הארנאסטייפאל (חסידות)

פון המכלול
אוקראַינער חסידישער דינאַסטיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הארנסטייפל איז א חסידישע דינאסטיע, א צווייג פון דער טשערנאבילער דינאסטיע, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי מרדכי דוב טווערסקי, אין דערפל הארנסטייפל, אוקראינע.

היינט דינען עטליכע רבי'ס פון הארנסטייפל, צווישן זיי רבי יחיאל מיכל טווערסקי פון מילוואקי, און זיינע פלימעניקס רבי מרדכי דוב טווערסקי אין פלעטבוש און רבי שלום שכנא פרידמאן אין ביתר עילית.

ערשטער דור

ספר אויף רבי מרדכי דוב מיט זיין בילד אויפ'ן דעקל
Postscript-viewer-blue.svg רבי מרדכי דוב טווערסקי

רבי יעקב ישראל טווערסקי (תקנ"ד–תרל"ו), זון פון טשערנאבילער מגיד (תק"ל–תקצ"ז) איז אין יאר תקצ"ד אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין הארנסטייפל, און אנגעהויבן פראווען דארט רביסטעווע. זיין טאכטער שטערנא פייגא רחל, ווייב פון רבי משולם זושא אויערבאך פון טלומאטש, איז נפטר געווארן יונג, און זייער זון רבי מרדכי דוב (מאטעלע; ת"ר–תרס"ג) האט זיך געהאדעוועט ביי זיין זיידן אין הארנסטייפל, אדאפּטירנדיג די פאמיליע נאמען טווערסקי. ער איז געווארן אַן איידעם ביים צאנזער רב רבי חיים האלבערשטאם.

אין יאר תר"כ, איז ר' יעקב ישראל אריבער קיין טשערקאס, און אין תרכ"ג, האט ר' מאטעלע זיך געצויגן קיין הארנסטייפל און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן זענען אסאך טשערקאסער חסידים אריבער צו אים, און ער איז געווארן פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע. ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, האט געשריבן ספרים אין הלכה אין חסידות, און געפירט די רבי'סטווע 40 יאר.

צווייטער דור

פון רבי מרדכי דוב'ס פיר זין האט דער דריטער, רבי בן ציון יהודה לייב ("ר' לייבעלע"; הארנאסטייפל, כ' תשרי תרכ"ח – שיקאגא, כ"ח טבת תשי"א), איבער גענומען זיין פלאץ נאך זיין פטירה אין תרס"ג, און במשך 11 יאר איז ער געווען דארט רבי. זיין פאטער האט אים גערופן "מיין חכם", און האט געשריבן אז "זיין מויל איז ווי מיין מויל און זיין האנט איז ווי מיין האנט". ער האט חתונה געהאט מיט רחל (כ"ח כסלו תרכ"ו – אנטווערפן, ה' חשון תרצ"ד), טאכטער פון רבי יצחק יואל ראבינאוויטש רבי פון קאנטיקוזיווע, ב"ר גדליה אהרן פון סאָקאָליווקע, ב"ר יצחק יואל פון ליניץ, ב"ר גדליה פון ליניץ, ב"ר יצחק דומ"ץ פולנאה, ב"ר שמואל, ב"ר שמואל, ב"ר אליהו, ב"ר יצחק אב"ד לוצק איידעם פון מהרש"א.

אין יאר תרע"ד האט ער באזוכט ארץ ישראל מיט צוויי פון זיינע חסידים כדי צו אויפשטעלן א חסיד'ישער ישוב, זיך אויפהאלטנדיג אין תל אביב. ער איז געווען דער נשיא פון וואהלינער כולל, און ווען ער איז באשולדיגט געווארן אין אריבערפירן געלטער צו ארץ ישראל וואס איז אונטער טערקישער הערשאפט, איז ער אין תרע"ה אריבער קיין קיעוו. ווען ער איז קראנק געווארן אין תר"פ האט מען אים צוגעלייגט די נאמען בן ציון. נאך וואס די קאמוניסטן זענען געקומען צום מאכט איז ער אנטלאפן קיין קראקא, און האט איבערגעלאזט נאך זיך זיינע תורות וועלכע זענען פארצייכנט געווארן דורך דער גבאי ר' דן. ער האט געענדערט זיין פירונג און האט אויפגעהערט זאגן תורה, און אין יאר תרפ"ה איז ער אריבער קיין אנטווערפן, וואו ער האט געוואוינט 11 יאר. אין יאר תרצ"ו האט ער עמיגרירט קיין ארץ ישראל אין ירושלים און תל אביב, און האט ארויסגעגעבן דעם ספר תורי זהב פון זיין פאטער. ער איז צוריק קיין אנטווערפן צו ליקווידירן זיינע ענינים אין אייראפע, און ווען די דייטשן זענען אריין קיין בעלגיע אין יאר ת"ש איז ער אריבער קיין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין שיקאגא, דארט האט ער געוואוינט, פארשלאפטערהייט, ביז זיין פטירה אין יאר תשי"א. ער איז אוועק פרייטאג-צונאכטס בשעת זיינע ליפּן שעפּשן "האדרת והאמונה לחי העולמים"[1].

זיינע קינדער: 1. דער עילוי ר' משה משולם זושא. פון די 23 רב אין לוהין. רבי אין קיעוו, וואו ער איז נפטר געווארן בשעת'ן באערדיגן מתים פון א מחלה אין ב' שבט תר"פ, און איז באערדיגט געווארן צווישן מתי מצוה. געהייראט רבקה מרים, צווייטע טאכטער פון רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם פון ציעשינוב. זייער איינציגער זון ר' חיים ברוך איז נפטר געווארן אינג אין כ"ט אב תרצ"ח, און איז באערדיגט אין הר הזיתים. ער האט איבערגעלאזט א טאכטער רחל, ווייב פון אפרים זלץ (גביש); צוויי זין האבן געוואוינט אין ארץ ישראל: 2. ר' מנחם נחום; און 3. ר' חיים אהרן (זעט אונטן, אין ארץ ישראל); 4. ר' יעקב ישראל, הארנאסטייפּלער רבי אין מילוואקי; 5. דבורה לאה (–לאנדאן, א' טבת תשכ"ז); 6. ר' יצחק יואל, אוועק אינג.

דריטער דור

רבי יעקב ישראל טווערסקי (ה'תרס"חי' אב ה'תשל"ג), האט אויפגעשטעלט א חסיד'ישער הויף אין מילוואקי, וויסקאנסין. ער האט חתונה געהאט מיט דבורה לאה, א טאכטער פון זיין קאזין רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב (איידעם פון רבי שלום אליעזר הלברשטאם וואס איז געווען א איידעם ביי זיין זיידע רבי מרדכי דוב).

זיינע קינדער זענען מיט א חסיד'ישע רעבישע געשטעל, אבער האבן אויך אקאדעמישע דעגריס.

  • זיין ממלא מקום רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי.
  • רבי מרדכי דוב (איידעם ביי רבי שלום פון נאדווארנא ברייטאן).
  • רבי אברהם יהושע העשל, פסיכיאטער, גרינדער פון מעדיצינישע אדיקציע באהאנדלונג אינסטיטוציעס, מחבר פון מעדיצינישע ביכער אויף גייסטישע קראנקייט.
  • רבי אהרן דוד, א לויער, און א לעקטאר אין Hofstra אוניווערסיטעט.
  • הרב יחיאל מיכל (איידעם ביי רבי ישראל אברהם שטיין פון פאלטיטשאן), זינט די פטירה פון זיין עלטסטער ברודער רבי שלמה דינט ער אלס הארנסטייפלער רבי אין מילוואקי.

פערטער דור

רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי (ה' תמוז תרפ"גכ"ג תשרי ה'תשמ"ב) איז געבוירן אין קראקא. ער איז אויפגעוואקסן אין מילוואקי, אין זיין יוגנט האט ער באקומען פריוואטע לעקציעס, און שפעטער געלערנט אין ישיבת תורה ודעת. ער האט חתונה געהאט מיט לאה הינדא, די טאכטער פון רבי יוסף לייפער, פיטסבורגער רבי.

אין תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דענווער קאלאראדא. ראש השנה תשכ"א איז ער אריינגענומען געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע קראנקהייט און ער האט דורכגעמאכט עטליכע אפעראציעס. יום כיפור אין יענעם יאר האבן די צוויי קהילות, אין דענווער און מילוואקי, אים צוגעלייגט א נאמען, און צוליב דעם אוממעגלעכקייט צו קאָאָרדינירן צווישן זיי, זענען צוגעלייגט געווארן צוויי פארשידענע נעמען. די קרענק האט אים אבער נישט אפגעלאזט ביז צו זיין טויט, און דורכאויס די יארן האט ער געמוזט דורכגיין פיל באהאנדלונגען און אפעראציעס. אום 1966 איז ער געווען אין ארץ ישראל במשך פון 9 חדשים.

י' אב תשל"ג, ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן האט ער - לויט די צוואה - איבערגענומען די הארנסטייפלער רבי'סטווע, אבער ער האט נישט אפגעלאזט דענווער, און ער האט געשטעלט זיין יונגסטער ברודער רבי מיכל זאל זיין דער רב אין טאטנ'ס בית מדרש. ער האט אסאך געהאט צו טאן מיט דער פארשפרייטונג פון אידישקייט, און מחזק זיין בעלי תשובה. ער האט געארבעט פאר די כשר'ע שחיטה אין אמעריקע. ער איז נפטר געווארן שמחת תורה תשמ"ב.

פינפטער דור

רבי שלמה'ס ברודער רבי יחיאל מיכל האט גע'ירש'נט זייער טאטנ'ס בית מדרש. אנהייב האט ער געדינט אלס רב, און נאך זיין ברודערס פטירה אויך אדמו"ר.

רבי שלמה'ס זון רבי מרדכי דוב טווערסקי האט זיין בית מדרש אין פלעטבוש, ער קאָמפּאָזירט אויך פילע ניגונים.

רבי שלמה'ס איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן איז הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל. לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

אין יאר תשס"ו האט זיין אייניקל געדרוקט דאס ספר "מלכות שלמה" וואס אנטהאלט זיינע דברי תורה, און מעשיות אויף אים.

אין ארץ ישראל

בית מדרש הארנאסטייפאל אין ביתר עילית

רבי חיים אהרן ("ר' חיימ'ל"; תל אביב, ו' חשון תשט"ז), זון פון רבי בן ציון יהודה לייב, האט געוואוינט אין תל אביב, און האט געהאט א בית מדרש "בית יהודה", אין צענטער פון שטאט, אויף זיין טאטע'ס נאמען. נאך א זון, רבי מנחם נחום טווערסקי, איז געווען דער מאן פון רבי יוסף צבי קאליש'ס איינציגע טאכטער. רבי יוסף צבי איז געווען א ווארקער אייניקל דער סקערנעוויצער רבי, און רב פון שטאט בני ברק. רבי נחום האט ארויס געגעבן דעם ספר "מדור אל דור" אויף די תולדות פון משפחה.

רבי שלמה'ס איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן, איז היינט הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל. לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

צו ליינען מער

  • הרב נחום טברסקי, מדור אל דור, תל אביב, תשכ"ז
  • בצל הקודש מכון "נר שלמה" הארנסטייפל, תמוז תשע"ב
  • הרב צבי בריננער, רבינו הקדוש מהארנסטייפל, בני ברק שבט תשע"ז

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. מאיר וואונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה ג, תשמ"ו, עמ' 17–18
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל