רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא | |||||
געבורט |
1770 ה'תק"ל טשערנאביל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
1837 (אלט: 67 בערך) כ' אייר ה'תקצ"ז קיעוו | ||||
כינוי | רבי מאטעלע טשערנאבלער | ||||
מקום קבורה | אנאטיווקא | ||||
מדינה | אוקראינע | ||||
וואוין אָרט | טשערנאביל | ||||
טעטיגקייט אָרט | טשערנאביל און ארום | ||||
תקופת הפעילות | י"א חשוון ה'תקנ"ח – כ' אייר ה'תקצ"ז (39 יאָרן) | ||||
תחומי עיסוק | אדמו"ר | ||||
תפקידים נוספים | מגיד מישרים | ||||
רבי'ס | דער מאור עינים | ||||
תלמידים | רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג. | ||||
ספרים | ליקוטי תורה | ||||
ווייב |
| ||||
דינאסטיע | צווייטער | ||||
צאל קינדער | 11 | ||||
חותנים | |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
רבי מרדכי טווערסקי, (ווערט אנגערופן: טשערנאבילער מגיד; ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און רחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.
ביאגראפיע
געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און צו רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און פון רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון ספר מאור עינים.
אין זומער ה'תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז ער א חתן געווארן מיט חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1]. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג-תקמ"ד בערך[1]. מיט זיין ערשטע רעבעצין האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.
ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע איינוואוינער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען, האָט רבי מרדכי אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.
נאך די פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט גאר אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, און אסאך שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. רבי שלום רוקח פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[2].
אנדערש ווי זיין פאטער, וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. ער פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גאר גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[3].
די דברי תורה וואס ער האט גערעדט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין יאר ה'תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.
ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין זיין פלומעניק רבי ישראל פון רוזשין (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו) א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר אסאך העכער דערפון.
רבי מרדכי איז אוועק אין קיעוו אום כ' אייר ה'תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דערנעבנדיגן דארף אנאטיווקא, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.
פאמיליע
פון זיין ערשטע פרוי מרת חיה שרה האט ער געהאט:
- רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל.
- רבי משה טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא, זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
פון זיין צווייטע פרוי מרת פייגא האט ער געהאט:
- רבי מנחם נחום פון מאקארוב.
- רבי אברהם פון טריסק.
- רבי דוד פון טאלנא.
- רבי יצחק פון סקווירא.
- רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא.
- מרת חנה חיה, די ווייב פון רבי דוד האראדעצקי, אייניקל פון רבי דוד לייקעס. (זי איז געבוירן אין ה'תק"ע און אוועק אין ה'תרנ"ג).
- מרת שיינדיל, די ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן פון ליעווא, זון פון רבי ישראל פון רוזשין. (זי איז געבוירן אין ה'תקפ"א און אוועק אין ה'תרס"א).
תלמידים
- רבי ישראל דב פון ווילעדניק.
- רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין".
- רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב').
ליינט מער
- "מרדכי מן טְשֶׁערְנָאבִּיל", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק ו, עמודים 291–292, אויף היברובוקס
- רבי מרדכי טווערסקי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע נפלאות הצדיקים, נפלאות הרב הקדוש מטשערנאביל
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אהרן דוד טווערסקי, היחס מטשרנוביל ורוזין, פרק ג'
דרויסנדע לינקס
ספר ליקוטי תורה:
- ספר ליקוטי תורה, אויף וויקיביבליאטעק זייטל
- ליקוטי תורה
- ליקוטי תורה נייע מהדורה, תשס"א, אויף אוצר החכמה זייטל
תולדות און עובדות:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז 4521", אשכול אויף אייוועלט- צדקת הצדיק, אויף גל עיני זייטל
- תולדות הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, אויף הידברות זייטל
- רבי מנשה ישראל רייזמאן, יארצייט פון רבי מרדכי בן הרה“ק רבי מנחם נחום פון טשערנאביל זי“ע, זען דעם שיעור אויף קול הלשון זייטל
- ספר בית מרדכי, אויף הספריה הלאומית זייטל.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן
מרדכי קאטעגאריע:רוסישע אדמורי"ם קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות קאַטעגאָריע:טווערסקי פאמיליע קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער