רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא | |||||
געבורט |
1770 ה'תק"ל טשערנאביל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך) קיעוו | ||||
כינוי | רבי מאטעלע טשערנאבלער | ||||
מקום קבורה | אנאטיווקא | ||||
מדינה | אוקראינע | ||||
וואוין אָרט | טשערנאביל | ||||
טעטיגקייט אָרט | טשערנאביל און ארום | ||||
תקופת הפעילות | י"א חשוון ה'תקנ"ח – כ' אייר ה'תקצ"ז (39 יאָרן) | ||||
תחומי עיסוק | אדמו"ר | ||||
תפקידים נוספים | מגיד מישרים | ||||
רבי'ס | דער מאור עינים | ||||
תלמידים | רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג. | ||||
ספרים | ליקוטי תורה | ||||
ווייב |
| ||||
דינאסטיע | צווייטער | ||||
צאל קינדער | 11 | ||||
חותנים | |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
רבי מרדכי טווערסקי, (ווערט אנגערופן: טשערנאבילער מגיד; ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט.
ביאגראפיע
געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און צו רבי מנחם נחום טווערסקי, א תלמיד פון בעל שם טוב און פון רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון ספר מאור עינים.
זיין ערשטע פרוי, חיה שרה, איז געווען א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין; מיט איר האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.
ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע איינוואוינער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען, האָט רבי מרדכי אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.
ר' מרדכי האט געהאט גאר אסאך חסידים, און אסאך שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים.
די דברי תורה וואס ער האט גערעדט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין יאר ה'תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.
ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין זיין פלומעניק רבי ישראל פון רוזשין (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו) א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר אסאך העכער דערפון.
רבי מרדכי איז אוועק אין קיעוו אום כ' אייר ה'תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דערנעבנדיגן דארף אנאטיווקא, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.
פאמיליע
פון זיין ערשטע פרוי מרת חיה שרה האט ער געהאט:
- רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל.
- רבי משה טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא, זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
פון זיין צווייטע פרוי מרת פייגא האט ער געהאט:
- רבי מנחם נחום פון מאקארוב.
- רבי אברהם פון טריסק.
- רבי דוד פון טאלנא.
- רבי יצחק פון סקווירא.
- רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא.
- מרת חנה חיה, די ווייב פון רבי דוד האראדעצקי, אייניקל פון רבי דוד לייקעס. (זי איז געבוירן אין ה'תק"ע און אוועק אין ה'תרנ"ג).
- מרת שיינדיל, די ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן פון ליעווא, זון פון רבי ישראל פון רוזשין. (זי איז געבוירן אין ה'תקפ"א און אוועק אין ה'תרס"א).
תלמידים
- רבי ישראל דב פון ווילעדניק.
- רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין".
- רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב').
דרויסנדע לינקס
ספר ליקוטי תורה:
- ספר ליקוטי תורה, אויף ויקיטקסט זייטל.
- ליקוטי תורה
- ליקוטי תורה נייע מהדורה, תשס"א, אויף אוצר החכמה זייטל.
תולדות און עובדות:
- הרב מנשה ישראל רייזמן,יארצייט פון רבי מרדכי בן הרה“ק רבי מנחם נחום פון טשערנאביל זי“ע, זען דעם שיעור אויף קול הלשון זייטל.
- נפלאות הרה"ק מטשערנאביל, אויף אוצר החכמה זייטל.
- ספר בית מרדכי, אויף הספריה הלאומית זייטל.
ליינט מער
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: רבי מרדכי מצ'רנוביל |
- "מרדכי מן טְשֶׁערְנָאבִּיל", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק ו, עמודים 291–292, אויף היברובוקס
- רבי מרדכי טווערסקי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- צדקת הצדיק, אויף גל עיני זייטל.
- תולדות הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, אויף הידברות זייטל.
- רבי מרדכי מטשערנאבל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז, אויף אידישע וועלט פארומס זייטל.
נאטיצן
רעפערענצן
קאטעגאריע:אדמו"רי בית טשערנאביל קאטעגאריע:רבנים אוקראינים קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות קאטעגאריע:משפחת טווערסקי קאטעגאריע:אדמו"רים אוקראינים
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער