פארלירן עפעס.

3) א חלום אז מען ווערט נאכגעיאגט פון איינעם סימבאליזירט אז מען לויפט אוועק פון פראבלעמען. און לויט די פראבלעמען וואס מען האט לויט דעם איז דער נאכיאגער אינעם חלום.

4) מען ווערט פארהערט איז אויך זייער אן אפטע חלום און מיינט אז מען איז גרייט צו עפעס אן אונטערנעמונג און מען ווערט געפראווט פון זיך אליינס.

5) מען פליט אין די לופטן. דאס באדייט אז מען איז אין קאנטראל איבער א געוויסע זאך און מען שפירט אז קיינער קען דיר נישט באזיגן.

6) מען לויפט און מען דעגרייכט נישט אין ערגעץ. דער חלום קען קומען אין פארשידענע וועגן און אסאך חלומ'ן זיך אז מען וויל לויפן אבער די פיס טראגן נישט. דאס מיינט אז מען טוט צופיל זאכן אין לעבן און מען קען דאס מער נישט פארטראגן.

רש"י שרייבט אין זיינע ספרים אז א שלעכטע חלום קומט נאר צו א שלעכטע מענטש און א גוטע חלום צו א גוטע מענטש.

לויט די אידישע הלכה דארף מען פאסטן ווען מען האט געהאט פארשידענע שלעכטע חלומות און דאס ווערט גערופן א תענית חלום וועלכע מען מעג אויף פאסטן אום שבת כאטש אלע אנדערע תעניתים (אויסער יום כיפור) ווערט אפגעשטופט אויב עס געפאלט אין שבת.

טייל אידן זענען ביי דער מיינונג אז אפילו א שלעכטע חלום מיינט אויך גארנישט און דער מנהג פון פאסטן האבן די חכמים ערלויבט צו בארואיגן דעם מענטש און דערפאר איז עס אויך ערלויבט געווארן אין שבת ווייל דער מענטש'נס רואיגקייט איז א וויכטיגערע עונג שבת. אגב, די הלכה איז אז אויב מען פאסט א תענית חלום אום שבת דארף מען פאסטן א צווייטן טאג צו טאן תשובה פאר'ן פאסטן אום שבת.

וואס חלומות האט שוין געברענגט

חלומות זענען געווענליך נארישקייטן און מען קען זעלטן עפעס ארויסנעמען פון דארט. דאך זענען פאראן א רייע אינאוואציעס און אנדערע ערייכונגן וועלכע זענען געקומען פון חלומות.

דער דייטשער כעמיסט קעלקול וועלכער האט אויסגעטראפן בענזין האט געזאגט אז נאך לאנגע מאנאטן וואס ער האט געארבעט אויף דעם פראיעקט אן ערפאלג האט ער איין נאכט געזען אין זיין חלום ווי שלענג פארמירן רינגן און נעמן זייערע עקן אין מויל. ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געכאפט אז די הויפט כעמיקאליע וועלכע ער האט גענוצט צו מאכן בענזין וואקסט רינדיג אנדערש ווי אלע אנדערע נאטורליכע כעמיקאליעס וועלכע וואקסן אין א ליניע.

דער אינווענטאר פון די ניי מאשין, עליאס האוו, האט זיך געפלאגט מיט זיין ערשטע ניי-מאשין אין 884' וויאזוי דער נאדל וועט ארבעטן אין א מאשין. ער האט דאן געחלומ'ט ווי ער שטייט ארומגענומען מיט סאלדאטן פון א געוויסע פאלק און זיי האלטן אזעלכע רינדיגע שווערדן אין די הענט וועלכע האט א לאך אינדערמיט. ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער צוזאמנגעשטעלט אז אויב דער נאדל וועט האבן א לאך ביים שפיץ וועט עס קענען אויפנעמען נאך א פאדעם פון אונטן און די מאשין וועט קענען נייען.

איינע פון די וועלט'ס באקאנסטע פרויען נאוועל שרייבער, די בריטישע מערי שעלי, האט געבויט איר מערסט באקאנטע בוך "פרענקנשטיין" אויף א חלום וועלכע זי האט געחלומ'ט. דער בוך ווערט נאך היינט געליינט ביי מיליאנען מענטשן.

מען פארציילט אויף עטליכע שפילער און זינגער וועלכע האבן באקומען געדאנקן פאר מוזיק און ניגונים אין חלומות.

שטודיעס האבן געוויזן אז מענטשן האבן זיך געלערנט א לעקציע אין חלומות פאר זאכן וועלכע האבן פאסירט צו זיי שפעטער. חלומות זענען טיילמאל שרעקעדיג און אינעם חלום טרעפט מען זיך א וועג ארויס. שפעטער ווען דאס זעלבע פאסירט ריכטיג נוצט מען די עצות זיך צו ראטעוון פון דעם פראבלעם דאס וואס מען האט געזען אין חלום.

עס איז פאראן אן אינוועסטמענט גרופע וועלכע אינוועסטירן אין די סטאק מארקעט געבויט אויף חלומות. אין די פירמע האט א געוויסער מאן געחלומט אז די סטאקס פון די בייאטעק פירמע איי-סי-או-עס גייט שטארק שטייגן. ער האט באלד געקויפט 40,000 שעירס פאר 4 דאלאר א שעיר. ווייניגער פון 5 יאר שפעטער האט ער פארקויפט זיינע שעירס פאר 28 דאלאר און האט פארדינט 1.6 מיליאן דאלאר, אלעס איבער א חלום.

שטודיעס האבן אויך געוויזן אז מענטשן חלומ'ן זיך ביינאכט זאכן וועלכע גייען פאסירן אינעם צוקונפט. די שטודיע האט פאר לאנגע יארן רעקארדירט חלומות פון די סטודענטן און מיט דער צייט האבן אסאך פון די חלומות ווירקליך פאסירט. אין איינע פון די רעקארדן האט א פרוי געהאט געזאגט אז זי האט געחלומ'ט אז א פליגער האט געקראכט נעבן איר וואוין ארט אין א אווערפעס. דער חלום איז שפעטער צושטאנד געקומען צו אלעמענס וואונדער.

אין 2006 איז אן עלטערע פרוי פון קוויבעק געקומען אפנעמען איר געווינער לאטערי טיקעט פון די קוויבעק לאטא פירמע, און צו אלעמענס וואונדער האט זי געוויזן אז זי האט צוויי פון די 20 מיליאן דאלאר געווינער טיקעט. אויף די פראגע פארוואס זי האט געקויפט צוויי טיקעטס מיט די זעלבע נומערן, האט זי געענטפערט אז זי האט געהאט א חלום אז אירע לאקי נומערן גייען געווינען און זי האט געוואלט זיכער מאכן אז זי באקומט צוויי דריטל אין פאל אויך א צווייטער האט די זעלבע נומערן.

אין אידישקייט

אין תנ"ך ווערן געבראכט ספּורים וועגן חלומות וועלכע עס איז צוגעשריבן גוואָרן אַ גרויסע באַדייטונג; אין בראשית כ"ח ווערט דערציילט אז יעקב אבינו אַנטלויפנדיק פאַר זיין ברודער עשו האָט אויפן וועג זיך געלייגט שלאָפן און אין חלום האָט ער געזען א לייטער שטייט אויף דער ערד און זיין שפּיץ דערגרייכט דעם הימל, און מלאכים גייען אויף אים; נאַכער געפינען מיר אין חומש בראשית ספּורים וועגן די חלומות פון יוסף,ווי די בינטלעך תבואה פון זיינע ברידער בוקן זיך צו זיין בינטל תבואה און די זון און לבנה און עלף שטערן בוקן זיך צו אים; דאָס איז געווען אַ נבואה אַז ערוועט ווערן הערשער אין מצרים און דער פאָטער און די ברידער וואועלן זיך קומען צו ביקן פאַר אים (בראשית ל"ז); נאַכער קומען אין חומש אַנדערע חלומות (פון שר המשקים, בראשית מ', פון פּרשה מ"א); אויך אין די אֵנדערע ספרים פון תנ"ך געפינען מיר וועגן חלומות (שופטים ז', דניאל ב' די חלומות פון נבוכדנאצר); עס זענען אויך פאַראַן ספּורים ווי גאָט האָט זיך באַוואויזן אין חלום צו מענטשן און זיי אָנגעזאָגט געוויסע זאכן (בראשית כ', מלכים א' ג' שלמה המלכס חלום, און אַנדערע ערטער); עס ווייזט אויס, אַז די פאלשע נביאים אין ארץ־ישראל אין דער צייט פון ערשטן בית המקדש האָבן איבערגעגעבן די נביאות,וואָס זיי האָבן געזען אין חלום; דער נביא ירמיהו (ירמיה כ"ג) שטראָפט די פאלשע נביאים און זאָגט „הנביא אשר אתו חלום יספר חלום” (דער פאַלשער נביאוואָס האָט אַ חלום זאָל זאָגן, אַז עס איז נאָר אַ חלום); אויך אַנדערע נביאים האָבן אָנגעוויזן אויף דערווערטלאָזיקייט פון די דאָזיקע פאלשע „חלומות־נביאות” (זכריה י' „וחלומות השוא ידברו”).

