דרעפט:מעוז צור
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
מָעוֹז צוּר (יְשׁוּעָתִי) איז א פיוט וואס ווערט געזינגען נאכן אנצינדן די חנוכה ליכט, און איז דער פּאפּולערסטער פון די חנוכה זמירות. דער פיוט גייט אדורך די גלות'ן אין וואס די אידן האבן זיך געפינען, און ברענגט ארויס די לויב צום באשעפער וואס האט זיי געהאלפן און געראטעוועט.
דער פיוט איז געשריבן געווארן אין אשכנז סוף אלף החמישי. דער מחבר איז אן אומבאקאנטער פייטן מיטן נאמען מרדכי, ווי געצייגט אין די אקראסטיך פון די ערשטע פינף סטראפן. דער געזאנג האט זוכה געווען צו א פארשפרייטונג אינערהאלב כמעט אלע שטרעמונגען פון אידישן פאלק, אשכנזים ווי ספרדים[1], סיידן די תימנ'ער אידן, און ווערט באטראכט אלס סינאנים מיט'ן צינדן חנוכה ליכט.
צייט און מחבר
דער אידענטיטעט פונעם מחבר פון מעוז צור, אויסער זיין נאמען מרדכי, איז נישט באקאנט מיט א קלארקייט און עס זענען פארהאן פארשידענע השערות[2]. דאס געבוי פונעם פיוט זאגט עדות אויף שטריכן פונעם ספרד'ישן סטיל פיוט וועלכע האבן אנגעהויבן אריינדרינגען אין אשכנז. אן ענליכער פיוט איבער'ן הצלה פון שטאט וורמייזא אין ד'תתקס"א, שיינט צו דינען אלס קאפיע פון מעוז צור, דאס ברענגט אויף אז עס איז פארפאסט געווארן נאך פריער פון דעם[3].
איין השערה איז אז דער מחבר איז רבי מרדכי בן הלל פון נירנבערג, מחבר פון ספר מרדכי אויף ש"ס. אנדערע שאצן אז דאס איז רבי מרדכי בר יצחק הלוי, מחבר פון זמר מה יפית, און זיי צייגן אן אויף ענליכקייטן צווישן די צוויי פיוטים[4]; אבער אויך דער אידענטעט פון יענעם רבי מרדכי איז נישט באקאנט. טייל זאגן אז עס איז רבי מרדכי ב"ר יצחק קמחי פון די חכמי פרובינצא אן אייניקל פון רד"ק. אנדערע צייגן אן אויף רבי מרדכי ב"ר יצחק געברענגט אין תוספות[5].
דער ערשטער מאל מען געפונט דאס אין דרוק איז אין א בענטשערל אין שטאט פראג. אין אנהייב געפינט מען דאס בלויז אלס פיוט לכבוד חנוכה, און נישט דווקא בשייכות מיט די ליכט אבער אין שפעטערדיגע דרוקן איז דאס שוין יא אן אינטערגראלער טייל פון דאס ליכט צינדן. מען געפונט דאס אויך אין די ספרי המנהג פון אשכנז צו זינגן נאכ'ן צינדן, און שבת נאך די סעודה[6], אבער נישט אין די פריע ספרדי'שע מקורות, וואו עס איז הערשט אריין שפעטער[7].
אינהאלט
דער מעוז צור באשטייט פון זעקס סטראָפן.
דער ערשטער סטראָף דינט אלס אריינפיר, און דערקלערט אז עס איז פאסיג צו לויבן דעם אויבערשטן וואס איז א פארזיכערונג און א באשיצער, און בעט א תפילה אז עס זאל שוין אויפגעבויט ווערן דער בית המקדש און דארט וועט מען מקריב זיין א קרבן תודה, צו דאנקען אויפ'ן אויסשעכטן דעם פיינט, און דעמאלטס וועט מען צוענדיגן מיט'ן געזאנג אויפ'ן באנייען דעם מזבח. דער פייטן בעט אויפ'ן ישועה פון גלות אדום, און דאן וועט מען צוענדיגן דעם זמר אז ס'זאל אויך אנטהאלטן דעם לויב אויפן ענדגילטיגן ישועה פון דעם לעצטן גלות[8].
אין די פאלגענדע דריי סטראָפן לויפט דער פיוט אדורך אויף אלע גלות'ן וואו כלל ישראל האט זיך געפונען, יעדן סטראָף איבער א צווייטן גלות, און ברענגט ארויס דעם באשעפער'ס גאולה.
- מצרים: דער צווייטער סטראָף רעדט פון גלות מצרים, און רופט דאס אן "מלכות עגלה". עס שילדערט דעם "יד הגדולה" ביי יציאת מצרים, און דאס איינזינקען די מצריים ביי קריעת ים סוף.
- בבל: דער דריטער סטראָף איז איבער גלות בבל, און דערציילט דעם זינד פון עבודה זרה וואס האט דאס צוגעברענגט, און די ענדע פונעם גלות, ווען מען איז ארויף אין ארץ ישראל דורך זרובבל.
- פרס: דער פערטער סטראָף פארציילט איבער דעם נס פורים, די פרואוון פון המן צו אומברענגען מרדכי און די אידן, און זיין ענגילטיגע מפלה ווען מ'האט אים אויפגעהאנגען אויפ'ן בוים.
- יוון: דער פינפטער סטראָף איז מסכם דעם נס חנוכה און שילדערט די יוונים וואס האבן אויפגעבראכן די מויערן פון בית המקדש און האבן מטמא געווען אלע שמן זית צו צינדן די מנורה, און פון א קליינעם קריגל איז געשען א נס, דעפאר האט מען באשטימט חנוכה אויף אכט טעג.
- אדום: דער זעקסטער בית פירט אויס מיט א תפילה צו אויסגעלייזט ווערן פון גלות אדום און אן ענדגילטיגע ישועה, און א נקמה אין די רוימישע אימפעריע און אירע נאכפאלגער.
זעקסטער סטראָף
דער לעצטער סטראָף "חשוף זרוע קדשיך", וואס טראגט די ראשי תיבות פון "חזק", אן אלגעמיינער ערשיינונג ביי פייטנים צו ערגענצן די אקראסטיך פון זייערע פיוטים, ערשיינט נישט אין די ערשטע מקורות פון דעם זמר, און אויך נישט שפעטער אין פילע דרוקן, דערפאר זענען דא וואס זאגן אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורכ'ן זעלבן מחבר פונעם גאנצן שיר, נאר עס עס צוגעטשעפעט געווארן שפעטער[9][10]. און אזוי שטייט אויך אינעם ערשטן דרוק וואו מען געפונט דעם בית "חשוף"[11].
אנדערע ווייזן אבער אן אז אין קעגנזאץ צו די אנדערע הוספות צו דעם פיוט, פארמאגט דער דאזיגער בית אקוראט דער זעלבער סטיל און געבוי ווי די אנדערע בתים, ווי אויך פארענדיגט עס שיין דעם זמר מיט אן אויספיר פון האפענונג. אזוי זעט מען אויך פונעם זמר "מצור באתה העיר", וואס איז אויפ'ן זעלבן סגנון פון מעוז צור, און פארמאגט אויך אן ענליכער אויספיר מיט'ן אקראסטיך "חזק", דעריבער קומען זיי צו א מסקנה אז עס איז בעצם יא א טייל פונעם זמר, נאר איז ארויסגעלאזט געווארן צוליב'ן צענזור וויבאלד עס פארמאגט די ווערטער "נְקֹם נִקְמַת עֲבָדֶיךָ מֵאֻמָּה הָרְשָׁעָה", און דערנאך "דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן"[3].
דער רעפערענץ צו "אַדְמוֹן" – אלס א סינאנים פאר אדום – ווערט פארשטאנען לויט געוויסע אז עס ליגט אין דעם א תפילה צום מפלה פונעם קעניג פרידריך דער ערשטער פון פרייסן, וואס האט געהאט דעם צונאמען "רויטבארד" (איטאליעניש: Barbarossa; ד'תתפ"א–ד'תתק"נ), און האט געפירט צום דריטן קרייצוג. טייל זעען אויך אין "צלמון" א רמז אויפ'ן ארט וואו ער איז גע'הרג'עט געווארן[12]. אנדערע זאגן אבער אז דאס באציט זיך אין אלגעמיין צום גלות אדום, וועם ער רופט אן "אדמון"[א], און ער בעט מען זאל דאס שיקן צום "צלמון" - דאס איז דער גיהנום[13]. און איז אויך מרמז אויפ'ן קרייץ צו וואס די קריסטן פארבינדן זיך[14].
אין געוויסע סידורים[15] איז פארהאן אן אנדער נוסח אין דעם לעצטן בית, וואס איז ווארשיינליך פארענדערט געווארן צוליב צענזור אדער אויס מורא פון די גוים, און אנשטאט די ווערטער "נְקֹם נִקְמַת עֲבָדֶיךָ מֵאֻמָּה הָרְשָׁעָה" ערשיינט "עשה נא למען שמך להיות לנו תשועה" און דערנאך "מחה פשע וגם רשע" אנשטאט "דְּחֵה אַדְמוֹן, בְּצֵל צַלְמוֹן".
