דגל מחנה אפרים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דגל מחנה אפרים (אין חסיד'ישן אויסשפראך אויך גערופן אין קורצן דגל) איז דער ספר פון רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו, לויט'ן סדר פון די פרשיות. עס איז ערשט געדרוקט געווארן אין יאר ה'תק"ע, צען יאר נאך די פטירה פונעם מחבר, דורך זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ, וועלכער האט עס געגעבן דעם נאמען. דער ספר ווערט פאררעכנט ווי א ספר יסוד אין חסידות, און ס'ווערט זייער אפט געדרוקט.

אינהאלט

די ספר איז פול מיט קבלה און חסידות פון וואס ער האט גערעדט פאר די קהילה אין סדילקאוו. די גרויסע טייל זענען ווערטער אויפן סדר פון די פרשיות פון די וואך, אין קורצן, אבער צו דעם איז אויך פארהאן א לאנגער דרוש אויף שבת הגדול וואס ער האט געזאגט אום יאר ה'תקמ"ב, אזוי אויך א לאנגער שבת שובה דרוש.

אויסלאז די גאנצע ספר האלט ער אין איין ברענגען ווערטער וואס ער ברענגט אלס אן ערשטער מקור פון זיין זיידן דער בעל שם טוב, און איז מאריך דערין. אזוי אויך סוף ספר איז אן עקסטערן אפטיילונג מיטן נאמען 'אמרות טהורות', ווי ער ברענגט נאך ווערטער פון זיין זיידן אן צו ארום רעדן דערין, אויך כוונות המקווה ווי ער האט מקבל געווען פון זסיין זיידן. נאך ווערט געברענגט סוף ספר ציטאטן פון געוויסע חלומות וואס ער האט געהאט און האט זיך פארשריבן.

באווסטע שטיקל

באקאנט זסענען זיינע רייד אין פרשת בשלח, אויף די פסוק "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"[1] ווי אונקלוס טייטש דאס איבער - "בריש גלי", זאגט ער אז ברי"ש איז ראשי תיבות "רבי ישראל בעל שם", צו באווייזן איז דורך וואס די תורת החסידות פון די בעל שם טוב וועט פארשפרייט ווערן, וועלן די אידן ארויסגיין פון גלות (גלי איז מלשון 'גילוי' תורתו).

הסכמות

ס'האבן מסכים געווען אויף דעם ספר:

ליינט מער

דגל מחנה אפרים, הוצאת 'פאר מקדושים', תולדות.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

קאטעגאריע:ספרי חסידות קאטעגאריע:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קאטעגאריע:המכלול: ערכים שנוצרו במכלול