רוי:אימאנועל קאנט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אימאַנועל קאַנט (22סטן אפריל 1724 - 12טן פעברואר 1804) איז געווען אן 18טן יארהונדערטדיקער דייטשער פילאסאף פון דער פרייסישער שטאט קעניגסבערג. ער איז געווארן א פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קעניגסבערג.
יונגע יארן
קאנט איז געבוירן אין קעניגסבערג (היינט קאלינינגראד, רוסלאנד) דעם 22סטן אפריל 1724 צו זיין פאטער יאהאן געארג קאנט און זיין מוטער רעגינא דאראטעא רויטער. פון 1740 ביז 1746 האט ער שטודירט די פילאסאפיע פון גאטפריד לייבניץ, וואס איז געבויט אויף ראציאנאליזם אין אלבערטוס אוניווערסיטעט. שפעטער, איז קאנט געווארן באקאנט פאר זיין מאגנום אפוס, "קריטיק אויף ריינע סברא", ווי ער קריטיקירט די וואס פארלאזן זיך אויף ריינע ראציאנאליזם, און אדוואקאטירט פאר א ראציאנאליזם וועלכער לאהנט זיך אן אויף די חושים.