וויבאלד אין גרויסטייל ערשיינט נישט קיין אויספיר בית וואס זאל ערגענצן דעם פיוט איבער דעם לעצטן גלות און האפענונג פאר א ישועה, זענען פארהאן א צאל מחברים וואס האבן צוגעטשעפעט א בית וואס זאל אריינפאסן און ערגענצן דעם פיוט. אין ספר קיצור של"ה (פיורדא, תמ"ב) ערשיינט צום ערשט דער בית "חשוף", אין עטוואס אן אנדערע נוסח, אויף וואס דער דרוקער לייגט צו אז היות דער שיר רעדט נאר פון דריי גלות'ן און פארענדיגט נישט אויף גלות אדום האט מען צולייגט הוספות וואס רעדן פון דעם גלות. דערנאך ברענגט ער נאך עטליכע השלמות, איינס פון רבי משה איסרליס מיט די אקראסטיך "משה חזק" וואס איז איינגעפירט אין געוויסע קהילות צו זאגן. און דערנאך נאך איינס פון רבי ירמיה, רב פון ווייצבורג, וואס זיין נאמען איז פארצייכנט מיט ראשי תיבות ביים אנהויב פונעם פיוט, און דערנאך פון רבי שמואל ב"ר דוד הלוי, מחבר פון ספר נחלת שבעה, וואס פארצייכנט זיין נאמען "שמואל הלוי חזק". עס זענען פארהאן נאך א צאל אזעלכי בתים וואס זענען נתחבר געווארן דורכאויס די דורות.
געבוי
דאס געבוי פונעם פיוט איז גאר אויסגעצייכנט און אייגנארטיג, עס איז געבויט אויף א מייסטערהאפטיגע סטיל פון גראמען וואס מען געפונט נישט כמעט ביי קיין שום פיוט. אן ענליכע געבוי טרעפט מען ביים זמר מה יפית. עס איז געבויט ווי א לייטער (א/ב,א/ב,ב/ב,ג/ג,ב)
דער פיוט איז איינגעטיילט אין א מעטער פון זעקס טראַפן פער שורה (נישט אריינגערענט שוא).
ניגון
דער ניגון מיט וואס עס איז איינגעפירט צו זינגען דעם פיוט איז גאר אן אלטער, און איז געזינגען געווארן אין דייטשלאנד פאר הונדערטער יארן [16]. דער ניגון פאסט שטארק אריין מיט די אייגנארטיגע אויסשטעל פון די גראמען פון דעם פיוט, און עס לאזט זיך זאגן אז דער פיוט איז אריגינעל פארפאסט געווארן צו זינגען מיט דעם ניגון.
דער ניגון איז גאר שטארק פארשפרייט געווארן, און עס זענען פארפאסט געווארן נאך א צאל פיוטים צו זינגען מיט דעם ניגון[17]. דער ניגון פלעגט אויך געזינגען ווערן אין דייטשלאנד ביי די גוים, און איז אפילו פארהאן אויף געוויסע כוראלן און קירכע לידער, אבער די פארשער זענען נישט פאראייניגט ווער עס האט עס גענומען פון וועם, וויבאלד עס איז פארהאן גאר אלטע מקורות אז עס איז געזונגען געווארן ביי די אידן פאר א לאנגע צייט[18].
אנדערע זענען נישט געווען צופרידן אז מען זינגט דעם ניגון אויף מעוז צור, און האבן פארפאסט אנדערע ניגונים דערויף. דער חזן לייב גלאנץ האט געשריבן ארטיקלען דערוועגן, און האט פארפאסט א נייעם ניגון באזירט אויף די אלגעמיינער נוסח פון די ברכות ביים צינדן די חנוכה ליכט[19][20]. אזוי אויך האט רבי יעקב עטלינגער פארפאסט אן אייגן ניגון דערויף[21].
אין געוויסע חצרות פארפאסט מען יעדן יאר לכבוד חנוכה א פרישע יצירה אויף מעוז צור.
טעקסט
לשון-קודש | טייטש | |
---|---|---|
מיין פעלזן פעסטער הילף, פאר דיר איז שיין צו לויבן, |
||
רָעוֹת שָׂבְעָה נַפְשִׁי בְּיָגוֹן כֹּחִי כָּלָה |
שלעכט האט געזעטיגט מיין זעל, מיט קלאג איז מיין כח פארלענדט געווארן, |
|
דְּבִיר קָדְשׁוֹ[ה] הֱבִיאַנִי וְגַם שָׁם לֹא שָׁקַטְתִּי |
אין מיין הייליג צימער האט ער מיר אריינגעברענגט, און אויך דארט האב איך נישט געשוויגן, |
|
כְּרוֹת קוֹמַת בְּרוֹשׁ בִּקֵּשׁ, אֲגָגִי בֶּן הַמְּדָתָא |
פארשניידן דאס הייעך פונעם ציפרעס האט ער געוואלט, אגגי זון פון המדתא, |
|
יְוָנִים נִקְבְּצוּ עָלַי אֲזַי בִּימֵי חַשְׁמַנִּים |
די יוונים האבן זיך פארזאמלט אויף מיר, דאן אין די טעג פון די חשמונאים, |
|
חֲשׂוֹף זְרוֹעַ קָדְשֶׁךָ[ז] וְקָרֵב קֵץ הַיְשׁוּעָה |
אנטפלעק דיין הייליג ארעם, און דערנענטער די ענדע פונעם ישועה, |
דרויסנדיגע לינקס
- "זמירות לחנוכה - מעוז צור", אשכול אויף אייוועלט
- פיוט מעוז צור + קישורי אשכולות + קבצים, אויף פורום לתורה
- פיוט 'מעוז צור' מיט אלט-אידיש איבערזעצונג, היידנהיים, באוואריע, 18טער יארהונדערט, אויף בידספיריט
ביאורים
- ↑ אזוי ווי עס שטייט "ויצא הראשון אדמוני"
- ↑ באזירט אויפ'ן פסוק תהלים לא, ג "הֱיֵה לִי לְצוּר מָעוֹז לְבֵית מְצוּדוֹת לְהוֹשִׁיעֵנִי". דער אויסדרוק "מעוז צור ישועתי" ערשיינט אויך אינעם פיוט פון רבי שלמה אבן גבירול, "שחר קמתי להודות".
