רוי:חיים לאסקאוו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חיים לאַסקאָוו (1919 - 8טן דעצעמבער 1982) איז געווען אַ הויכראַנגיקער גענעראַל אין צה"ל און דער פינפטער שעף פון גענעראַל־שטאַב, אויך האָט ער געדינט אַלס אָפיציר, אין דער בריטישער אַרמיי, בעת דער צווייטער וועלט מלחמה.

לעבנסגעשיכטע

געבוירן צו אַן אָרעמער משפחה פון באָריסאָוו, בעלאַרוסיע. זיין טאַטע האָט אָנגעפירט מיט אַ האָלץ פאַבריק אין רוסלאַנד וואָס, נאָך דער קאָמוניסטישער רעוואָלוציע, האָט ער פאַרלוירן זיין פאַרמעגן, און געקומען קיין ארץ ישראל. זיי האָבן געוואוינט אין חיפה, און חיימס טאַטע איז געוואָרן אַ בעל־עגלה, ער האָט געטראָפן זיין טויט, ווען די וואָגן האָט זיך איבערגעדרייט.

חיים האָט געלערנט אין אַ פּרעסטיזשפולער גימנאַזיע אין חיפה, און פון קינדווייז אָן געאַרבעט אין פאַרשידענע פּלעצער. אַלס יוגנטליכער האָט ער זיך אנגעשלאסן אין הגנה, און האט געדינט ווי א "לויפער" פאר יעקב דורי, ער איז געשטיגן אין ראנג, און אנגעפירט מיט אנדערע אקטיוויטעטן אין די הגנה.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, האט לאסקאוו זיך אנגעשלאסן אין דער בריטישער ארמיי, ער האט געדינט אין פארשידענע ערטער, ער איז געווען א קאמאנדיר פון א קאמפאניע (מיליטעריש) פון די יידישע בריגאדע, אין די ראנג פון א מאיאר. נאך די מלחמה איז לאסקאוו פארבליבן אין אייראפע, ווי ער האט געהאלפן אין די אומלעגאלע עליה, און אין נקמה אקטיוויטעטן.

אין 1947 שוין זייענדיג צוריק אין ארץ ישראל, האט ער זיך אפגעגעבן מיט רעארגאניזירן די הגנה. ווען די מלחמת השחרור האט אויסגעבראכן, האט ער אנגעפירט מיט טרענירונגען, און קאמאנדירט אויף די ערשטע אפיצירן קורס פון צה"ל, די קורס וועלכע איז ארויס צו די שלאכטפעלד איז געווען די 79סטע באטאליאן.

דורכאויס די מלחמה, האט לאסקאוו טיילגענומעמן אין פארשידענע קאמפן, אלס קאמאנדיר פון די ערשטע געפאנצערטע באטאליאן, האט זיין באטאליאן אטאקירט לאטראן, ווי זיי האבן געליטן א דורכפאל, די שטאט נצרת האט זיך אונטערגעגעבן פאר אים.

נאך די מלחמה האט ער געדינט אין פארשידענע פאזיציעס אין ארמיי, ער איז געווען קאמאנדיר פון די לופט קרעפטן, טראצדעם וואס ער איז קיין פילאט קיינמאל נישט געווען, אויך אלס קאמאנדיר פון די געפאנצערטע דיוויזיעס. און תיכף נאך דער סיני מלחמה געווארן קאמאנדיר פון דרום פראנט, נאכדעם וואס דער פריערדיגער קאמאנדיר איז אומגעקומען אין אן עראפלאן עקסידענט.

אין יאנואר 1958, איז לאסקאוו געווארן שעף פון גענעראל שטאב, איבערנעמענדיק פון משה דיין. אין 1960 האט לאסקאוו רעזיגנירט, נאכן האבן אסאך מיינונגס פארשידנהייטן, מיטן דעמאלסטדיקן וויצע זיכערהייטס מיניסטער שמעון פערעס.

נאכן פארלאזן די ארמיי, איז ער געווארן לייטער פון די פארט געזעלשאפט, אין זיין צייט איז געבויט געווארן די אשדוד פארט.

ער איז געשטארבן, דעם 8טן דעצעמבער 1982. אין זיין אנדענק ווערט גערופן די באזע פון אפיצירן קורס.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!