רוי:רבי יהודה רוזאניס

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:משנה למלך)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יהודה רוזאַניס איז געבוירן געווארן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל, טערקיי, אינעם יאר 1657. ער פלעגט לערנען אזוי פיל אז מען האָט אים אזש גערופן "דער קליינער תנא". ער איז געווען א סוחר, ער האט געפירט מסחרים מיט דער טערקישער ארמיי, מיטן סולטאנ'ס פּאלאץ, און ער איז געווארן באשטימט אלס "געשעפטס־אַטאַשעי".

איין מאל איז ער אנגעקומען אין אַדריאַנאָפּאָל אין אַן אוונד אין מיליטערישע קליידער, מיט א שווערד אויף דער זייט, רייטנדיג אויף א פערד, און ער איז אריין אין א שול דאַוונען מנחה מעריב. זיצנדיג ביי דער טיר האט ער געהערט ווי איינער א למדן האט געפרעגט אַן אייזערנע קשיא אין הלכה, און די אנדערע לומדים האבן עס נישט געקענט פארענטפערן, האט ער זיי ערקלערט דעם ענין. זיין ערקלערונג איז זיי שטארק געפעלן, און זיי האבן זיך געוואונדערט: ווי קומט עס אז אַן אפיציער מיט א שווערד, זאל זיין אזא גרויסער בקי אין תלמוד. האבן זיי אים געזאגט הלצה'דיג דעם מאמר, "אי סייפא לא ספרא, ואי ספרא לא סייפא"[1], אויב שווערד איז נישט ספר; אויב ספר איז נישט שווערד. נעמליך די דאזיגע צוויי פּאָרן זיך דאך נישט! האט אויך ער זיי געענטפערט הלצה'דיג, מיט דעם מאמר: "ספר וסייף ירדו כרוכים מן השמים"[2], אז דער "ספר" און די "שווערד" האבן אראפּגענידערט פון דעם הימל צוזאמען געוויקלט.

ר' יהודה איז דער מחבר פון: "משנה למלך" אויפן רמב"ם; "דרך מצוותיך" וואס ערקלערט דעם אונטערשייד אין דעם ציילן די תרי"ג מצוות צווישן רמב"ם, סמ"ג און רמב"ן; "פּרשת דרכים" (דרשות): הגהות אויף די "טורים", וועלכע דער חיד"א (ר' חיים יוסף דוד אזולאי) האט געזען אין כתב יד; און דריי ספרים האט מען אוועק גע'גנב'ט ביי אים. ער האט נישט געוואלט אננעמען א כסא הרבנות, און ער האט שטארק געקעמפט קעגן דער שבתי צבי באוועגונג. ער איז נפטר געווארן אחרון של פּסח תפּ"ז, 1727.

אגב, "משנה למלך" מיינט נישט די ווערטער "משנה למלך" אין מגילת אסתר. עס מיינט: משנה למגיד משנה, לחם משנה, כסף משנה, געהערט פון הגאון ר' חיים העליר.

  1. עבודה זרה יז, ב.
  2. ספרי עקב ענדע פּיסקא מ. פארגלייכט: ויקרא רבה, פרשה ל"ה, פסקה ו'; דברים רבה, פרשה ד', פסקה ב'; ילקוט שמעוני עקב, רמז תת"ס.