רבי משה טויב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ רבי'ס ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

קאלובער רבי
רבי משה טויב
קאלוב.jpg
געבורט כ"ח אלול תרצ"ח (יארגאנג: 85)
מיהאיפאלווא
מדינה ניו יארק
למד ב ישיבת בעלזא, ישיבת צאנז קלויזענבורג, ישיבת בית מדרש עליון
וואוין אָרט וויליאמסבורג
ווייב יוכבד
טאטע רבי מנחם שלמה טויב
מאמע ריזל
חתנים רבי דוד האגער

רבי משה טויב איז דער היינטיגער קאלוב'ער רבי פון אמעריקע.

ביאגראפיע

רבי משה איז געבוירן כ"ח אלול תרצ"ח אין מיהאיפאלווא (ענ') אין רומעניע צו רבי מנחם שלמה טויב און זיין ריזל, א טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח דעם לינסקער רבי, אן אייניקל פון צדיקי בית בעלזא און ראפשיץ. ער הייסט נאך זיין זיידן רבי משה טויב, דער קאלובער רבי בעל "עת רצון".

ביים תקופה פון דער צווייטער וועלטס קריג האט ער זיך אריבער געצויגן מיט זיין טאטן קיין אמעריקע, דארטן האבן זיי זיך באזעצט אינעם איסט סייד געגנט. ער איז אריין לערנען אינעם ליובאוויטש'ער תלמוד תורה און שפעטער ביים קלויזענבורגער ישיבה ביי רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער קלויזענבורגער רבי. ווען ער איז אלט געווען זעכצן יאר איז ער געפארן לערנען אין ארץ ישראל אינעם בעלזער ישיבה. אין די יארן האט ער גענאסן א קרבה יתירה ביים בעלזער רב, רבי אהרן רוקח, וואס האט אים מקרב געווען זייענדיג א בעלזער אייניקל. נאך צוויי יאר האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע וואו ער איז אריין אין בית מדרש עליון ישיבה און מאנסי.

ער האט חתונה געהאט מיט'ן רעביצין יוכבד, א טאכטער פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט, דער סטרעליסק'ער רבי פון לאנדאן. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן לעבן זיין שווער, ער האט געלערנט אינעם כולל פון רבי שלום שניצלער, דער טשאבער רב פון לאנדאן, א זון פון רבי שרגא שמואל.

דער רבי איז געווען א גרויסע חסיד פונעם סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים, ער פלעגט זיך מסתופף זיין בצלו, בפרט ביי די 'שובבי"ם תורות' און נאך פארשידענע צייטן. אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע קירבה ביים קלויזענבורגער רב.

אדמו"רות

נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות ביום ד' שבט תשל"ח, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו, און ער פירט אן זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג. ער האט אויפגעשטעלט שטיבלעך אין בארא פארק, מאנסי, און ביתר עילית אין ארץ ישראל. דער קאלובער רבי איז ברייט באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע אויפטוען און פעלד פון קירוב רחוקים. ער איז אלע יארן, אנגעהויבן פון פערציג יאר, ארומגעפארן אין ווייטערע שטעט איבער'ן גאנצן וועלט און מקרב געווען אידישע הערצער לאביהם שבשמים; איבערהויפט פלעגט ער פאדערן פון די שוואכע אידן זיך אונטערצונעמען קבלות טובות אין אידישקייט. במסגרת די פעולות האט ער אויפגעשטעלט א קירוב ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "חסד לישראל" וואס איז שפעטער געטוישט געווארן צו "אור עולם". דער רבי שטייט אין שפיץ פון דער ארגאניזאציע, וואס פארמאגט צענדליגע ארבעטער אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אלעס אויפצוטון פאר אידישקייט. באזונדער זענען באקאנט זיינע פעולות פאר די פראנצויזישע אידן.

אין יאהר תשע"ד איז ער קראנק געווארן מיט א מחלה פון וואס ער קען זיך נישט רירן, און ער קען שרייבן נאר מיט דו אויגן[1].

קינדער

זיינע זון

  • רבי אליעזר צבי, קאלובער רב אין ארץ ישראל, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין ארץ ישראל. חתונה געהאט צו מירל בריינא פערל, עלטסטע טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן פון תולדות אברהם יצחק.
  • רבי אהרן שמעון, קאלובער רב אין בארא פארק, חתונה געהאט צו רות, טאכטער פון רבי חיים מאיר וואזנער גאב"ד זכרון מאיר.
  • רבי ישכר דוב, קאלובער רב אין וויליאמסבורג, העלפט זיין טאטנ'ס פעולות מיט קירוב רחוקים אין חוץ לארץ, חתונה געהאט צו רייזל, טאכטער פון רבי יצחק יחיאל פאנעט, דעעשער רבי.
  • רבי נפתלי מרדכי, קאלובער רב אין מאנסי, ער איז חתונה געהאט צו ציפורה ברכה, טאכטער פון רבי ישראל האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי.

טעכטער אין איידעמער

  • חנה מרים, פרוי פון רבי דוד האגער וויזשניצער רבי פון לאנדאן.
  • יענטא פריידא, פרוי פון רבי אשר מרדכי ראזענבוים, מאשאלו'ער רבי.
  • שפרה פיגא, פרוי פון רבי מנחם נחום טווערסקי, ראחמיסטריווקא רבי פון אוקוויין.
  • דינה חיה, פרוי פון רבי שאול שמחה פריעדמאן, רב דקהל שמן למנחה נאדיפאלי אין לעיקוואד, זון פון רבי חיים אלעזר פריעדמאן גאב"ד טענקא.
  • הינדא טשיפא, פרוי פון רבי יעקב מאסקאוויטש, אב"ד אור תורה ותורת חמ"ד נייטרא וראש ישיבה קטנה נייטרא אין וויליאמסבורג, זון פון רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש.
  • מלכה רעכיל, פרוי פון רבי אלכסנדר סענדער אשכנזי אב"ד קאריץ, זוהן פון רבי חנוך דוב, הארעדענקא רבי פון פלעטבוש.
  • זיסל אסתר, פרוי פון רבי אלעזר יונה גינזבערג, סוואליווע רב אין וויליאמסבורג, זוהן פון רבי משולם פייש, חוסטער רבי אין בארא פארק.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן