רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער "דגל"
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
געבורט מעזשביזש
פטירה
מעזשביזש
מקום קבורה מעזשביזש
רבי'ס בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה
ספרים דגל מחנה אפרים
די בית המדרש אין סדילקאוו

רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סדילקאוו, (בערך ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס), איז געווען אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע נאכפאלגערס, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.

ביאגראפיע

געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל, די טאכטער פונעם בעל שם טוב, אין שטאט מעזשביזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. עטליכע מיינונגען זענען פארהאן איבער דאס יאָר פון זיין געבורט[1]. אלס קינד האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "עילוי גדול בתכלית הלימוד"[א].

נאכן די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און בעיקר ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער מחבר פון תולדות יעקב יוסף. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי א מיטגליד פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.

דער דגל האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סדילקאוו וואס איז נעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשביזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, צוליב וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה[2]. אין יאר ה'תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשביזש האט געדינט אלס רבי; דער דגל האט זיך דערפאר געפירט צו דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן.

די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער תולדות יעקב יוסף איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א קהילה. זיין ברודער, פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין אוקראינע וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די מנהיגים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים.

אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר פון יאר ה'תק"ס, איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשביזש.

נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשביזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו.

תקופת חייו של רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו על ציר הזמן
תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרוניםציר הזמן


זיין ספר

Postscript-viewer-blue.svg דגל מחנה אפרים

אין יאר ה'תק"ע, צען יאר נאך זיין פטירה, האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט די שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג א נאמען פאר דעם ספר "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין חסידות.

פאמיליע

היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין מאנסי, ניו יארק; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ג, ווען ער איז געווען צווישן פינף און עלף יאר.
  2. איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.

רעפערענצן

  1. אין "ספר החסידות" פון אברהם כהנא ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ב, און אין ספר "החסידות והחסידים" פון שמואל אבא האראדעצקי ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ח
  2. [1]

קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט קאַטעגאָריע:תלמידי בעש"ט