רוי:פרשיסחא (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשיסחא איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האט געוואוינט רבי יעקב יצחק, באקאנט אלס דער ייד הקדוש, דער גרינדער פון דעם פרשיסחא שטייגער אין חסידות, וואס פון אים האט זיך געצויגן א פארצווייגטער חסידישע דינאסטיע. די ביאלער רבי'ס זענען ממשיך די פרשיסחא דינאסטיע.

א גרויסער טייל פון די חסידישע הויפן אין קאנגרעס פוילן זענען געווען נאכפאלגער פון פרשיסחא. נאך דער פטירה פונעם איד הקדוש, איז זיין תלמיד שמחה בונם געווארן דער הויפט ממלא מקום אין פרשיסחא, וואס האט געפירט קנאפע פערצן יאר ביז זיין פטירה סוף תקפ"ז. נאכדעם האט זיך דאס חסידות צעשפאלטן; מערסטנס חסידים זענען געבליבן אין פרשיסחא אונטערן זון פונעם רבי'ן ר' בונם, אברהם משה; ער איז נפטר געווארן צוויי יאר שפעטער און זיין ארט איז אנגעפילט געווארן דורך יצחק פון ווארקא. נאך א גרויסער טייל האבן נאכגעפאלגט מנחם מענדל פון קאצק, וואס האט געפירט אויף א שארפן אופן, און איז געוועהן געאייגנט נאר פאר דערהויבענע בני עליה. אויך די קינדער פונעם איד הקדוש האבן געפירט הויפן. דער עלטסטער זון, ירחמיאל האט געפירט אין פשיסחא, און דער צווייטער זון, יהושע אשר, האט געפירט אין זשעליכאוו און פאריסאוו. דער יונגסטער זון רבי נחמיה האט געפירט אין ביכאוו.

פון ווארקא האבן זיך אנטוויקלט די חסידותן פון אלעקסאנדער, אמשינאוו, ראדזימין, סטריקאוו און סקערנעוויץ. פון קאצק האבן זיך אויך אנטוויקלט די חסידותן פון גער, טשעכאנאוו, סאכאטשאוו, גאסטינין און פילץ. רבי מרדכי יוסף ליינער האט זיך געשיידט פון קאצק און אויפגעשטעלט א הויף אין איזשביצע, פון וואנעט שטאמט דאס ראדזינער חסידות, און זיין הויפט חסיד, רבי יהודה לייב אייגער האט געפירט זיין הויף אין לובלין.

פרשיסחער בוים

יעקב יצחק ראבינאוויטש (ה'תקכ"ז - י"ט תשרי ה'תקע"ד).

רבי ירחמיאל

זעט אויך

רעפערענצן

  • הרב הקדוש מביאלא


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!