רוי:שאול מופז

פון המכלול
ווערסיע פון 00:28, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט שאול מופז צו רוי:שאול מופז אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שאול מופז
תאריך עלייה 1957
ווייב אורית מופז
פירער פון דער אפאזיציע
23 יולי 2012 – 5 פעברואר 2013
מ"מ פרעמיער מיניסטער
9 מאי 2012 – 19 יולי 2012
פירער פון דער אפאזיציע
2 אפריל 2012 – 9 מאי 2012
וויצע פרעמיער מיניסטער
4 מאי 2006 – 31 מערץ 2009
מיניסטער פון טראנספארט
4 מאי 2006 – 31 מערץ 2009
פארטיידיגונגס-מיניסטער
4 נאוועמבער 2002 – 4 מאי 2006
כנסת דעפוטאט
17 אפריל 200631 מערץ 2015
כנסות 17 - 19
שאול מופז 2012

שאול מופז (געבוירן ב' חשוון ה'תש"ט, 4טן נאוועמבער 1948), איז א כנסת דעפוטאט, אמאל פון ליכוד, היינט פון קדימה, דער זעכצנטער שעף פון גענעראל שטאב, און פופצנטער זיכערהייטס מיניסטער.

זיין יוגנט

געבוירן אין איספאהאן, איראן, דער עלטסטער זון צו זיינע עלטערן אליהו און מירה. זיינע עלטערן האבן עולה געווען קיין ישראל אין 1957. ער האט געלערנט אין דער לאנדווירטשאפטליכער שולע אין נהלל. שאול איז דער צווייטער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, וואס האט דארט געלערנט (משה דיין האט אויך געלערנט דארט). ער האט שטודירט אין אן אמעריקאנער ארמיי שולע, ווי אויך האט ער געלערנט ביזנעס. אין 1977 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אלקנה וואס געפונט זיך אין שומרון געגנט.

אין ארמאי

אין 1966 האט שאול זיך מאביליזירט צום פאל-שירעם בריגאדע, מען האט אים עטליכע מאל אפגעזאגט, פון גיין אויף אפיצירן קורס, צום סוף האט מען אים געשיקט, און ביי די יום כיפור מלחמה, האט ער קאמאנדירט אויפן באטאליאן, פון עליטע פארשוטיסטן קעמפער. אויך איז ער געווען אונטערקאפיטאן, פון סיירת מטכ"ל, אין די יארן 1977-1976. ער האט טיילגענומען אין ענטעבע אפעראציע.

אין די נאכפאלגענדע יארן, איז ער געווען אין מערערע פלעצער, ער איז געווען גענעראל אויפן גליל דיוויזיע, און שפעטער יהודה ושומרון דיוויזיע. קאמאנדיר פון דרום פראנט, הויפט פון אויסשפיר אפטיילונג, צווייטע אין גענעראל שטאב. 9טן יולי 1998, האט יצחק מרדכי, דאן זיכערהייטס מיניסטער, אים אויסגעקליבן צו דינען אלס שעף פון גענעראל שטאב.

אלס שעף

עס איז געווען די ערשטע קאדענציע, פון בנימין נתניהו, אלס פרעמיער מיניסטער, אבער קורץ דערויף, האט אהוד ברק געווינען אין די וואלן 1999. און מופז האט פארגעברייט, דעם ריקצוג פון צה"ל, פון זיכערהייט זאנע, אין דרום לבנון, דעם 24סטן מאי 2000. ער האט זיך קעגנגעשטעלט דעם ריקצוג.

אין אקטאבער 2000, נאכן דורכפאל פון קעמפ דעיוויד געשפרעכן, פון אהוד ברק מיט יאסיר אראפאט, האט אויסגעבראכן די על אקצא אינטיפאדע, וואס האט שפעטער זיך דערקייקלט, צו שווערע זיכערהייט פראבלעמען אין ישראל, וואס די הויכפונקט איז געווען, א באמבע אין א האטעל אין נתניה, פסח ביים ליל סדר. דער מיליטער האט דערפאר אונטערגענומען אן אפעראציע אין מערב ברעג, אויסצוריינגן די טעראר צעלן אין די שטחים. וואס איז געקרוינט געווארן מיט דערפאלג.

9טן יולי 2002, איז מופז אראפ, און משה יעלון האט אים איבערגענומען, אלס שעף פון גענעראל שטאב.

אלס זיכערהייט מיניסטער

נאכן ענדיקן זיין אמט, האט אריק שרון, אים אריינגענומען אין זיכערהייטס מיניסטעריום. ער האט זייער שנעל געזאגט זיין פאליטישע נייגונג. און נאך די וואלן, האט שרון אים געמאכט, פאר זיכערהייטס מיניסטער. ביים וואנט אויפבוי צווישן ישראל און מערב ברעג, האט ער זיך קעגנגעשטעלט, אבער דערנאך איינגעשטימט, זענדיק אז די פאלק פארלאנגט דאס. און ביים ריקצוג פון עזה פאס, איז ער אויך געווען פון די קעגנער, שפעטער האט ער איינגעשטימט מיט שרון, און איז געווארן פון די גרויסע שטיצער.

ער האט אויפגעזאגט משה יעלון, וויבאלד ער האט זיך אויסגעדרוקט קעגן פלאן, און האט אויפגענומען דן חלוץ, אויף יעלונס פלאץ. עס איז געווען נאך דריי יאר פון יעלון, געווענליך איז איינגעפירט אז דער שעף איז דריי יאר, און דער זיכערהייטס מיניסטער פארלענגערט די קאדענץ, מיט נאך א יאר.

זייט דעמאלט, איז מופז אויפגענומען גאר קאלט, צווישן די רעכטע אין ישראל, אין די מידיע איז ער א גיבור.

ווען שרון האט געגרינדעט קדימה, האט ער זיך אנגעשלאסן, און ביי די וואלן איז ער געלאפן אונטער אהוד אולמערט. אבער צו זיין אנטוישונג, האט עמיר פרץ באקומען זיין אלטע פאסטן, ער האט באקומען דעם טראנספארטאציע מיניסטעריום, און וויצע פרעמיער. ביי די וואלן 2009 אונטער ציפי ליבני, האט קדימה זיך געפונען אין אפאזיציע.

זיינע פאליטישע נייגונגען

ער איז פארעכנט אלס רעכטער, ער האט זיך קעגנגעשטעלט אנאפאליס קאנפערענץ, ווי אויך קעגן צוטיילן ירושלים, צווישן אנדערע האט ער געזאגט אמאל צו ידיעות אחרונות, אז אן אטאקע קעגן איראן, וועט מוזן געשען, עס האט געברענגט צו א היסטעריע אין די וועלט, און די אויל פרייזן זענען געשטיגן.

ד' ניסן תשע"ב האט די קדימה פארטיי געוויילט מופז איר נייער פארזיצער, אנטשטאט ציפי ליבני.[1]

משפחה

ער מיט זיין ווייב אורית האבן פיר קינדער, מאיה, יהונתן, איתמר און נועה.

רעפערענצן

  1. לוי אשכנזי ביי לדעת.נעט


מוסטער:פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!