פרשת נח

פון המכלול
ווערסיע פון 20:07, 11 סעפטעמבער 2023 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט שאפונג. שת"פ מיט ת"ק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg נח Arrow l.svg
פסוקים בראשית ו, ט - יא, לב
צאל פסוקים 153
צאל ווערטער 1861
אינהאלט המבול, שכרות נח, מגדל בבל, השתלשלות עשרה דורות מנח עד אברהם
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
ספרדים און חב"ד ישעיהו נד, א–י
אשכנזים, צפון אפריקע און איטאליענער ישעיהו נד, א - נה, ה
תימנים ישעיהו נד, א - נה, ג
נח'ס תיבה געאנקערט נאכ'ן מבול

פרשת נח איז די צווייטע פרשה אין ספר בראשית. די פרשה הייבט זיך אן ביי קאַפּיטל ו', פסוק ט', ביז קאַפּיטל י"א, פסוק ל"ב לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.

די פרשה ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פון נח, דער הויפט פיגור אין די פרשה. די הויפט טעמע אין די פרשה אז די געשיכטע פונעם מבול און נח'ס תיבה. אויך ווערט דערציילט די געשעענישן פון נח און זיין פאמיליע נאכ'ן מבול, און איבער די מגדל בבל און דור הפלגה.

פרשת נח ווערט געליינט צווישן א' און ו' חשוון.

פרשה אינהאלט

נח און זיין דור

Postscript-viewer-blue.svg מבול

די פרשה הייבט אן אז נח איז געווען אן ערליכער מאן, גאנץ אין זיינע דורות, מיט גאט. נח האט געהאט דריי זין: שם, חם, און יפת[1].

גאט האט געזען אז אלע באשעפענישן אויף דער ערד זענען פארדאָרבן און זינדיג, און ספעציעל די זינג פון גזל, און געזאגט פאר נח אז ער איז גרייט צו ברענגען א מבול - פארשוועמונג - צו אפווישן אלע באשעפענישן פונעם ערד. דער אויבערשטער האט אנגעזאגט נח צו בויען א תיבה אין וועלכע ער און זיין פאמיליע וועלן באשיצט ווערן פונעם מבול, און אים באפוילן באפוילן מיטצונעמען א פּאָר פון יעדע סארט באשעפעניש, א זכר און א נקבה, אז זיי זאלן איבערבויען די וועלט נאכ'ן מבול. פון די טהור'ע באשעפענישן און פויגל האט ער באפוילן נח צו נעמען 7 פּאָר[2].

דער מבול איז געקומען די 17'טע טאג פון די 2'טע חודש[3]. די רעגן האט אנגעהאלטן פאר 40 טעג און נעכט און פאר נאך 150 טעג האט זיך די וואסער פארמערט דורך די טייכן פון תהום, אפווישנדיג אלע לעבעדיגע פונעם ערד. נאר דאן האט דאס וואסער אנגעהויבן אראפגיין און פארטרוקנט ווערן. נח'ס תיבה האט געלאנדעט אויף די בערג פון אררט די 17'טע טאג פון זיבעטן חודש, 5 חדשים שפעטער.[4].

נאכ'ן מבול

די 22'טע פון צווייטן חודש, איבער א יאר נאכ'ן אריינגיין, איז נח, זיין פאמיליע און די איבריגע באשעפענישן ארויס פונעם תיבה לויט'ן באפעל פונעם אויבערשטן. נח האט מקריב געווען קרבנות פון די טהור'ע באשעפענישן וואס ער האט מיטגענומען און דער אויבערשטער האט געהאט דערפון א נחת רוח, ”וַיָּרַח ה', אֶת-רֵיחַ הַנִּיחֹחַ, וַיֹּאמֶר ה' אֶל-לִבּוֹ לֹא אֹסִף לְקַלֵּל עוֹד אֶת-הָאֲדָמָה בַּעֲבוּר הָאָדָם, כִּי יֵצֶר לֵב הָאָדָם רַע מִנְּעֻרָיו; וְלֹא אֹסִף עוֹד לְהַכּוֹת אֶת-כָּל-חַי, כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתִי” (ח, כא). דער אויבערשטער האט געמאכט א בונד אז ער וועט נישט ברענגען מער א מבול, און די רעגנבויגן וועט דינען דערויף אלס צייכן.

דער אויבערשטער האט דאן מתיר געווען פאר'ן מענטש צו שעכטן און עסן באשעפענישן, גע'אסר'ט אבר מן החי, און אנגעזאגט אויף רציחה[5].

נח'ס שיכרות

נח האט איינגעפלאנצט א וויינגארטן און ווערט שיכור פון די וויין. זיין זון חם טרעפט אים שיכור און אויפגעדעקט און רופט זיינע ברודער, שם און יפת, וואס דעקן אים איבער בכבוד'דיג. נח שעלט כנען זיי זאלן זיין קנעכט, און בענטשט דאקעגן שם און יפת: ”וַיֹּאמֶר, אָרוּר כְּנָעַן: עֶבֶד עֲבָדִים, יִהְיֶה לְאֶחָיו. וַיֹּאמֶר, בָּרוּךְ ה' אֱלֹקַי שֵׁם; וִיהִי כְנַעַן, עֶבֶד לָמוֹ. יַפְתְּ אֱלֹקים לְיֶפֶת, וְיִשְׁכֹּן בְּאָהֳלֵי-שֵׁם; וִיהִי כְנַעַן, עֶבֶד לָמוֹ” (ט, כה–כז).

נח'ס קינדער און מגדל בבל

דאן ווערט אויסגערעכנט די זיבעציג פעלקער פון נח'ס קינדער און אייניקלעך וואס האבן איבערגעלעבט דעם מבול און צוריק באזעצט די וועלטי, א–לב.

עס ווערט געשילדערט די פרואוו פונעם "דור הפלגה" צו בויען דעם מגדל בבל און ווי דער אויבערשטער האט זיי אפגעשטעלט און צעטיילט די פעלקער און שפראכן איבער די וועלטיא, א–ט.

צען דורות פון נח ביז אברהם

דאן ווערט אויסגערעכנט די צען דורות פון נח ביז אברהם:

דור נאמען עלטער ביים געבוירן קומענדיגער דור יארן געלעבט דערנאך יארן געלעבט אין סך הכל
1 שֵׁם 100 500 600
2 אַרְפַּכְשַׁד 35 403 438
3 שֶׁלַח 30 403 433
4 עֵבֶר 34 430 464
5 פֶלֶג 30 209 239
6 רְעוּ 32 207 239
7 שׂרוּג 30 200 230
8 נָחוֹר 29 129 158
9 תֶרַח 70 - 205
10 אַבְרָם - - -

אברם האט געהייראט שָׂרָי, וועלכע איז געווען אן עקרה. תרח האט זיך ארויסגעצויגן אינאיינעם מיט זיין זון אברהם, זיין שנור שרי, און זיין אייניקל לוט פון אור כשדים וואו זיי האבן געוואוינט, מיט'ן פלאן צו אנקומען קיין ארץ כנען. ענדע איז תרח געשטארבן אויפ'ן וועג אין חרן.

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ישעיהו נד, פון א. די ספרדים ענדיגן ביי י, די תימנים ביי נה, ג, די אשכנזים און איטאליענער ביי נה, ה. אין די הפטורה רעדט דער נביא איבער די שבועה וואס דער אויבערשטער האט געשוואוירן אז ער וועט מער נישט ברענגען א מבוול אויף דער וועלט - "מעבור מי-נח עוד על הארץ".

ביי די ראמאניאטן ליינט מען ישעיהו נד, ט - נה, יב.

אין יארן וואס הויבן זיך אן דאנערשטאג ווערט פרשת נח געליינט אום שבת ראש חודש און מען ליינט די הפטורה "השמים כסאי"[6].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

{{פרשה לינקס|

רעפערענצן

  1. ו, ט–י.
  2. ו, יא - ז, טז.
  3. פארהאן א מחלוקת אין גמרא סנהדרין קח, ב צי עס איז געווען אייר אדער חשון.
  4. ז, יז - ח, יד.
  5. ח, טו - ט, יז.
  6. און ביי די ראָמאַניאָטן יחזקאל מו, א - יח, ווי יעדע שבת ראש חודש.