רוי:א' אב
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א' אב איז דער ערשטער טאג פונעם עלפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם פינפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחג השג זחג זשג |
מאנטאג | דברים |
בחה בשה גכה זשה |
מיטוואך | דברים |
בשז גכז |
פרייטאג | מטות-מסעי (אין חו"ל), מסעי (אין א"י) |
הכז | פרייטאג | מטות-מסעי |
החא | שבת | מסעי |
השא זחא |
שבת | מטות-מסעי |
חגים וזמנים
- ראש חודש אב
- דער ערשטער פון די ניין טעג, ווען מ'עסט נישט קיין פלייש און טרינקט נישט קיין וויין (לויט די אשכנזים)
געשעענישן
- ג'של"ח – יחזקאל זאגט נבואה איבער די מפלה פון צור צו נבוכדנאצר
- ג'תי"ג – עזרא הסופר קומט אן קיין ירושלים (לויט סדר עולם רבה)
- ג'תכ"ו – נחמיה קומט אן קיין ירושלים
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ליקווידאציע אקציע אין סמאלענסקער געטא
- ה'תש"ג – אויפשטאנד אין די טרעבלינקע טויט-לאגער
- ה'תש"ז – די מעפילים שיף עקסאדוס קומט אן צו די בארטנס פון ארץ ישראל
געבוירן
- ב'שס"ה - אהרן הכהן
- ה'תקנ"א – רבי אלעזר הכהן פון פולטוסק
- ה'תקפ"ד – רבי אברהם יהודה הכהן שווארץ, רב פון מאד און מחבר פון שו"ת קול אריה
- ה'תרל"א – נפתלי צבי פרוש גליקמאן, עסקן פון ישוב הישן אין ירושלים, גרינדער פון שערי חסד געגנט
- ה'תרנ"ז – רבי אלכסנדר זושא פרידמאן, א תלמיד חכם, מחנך, און מחבר פון "מעינה של תורה"
- ה'תרע"ד – יהודה מאיר אבראמאוויטש, אן אגודה עסקן און כנסת דעפוטאט, תלמיד פון רבי מאיר שפירא (נפטר ה'תשס"ז)
- ה'תרצ"ד – רבי דוד משאש, הויפט רב פון פאריז, פראנקרייך
- ה'תשל"ה – יאיר רביבו, בירגערמייסטער פון לוד
יארצייטן
- ב'תפ"ז – אהרן הכהן, דער ערשטער כהן גדול ביי אידן, דער איינציגסטער יארצייט וואס ווערט דערמאנט אין דער תורה[1]
- ה'תר"ה – רבי אהרן בראסלעווער, רב אין שטאט בראסלעוו אין אוקריינא
- ה'תרמ"ג – רבי שמואל עהרנפעלד, מאטערסדארפער רב, מחבר פון "חתן סופר" (געבוירן ה'תקצ"ה)
- ה'תרס"ג – רבי אהרן האלבערשטאם, קרייזער רב פון צאנז (געבוירן ה'תקפ"ו)
- ה'תשכ"ט – רבי מרדכי סגרון, א רב אין טוניסיע און אין ארץ ישראל
- ה'תש"ס – רבי שלמה האלבערשטאם, באבאווער רב (געבוירן ה'תרס"ח)
- ה'תשס"ו – עזרא פליישער, חוקר פון פיוט און תפילה, פרס ישראל געווינער (געבוירן ה'תרפ"ח)
רעפערענצן
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |