רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ פאטער, מוטער, קבורה ארט, זיינע רביס, עיקר חיבור ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | מעזשביזש |
---|---|
פטירה |
מעזשביזש |
ספרים | דגל מחנה אפרים |
רבי משה חיים אפרים (די "דגל") פון סאדילקאוו, (בערך ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס), אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע נאכפאלגערס, און פון די ערשטע צו שרייבן חסידי'שע ספרים
ביאגראפיע
איז געבורן געווארן צו יחיאל מיכל אשכנזי און אדל, טאכטער פון בעש"ט אין מעזשביזש די שטאט וויזיין זיידע האט געוואוינט. די יאָר פון זיין געבורט איז אומבאַקאַנט[1].
זיין זיידע רופט אים אן: "עילוי גדול בתכלית הלימוד"[א]
נאכן זיידן'ס פטירה האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים רבי דוב בער פון מעזריטש, ווי אויך ביי רבי וואלף קיצעס, און מערסטנס ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה בעל התולדות יעקב יוסף. טראץ דעם ווערט רבי אפרים פאררעכנט ווי א מיטגליד פונעם צווייטן דור פון חסידות[ב], ווייל ער האט אליין באקומען דירעקט פון זיין זיידנס תורה, און ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.
האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סאדילקאוו וואס איז דערנעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשביזש זיין געבורט'ס ארט, דארט האט ער שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאם מיט ארעמקייט נאך וואס די קהילה איז אים נישט בייגעקומען וואס סאיז זיך אים געקומען[2], און אום יאר ה'תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורט'ס ארט ווי זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשביזש האט געדינט אלס רבי, צוליב דעם האט ער זיך געפירט צו דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן, און האט אויך דארט געדינט אלס רבי.
עס איז באקאנט אז דער פריינדשאפט צווישן די ברידער איז געווען זייער נאנט, כאטש זיי האבן ביידע געדינט אין כתר פונעם רבי'ן אין דער זעלבער שטאט. ר' אפרים האט זיך נישט פיל אויסגעצייכנט אין זיין לעבן אלס מנהיג פון א גרויסן קהילה, ווי זיין רבי'ן די תולדות יעקב יוסף, איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן. זײן ברודער פון דער אנדערער זײט, האט געפירט א גרויסן קהילה און אפילו געווען אסאך אויף רײזען אין די פארשידענע שטעטלעך פון אוקראינע , װאו זײנע חסידים האבן געװאוינ, און אסאך פון די מנהיגים פון נעקסטער דור און חסידות, זענען געצײלט געװארן צװישן זײנע תלמידים.
אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר יאר ה'תק"ס איז ער אוועק און באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשביזש
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין די פירערשאפט אין מעזשביזש, זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, האט איבערגענומען זיין שטעלע ווי מגיד מישרים און אדמו"ר אין סאדילקאָוו נאך בחייו.
תקופת חייו של הרב רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו על ציר הזמן |
---|
|
זיין ספר
צען יאר נאך זיין פטירה אין יאר ה'תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט זיינע שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג דעם ספר דעם נאמען "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט ווי אַ ספר יסוד אין חסידות.
פאמיליע
- רבי יעקב יחיאל מקוריץ. הוציא את ספרו של אביו.
- חתנו רבי לייבוש מחסידות פרוסקורוב.
- רבי יצחק מקאליס.
- חתנו רבי יעקב יוסף בנו של רבי חיים טירר ה"באר מים חיים".
- חתנו רבי יוסף משיפיטובקה נכד רבי פנחס מקוריץ ורבי יעקב שמשון משיפיטובקה.
- רבי יוסף יחיאל ממז'יבוז'. חתן רבי חנינא ליפא מחמלניק. היה נחשב אצל רבי ישראל מרוז'ין.
- אטל אשת רבי דוד הלוי איש הורביץ מסדילקוב.
- חתנו וממלא מקומו רבי אריה לייב גוטמן בן רבי אברהם מקוריסטשוב (חתן רבי מנחם נחום מצ'רנוביל).
- רבי ישראל, האדמו"ר מסדליקוב ביאסי.
- חתנו וממלא מקומו רבי אריה לייב גוטמן בן רבי אברהם מקוריסטשוב (חתן רבי מנחם נחום מצ'רנוביל).
כיום מכהנים שניים מצאצאיו כאדמו"רי סדילקוב. הקשיש שבהם רבי אריה לייב גלאנץ במונסי שבניו יורק. והרב אריה וואהל מסדילקוב בבית שמש.
דרויסנדע לינקס
- אברהם כהנא, רבי משה חיים אפרים ב"ר יחיאל בעל "דגל מחנה אפרים", אין "ספר החסידות" (ווארשע ה'תרפ"ב), אויף "דעת"
- רבי משה חיים אפרים פון סאדילקוב אויף אהלי צדיקים זייטל
קטגוריה:משפחת הבעל שם טוב קטגוריה:מחברי ספרי חסידות
- ↑ זענען פארהאן אפאר מיינונגען איבער זיין עלטער אין דער צייט פון זיין זיידע'ס פטירה אום יו"ט שבועות ה'תק"כ. אין "ספר החסידות" פון אברהם כהנא ווערט געברענגט אז ער איז געבורן אום יאר ה'תק"ב, און אין ספר "החסידות והחסידים" פון שמואל אבא האראדצקי ווערט געברענגט אז ער איז געבורן אום יאר ה'תק"ח. די וויכטיקייט פון דער דעבאַטע איז די קוואַליטעט פון זיינע זכרונות פון זיין זיידעס דרשות אין זיין קינדשאַפט און יוגנט.
- ↑ נישט געזארגט פאר זיין פרנסה.
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref>
טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/>
טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref>
פעלט.