רוי:נפתלי בענעט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נפתלי בענעט
מדינה ישראלישראל ישראל
פארטיי
פראקציע די יידישע היים, נייע רעכטע, ימינה
ווייב גילת בנט
13'טער פרעמיער מיניסטער
13 יוני 2021יולי 2022
20'טער פארטיידיגונגס-מיניסטער
12 נאוועמבער 201917 מאי 2020
20'טער בילדונגס-מיניסטער
14 מאי 20154 יוני 2019
25'טער מיניסטער פאר עקאנאמיע
18 מערץ 201314 מאי 2015
5'טער מיניסטער פאר די תפוצות
18 מערץ 20134 יוני 2019
22'טער מיניסטער פאר רעליגיעס
18 מערץ 201314 מאי 2015
כנסת דעפוטאט
5 פעברואר 20139 אקטאבער 2015
6 דעצעמבער 201530 אפריל 2019
3 אקטאבער 2019 – אמטירט
כנסות 1920, 2223
נפתלי בענעט ביים שדרות קאנפערענץ פאר געזעלשאפט

נפתלי בענעט (געבוירן דעם 25סטן מערץ 1972, י' ניסן ה'תשל"ב) איז געווען דער 13טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, פארזיצער פון דער ימינה פארטיי, פון וועמענס וועגן איז ער א כנסת דעפוטאט. ער האט אמאל געדינט ווי פארטיידיגונגס־מיניסטער, דערציאונגס מיניסטער, גלות מיניסטער און געווען א מיטגליד פון דעם פאליטישן-זיכערקייט קאבינעט אין ישראל. ווען ער האט געדינט אין דער מיליטער איז ער געווען אין סיירת מטכ"ל. דערנאך איז ער געווארן א הייטעק איניציאטאר, איינער פון די גרינדער פון דער סאיוטה פירמע.

נפתלי בענעט רעדע ביים 245סטן אומאָפּהענגיקייט טאג פון די פאראייניגטע שטאטן אין די פאראייניגטע שטאטן אמבאַסאַדע אין ישראל, די פאראייניגטע שטאטן אמבאַסאַדע אין ירושלים, יולי 2021

יונגע יארן

נפתלי בענעט איז געבוירן געווארן אין חיפה דער יונגסטער פון דריי זין געבוירן צו דזשים און מיראנא בענעט. זיינע עלטערן זענען ארויף קיין ישראל פון סאן פראנציסקא אין 1967, א חודש נאך דער זעקסטאגיגער מלחמה. זיינע זיידע־באבע האבן אימיגרירט קיי סאן פראנציסקא פון פוילן, און זענען ארויף קיין ישראל אין זייערע עלטערע יארן.

ווען ער איז געווען פיר יאר אלט, האט בענענט'ס משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטרעאל אויף צוויי יאר, אין דעם ראם פון זיין פאטער'ס ארבעט ווי א געלטשאפער. אין יענער תקופה האט די משפחה אנגעהויבן זיך נענטערן צו אידישקייט.[1] נאכדעם זענען זיי געקומען צוריק קיין חיפה און דער יונגער בענעט האט אנגעהויבן לערנען אין דער  "כרמל" עלעמעטאר-שולע. ווען ער איז געווען אין קלאס ב' האט די משפחה זיך נאכאמאל אוועקגעצויגן קיין ניו דזשערזי, אויף צוויי יאר. ווען ער איז געווען אלט צען האט די משפחה צוריקגעקערט נאכאמל אין חיפה.

משפחה

נפתלי בנט מיט זיין ווייב גילת

אין יאר 1999 האט ער געהייראט גילת אתל עינב גילת בנט.[2] זיי וואוינען אין רעננה און האבן פיר קינדער: יוני, מיכל, דוד עמנואל און אביגיל.[3]

פאליטישע טעטיקייטן

אין אפריל 2012 האט בענעט געמאלדן אז ער שטעלט אויף א נייע פארטיי - "די ישראלים", מיט הרב אביחי רונצקי און איילת שקד.[4] א קורצע צייט נאכהער האבן זיי באשלאסן, דורכן איינפלוס פון כנסת דעפוטאט אורי אורבאך, זיך מיטצוטיילן מיט דער בית היהודי פארטיי, און בענעט האט קאנדידירט פאר דער פירערשאפט פון דער פארטיי. ער האט אונטערגעשריבן מיט כנסת דעפוטאט יעקב כ"ץ ("קעצאלע"), וואס איז דעמאלסט געווען פארזיצער פון דער "איחוד לאומי" פראקציע, אויף אן אפמאך לויט וואס טאמער ער ווערט דער פירער פון בית היהודי וועלן די צוויי פארטייען לויפן צוזאמען אין א פאראייניגטער ליסטע.

די בית היהודי רשימה אונטער בענעט האט באקומען 12 מאנדאטן אין די וואלן צום 19טן כנסת.[5] 

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


רעפערענצן

פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל
דוד בן-גוריון משה שרת לוי אשכול גאלדע מאיר יצחק ראבין מנחם בעגין יצחק שמיר שמעון פרס בנימין נתניהו אהוד ברק אריאל שרון אהוד אלמערט נפתלי בענעט יאיר לאפיד
I 1948 - 1954 1954 - 1955 1963 - 1969 1969 - 1974 1974 - 1977 1977 - 1983 1983 - 1984 1984 - 1986 1996 - 1999 1999 - 2001 2001 - 2006 2006 - 2009 2021 - 2022 2022 -
II 1955 - 1963 1992 - 1995 1986 - 1992 1995 - 1996 2009 - 2021