רוי:אריסטו

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:אריסטא)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַריסטו (גריכיש: Ἀριστοτέλης אַריסטאטעלעס; 384- ביז 7טן מערץ 322-) איז געווען פון די וועלט־גרעסטע פילאזאפן. ער האט געלעבט אין די צייטן פון די חכמי המשנה, ער האט זיך געטראפען מיט שמעון הצדיק דער כהן גדול, און איז זייער באאיינדרוקט געווארן פון זיין גרויס קלוגשאפט. ער איז געווען דער לערער פון אלכסנדר מוקדון.

אריסטו איז געווען א גרויסער דענקער, רוב השקפות און שיטות וואס שטאמען פון די אלטגריכישע פילאזאפן און רוימישע פילאזאפן שטאמען פון אים, עס ווערט דערמאנט א סך ספרים וואס ער האט מחבר געווען.

אַריסטו אין די ספרי־קודש

דער רמב"ם אין זיין ספר מורה נבוכים ברענגט אסאך פון אים און בויט אויף זיינע געדאנקען א סך.

דער ספר "ילקוט מעם לועז" ברענגט א בריוו פון אריסטו צו זיין תלמיד אלכסנדר מוקדון ערקלערנדיג אז ער האט זייער חרטה אויף אלע זיינע מיינונגען ביז היינט, וויבאלד זייט ער איז צוגעקומען צו די אידישע גלויבן האט ער איינגעזען אז דאס איז דאס ריכטיגע גלויבן, און אלע קושיות זענען אים ווי פארשוואונדן געווארן, און אלעס האט זיך אויסגעגראדט אויפן גלייכסטן אופן וואס נאר מעגליך, און עס איז א גרויסע שאד אז ער קען נישט צוריקציען פון זיינע מיינונגען ווייל עס איז שוין אפגעשריבן און פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט.[1]

דער "מגדל עוז" דערציילט אז אריסטו האט זיך אליינס גענומען דאס לעבן ווען ער האט שטודירט א געוויסע טייך פארוואס די וואסער לויפן אראפ און דערנאך צוריק ארויף אין געוויסע צייטן, און אזוי ווי ער האט עס נישט געקענט דערגיין, האט ער זיך גענומען דאס לעבן (מגדול עוז, להגאון יעב"ץ)

עס שטייט אין ספר יוסיפון, אז מען האט אמאל געכאפט אריסטו טאן זייער א נישט צניעותדיגע זאך, און ווען מען האט אים אפירגעהאלטן פון וואו קומט עס צו אים - אזא גרויסער פילאזאף וואס פרעדיגט אלץ עטיקס וכדומה - זאל אליינס אדורך פאלן מיט אזא הארבע זאך? האט ער געענטפערט: ווען איך האלט א רעדע בין איך טאקע אריסטו דער גרויסער פילאזאף, אבער נאכדעם ווען עס קומט צו די מענטשליכע תאוות בין איך דאך א מענטש.

דער חיד"א ברענגט אין זיינע ספרים אז אויב אריסטו וואלט ווען געזען מיט זיינע פליישיגע אויגן יציאת מצרים און די גרויסע ניסים וואס האט דאן פאסירט וואלט ער זיך ווען געבראכן און וואלט מודה געווען אין חידוש העולם, און אז דער וועלט האט א האר (חומת אנ"ך תהלים קאפיטל קי"ז, פני דוד פרשת בא).

רעפערענצן

  1. דער בריוו במילואו איז געדרוקט אין ספר ילקוט מעם לועז, אויך אין סוף פונעם ספר רחמי האב איז דער בריוו געדרוקט.


פילאזאפיע
P philosophy1.png
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראסהעראקליטוסמו דזהבודהאפארמענידעספראטאגאראסדעמאקריטוססאקראטעספלאטאןאריסטאזענאן פון קיטיוןטימאן פון פליוספירון מאליספלוטינוסשון דזהקונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוסדזשאן דנס סקוטוסאוויצענאג'ו שירמב"םטאמאס פון אקווינאוויליאם פון אקאםניקאלא מאקיאוועליטאמאס האבספראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאקדזשארדזש בארקלידעיוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנטדזשערעמי בענטאםגעארג העגלדזשאן סטיוארט מילארטור שאפנהאוערסרן קירקגורקארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגעדזשאן דיואיעדמונד הוסרלמארטין היידעגערבערטראנד ראסלרודאלף קרנפלודוויג וויטגנשטייןקארל המפלזשאן-פאל סארטרעווילארד וואן אורמאן קווייןדזשאן רולסיורגן האברמאסמישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!