וועגן דער פראגע צי איז פאַראַן אין חלום עוואָס ריכטיקס,וואָס ווייזט יאָ אָן אויף זאַכן פון דער צוקונפט, זענען פאַראַן אין די אַלטע יידישע ספרים פאַרשידענע מיינונגען; אין דער גמרא ברכות נ"ה (וואו עס ווערן געבראכט פיל מיינונגען וועגן חלומות אויף עטלעכע דפּים גמרא) זאָגט רבי יונתן „אין מראין לו לאדם אלא מהרהורי לבו” דער מענטש חלומט אין שלאָף נאָר דאָסוואָס ער קלערט איף דער וואַך); אָבער דאָרט אין דער זעלבער גמרא ווערן געבראכט מיינונגען, אַז די חלומות אַנטהאַלטן יאָ וויכטיקע אָנזאָגונגען („חלום אחד מששים לנבואה”). אויך די יידישע דענקער אין מיטלאַלטער האָבן געהאַט פאַרשידענע מיינונגען וועגן חלומות. דער רמב"ם אין „מורה נבוכים” האַלט, אַז די נביאים האָבן געזען זייערע נביאות טיילמאָל אין דער פאָרם פון חלומות.

צוליב דער מיינונג אַז חלומות אַנטהאַלטן יאָ אָנגעזאָגונגען פון דער צוקונפט איז גוואָרן די נויטווענדיקייט פון „פּתרון חלומות”, באשיידן דעם חלום, אויפקלערן זיין באַדייטונג; מיר געפינען שוין אין תנ"ך דאָס פּותר־חלום זיין (בראשית מ' און מ"א ווי יוסף האָט פּותר חלום־געווען דעם שר המשקים, שר האופים און פּרעה מלך מצרים, אין ספר דניאלווי דניאל האָט פּותר־געווען די חלומות פון נבוכדנאצר מלך בבל); אין גמרא ברכות נ"וווערט דערציילט, אַז עס זענען געווען ספּעציעלע מענטשןוואָס זייער פאַך איז געווען פּותר חלום־צו זיין און זיי האָבן דערפאַר גענומען געלט; די גמרא (דאָרט, ברכות נ"ה) ברענגט די מיינונג „כל החלומות הולכים אחר הפּה”, דאָס הייסט, אַז אויב מען טייטשט אויס אַ חלום צום גוטן, ווערט מקוים דאָס גוטע, און אויב מען טייטשט אים אויס צום שלעכטן,ווערט מקוים דאָס שלעכטע. אין די שפּעטערע צייטן זעגען פאַרפאַסט גוואָרן ספרים וועגן פּתרון חלומות („פּתרון חלומות” פון רבי שלמה אלמולי, „יער הלבנון” פון ר' אברהם יגל און אַנדערע).

אין דער גמרא ווערט געבראכט, אַז ווען איינער האָט אַ שלעכטן חלום זאָל ער פאַסטן אַ טאָג, און דאָס ווערט אָנגערופן „תענית חלום”; די גמרא ברכות ל"א זאָגט, אַז אַ תענית חלום מעג מען פאַסטן אַפילו אין שבת; דער וועלכער האָט געהאַט דעם שלעכטן חלום, האָט אוועקגעזעצט דריי מענטשן און זיי האָבן אים געמאַכט אַ „הטבת חלום”, ער האָט פאַר זיי דערציילט אַז ער האָט געהאַט אַ שלעכטן חלום, און זיי האָבן אים „גוט־געמאַכט” דעם חלום; אין דערמאָנטן ספר „פּתרון חלומות” פון רבי שלמה אלמולי זענען פאַראַן דינים פון תענית חלום און הטבת חלום.

קוואלן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!