- ↑ באזירט אויפ'ן פסוק ישעיהו יד, כא: "הָכִינוּ לְבָנָיו מַטְבֵּחַ", וואס רעדט איבער די שטראף וואס וועט קומען אויף די אימפעריע פון בבל. אויך אויף מלכות אדום געפונט מען דעם אויסדרוק "טבח, אין ישעיהו לד, ו
- ↑ דאס מיינט גלות מצרים, אזוי ווי עס שטייט "עֶגְלָה יְפֵה פִיָּה מִצְרָיִם", ירמיה מו, כ.
- ↑ באזירט אויפ'ן פסוק "בְּנָשְׂאִי יָדַי אֶל דְּבִיר קָדְשֶׁךָ", תהלים כח, ב, וואס גייט ארויף אויפ'ן בית המקדש. זע בראשית רבה, נח, ז.
- ↑ א כינוי אויף די אידן, ווי עס שטייט אין פסוק שיר השירים ב, ב "כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים כֵּן רַעְיָתִי בֵּין הַבָּנוֹת".
- ↑ באזירט אויפ'ן פסוק ישעיהו נב, י: "חָשַׂף ה' אֶת זְרוֹעַ קָדְשׁוֹ".
רעפערענצן
- ↑ שער יששכר, מאמר ב' לחנוכה
- ↑ דוד ליפסון, "'מעוז צור' ממבט היסטורי", המעין מו [ב], תשס"ו, עמ' 29–34; אוצר השירה והפיוט, כרך ג', עמ' 7
- ↑ 3.0 3.1 אברהם פרנקל, "הזמר על הצלת וורמייזא וזמן חיבורו של 'מעוז צור'", המעין נד [ב], עמ' 11
- ↑ אוצר השירה והפיוט, חלק ג', מעוז צור
- ↑ נדה לו, א ד"ה והלכתא; זעט אבער אין תוס' הרא"ש וואו דער זעלבער קושיא ווערט געברענגט אין נאמען פון רבי יום טוב ב"ר יצחק
- ↑ לקט יושר; רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, ח"א עמוד רמא
- ↑ זעט דא פאר די מקורות
- ↑ רבי אשר זאב שרייבער, תבונות מועד
- ↑ זעליגמאן בער, סדר עבודת ישראל, רעדלהיים, תרס"א, עמ' 440
- ↑ גבריאל וסרמן, "Liturgical poems of Ḥanukka from Europe", חלק א עמוד 102
- ↑ ספר קיצור של"ה (פיורדא, תמ"ב); זעט אויך מקור חיים (להחוות יאיר) סי' תרעו
- ↑ לוינסקי
- ↑ ברכות, טז, א: אל תקרי בצלמון אלא בצלמות
- ↑ ליפסון
- ↑ כתר נהורא, בית יעקב
- ↑ רבי יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא ח"א עמוד רמא
- ↑ עמודי העבודה, לאנדסהוט, עמ' 306
- ↑ דוד אסף, גלגולו של ניגון: מה למרטין לותר ול'מעוז צור', אינעם "עונג שבת" בלאג, נאוועמבער 29, 2013
- ↑ לייב גלאנץ, על חטא שחטאנו ב"מעוז צור", דבר, דעצעמבער 9, 1955
- ↑ לייב גלאנץ, מעוז צור ישועתי: שיר חנוכה, תל אביב: ספריה מוזיקלית קטנה (74), תשט"ז 1955
- ↑ מעוז צור - בלחן עתיק לגאון הקדוש רבי יעקב עטלינגער - בעל "ערוך לנר" זיע"א, דורך בנימין נויפעלד, ניגון, ווידעא אויף יוטיוב