רוי:ה' סיון
דאטום אין אידישן לוח
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ה' סיון איז דער פינפטער טאג פונעם ניינטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פינפטער טאג פונעם דריטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- דער ניין און פערציגסטער טאג פון ספירת העומר
- דער דריטער טאג פון די שלשת ימי הגבלה, ווען אידן האבן זיך געדארפט צוגרייטן און הייליגן צו מתן תורה; מ'זאגט נישט קיין תחנון
- ערב שבועות
- אין די צייטן פון קידוש החודש על פי הראייה, אויב איז ניסן און אייר געווען ביידע מלא, האט מען געפראוועט שבועות אין דעם טאג
געשעענישן
- ד'תתנ"ו – ערשטער קרייצצוג: הייבן זיך אן די פאגראמען אין די אידישע קהילה פון קעלן
- ה'תרנ"ו – געגרינדעט די שטעטל מטולה, די אידישע ישוב די מערסטע צו צפון אין ארץ ישראל. צוליב דעם איז דערנאך דער גאנצער גליל העליון געווארן א טייל פון דער בריטישע מאנדאט
- ה'תשמ"א – "אפערע אפעראציע": צה"ל באמבאדירט דער נוקלעארער רעאקטער "אוסיראק" אין איראק
געבוירן
יארצייטן
- רבי יהודה בן דמא, פון די עשרה הרוגי מלכות
- ה'תקנ"ז[1] – רבי זאב וואלף פון זשיטאמיר, דער "אור המאיר", פון די צדיקים אין דער דריטער דור פון חסידות[2]
- ה'תקפ"ה – רבי מרדכי כרמי, מחבר פון "מאמר מרדכי" (געבוירן ה'תק"ט)
- ה'תק"צ – רבי יעקב מאיר, הויפט רב פון שטראסבורג און מיטגליד פון דער סנהדרין פון פאריז, מחבר פון שו"ת "אמת ליעקב"
- ה'תרל"ו – רבי יהושע שלמה ארדיט, דרשן און פוסק אין איזמיר
- ה'תרל"ח – רבי אליהו פון זידיטשוב, זון פון רבי אייזיקל זידיטשובער
- ה'תש"ה – הרב ישעיהו שפירא, באקאנט אלס דער "אדמו"ר החלוץ" (געבוירן ה'תרנ"א)
- ה'תש"ז – רבי אברהם עזריאל, מיטגליד פון דער עדה הספרדית אין ירושלים, ראש ישיבה פון "שבת אחים" און פון ישיבת המקובלים בית אל, און פון די גרינדער פונעם ספרד'ישן בית היתומים
- ה'תשל"ט – רבי חיים יעקב סאפרין, קאמארנער אדמו"ר