רוי:בראסלעוו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סמל אשטייטל ברסלב
ברסלב

בראַסלעוו אדער בראַצלאַוו (אוקראַיִניש: Брацлав בראַצלאַוו; פּויליש: Bracław בראַצואַוו) איז אַ שטעטל אין נעמיראווער ראיאן, וויניצער גובערניע, אוקראַיִנע ביים טייך דרום בוג. צוויי און א האלב שעה פארן מיט א קאר פון קיעוו קיין בראסלעוו. עס איז א קליין שטעטל. זיין באַפעלקערונג אינעם יאָר 1988 איז געווען 6,100.

אין בראַסלעוו האָט רבי נחמן בראַסלעווער געוואוינט צווישן די יארן 1802 - 1810 (ה'תקס"ב - ה'תק"ע) און געפירט זיין הויף. ווען רבי נחמן איז געקומען אהין האט ער מיט געברענגט א רב פאר דער שטאט וואס זאל פסק'נען שאלות רבי אהרן בראסלעווער. ער איז פארבליבן דארט רב, דערנאך האט אים איבערגענעומען זיין זון רבי צבי אריה בראסלעווער, דערנאך האט איהם איבערגענומען זיין זון רבי חיים בראסלעווער.

ביים נאצי חורבן איז פארטיליגט געווארן דער גאנצער בית החיים, היינט צו טאג איז גארנישט דא צו דערקענען נאר דעם אוהל און א מצבה וואו עס ליגט רבי נתן מברסלב, דאס האבן אלטע אידן וואס האבן געוואוינט אין בראסלעוו פארן וועלט קריג, דערקענט דאס פלאץ, און האבן צו געוויזן פאר דעם עסקן ישראל מאיר גבאי און ער האט עס אויפגעבויט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!