רבי מרדכי טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


טשערנאבלער מגיד
רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
געבורט 1770
ה'תק"ל
טשערנאביל
פטירה כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך)
קיעוו
מקום קבורה אנאטיווקא
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט טשערנאביל
טעטיגקייט אָרט טשערנאביל און ארום
תקופת הפעילות י"א חשוון ה'תקנ"חכ' אייר ה'תקצ"ז (39 יאָרן)
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים מגיד מישרים
רבי'ס דער מאור עינים
תלמידים רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג.
ספרים ליקוטי תורה
ווייב
  • זוו"ר: חיה שרה (פערלאוו)
  • זוו"ש: פייגא (לייקעס)
דינאסטיע צווייטער
צאל קינדער 11
חותנים

רבי מרדכי טווערסקי, (ווערט אנגערופן: טשערנאבילער מגיד; ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז) איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט.

ביאגראפיע

געבורן געווארן ה'תק"ל אין טשערנאביל צו זיין מאמע שרה און זיין טאטע רבי מנחם נחום טווערסקי תלמיד פון בעש"ט און פון רבי דוב בער פון מעזריטש און שרריבער פון ספר "מאור עינים".

האט חתונה געהאט צו חיה שרה טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, און האט געהאט מיט איר דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא טאכטער פון רבי דוד לייקעס תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.

ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט אירע איינוואוינער זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאַמיליע נאמען, האָט רבי מרדכי אויסגעקליבן דעם נאָמען טווערסקי באווייזנדיג אויף דער שטאָט טבריה, וואו ס'האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל.

ר' מרדכי האט געהאט גאר אסאך חסידים, און אסאך שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים.

די דברי תורה וואס ער האט דערעדט זענען פארעפנטלעכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין יאר ה'תשנ"א איז דאָס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ רעוויזירטער אויסגאַבע

רבי מרדכי איז אוועק אין קיעוו אום כ' אייר ה'תקצ"ז[א], בעפאר דעם האט ער אליינס שוין באשטעטיגט דעם דערנעבנדיגער דארף אנאטיווקא אויף צו דארט באהאלטן ווערן, צוליב דעם וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קירכע, און אזוי וועלן נישט צושטערן זיין רוה די קלאנגען פון דארט. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד נעבן בערג מיט א טייך.

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי מרת חיה שרה האט ער געהאט:

און פון זיין צווייטע פרוי מרת פייגא האט ער געהאט:

תלמידים

דרויסנדע לינקס

ספר ליקוטי תורה:

תולדות און עובדות:

ליינט מער

נאטיצן

  1. זיין פלומעניק רבי ישראל פון רוזשין (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו)האט גערופן זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין מיטן נאמען מרדכי, אויפן נאמען פון זסיין פעטער ר' מרדכי, נאך אין זיין לעבנסיארן, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר איז דער פעטער נישט אויף דער וועלט, נאך אסאך העכער דערפון.

רעפערענצן

קאטעגאריע:אדמו"רי בית טשערנאביל קאטעגאריע:רבנים אוקראינים קאטעגאריע:מחברי ספרי חסידות קאטעגאריע:משפחת טווערסקי קאטעגאריע:אדמו"רים אוקראינים

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער