איבער דעם שמועס בלאט

לא ניתן לעריכה

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גרויסע געשעענישן שפילן זיך אפ אויפ'ן אידישן המכלול, און יואל ווייס איז נישט דאהי? וויאזוי איז דאס מעגליך?!

מיר גרייטן זיך אנצוהייבן שרייבן פרישע ארטיקלען אין א מזל'דיגע שעה, און מיר האפן אז איר וועט קענען שפילן דערין אן אקטיווע ראלע, ובפרט אין איבערקוקן און אריבערפירן דרעפטס.

אויף דערווייל, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איר קענט זיך אונטערנעמען א געוויסע צאל ארטיקלען, צום ווייניגסטענס, וואס איר וועט באקוקן יעדן טאג, און עס שרייבן אינעם באשטימטן בלאט.

עס דארף נישט זיין קיין סאך (אפילו איין איז אן א שיעור בעסער ווי גארנישט); דער עיקר איז די קביעות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת.

א דאנק!

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

קודם שכוייח פארן זיך אינטרעסירן.

כ'בין פשוט אביסל ביזי אין די טעג וואלט נישט געווען מעגליך זיך אונטער צונעמען אפעס פאר יעדן טאג.

מיט האפנונג פאר ווייניגער ביזי צייטן.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

מיר האלטן שוין אסאך ווייטער ווי דעם ב"ה...

אונזער דגש איז שוין נישט אויף באקוקן, וואס האלט שוין ממש ביים ענדיגן, נאר אויף שרייבן פרישע דרעפטס (טיוטות) און זיי אריבערפירן צום הויפט געביט.

איר קענט לכאורה אסאך ארויסהעלפן אויך מיט וויפיל צייט עס מאכט זיך אייך סיי ווען, להקל העבודה אויף נייטראלער.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

אגב, פארוואס איז נאכנישט דא א קאטגאריע פאר די דרעפטס?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איר מיינט א געביט (מרחב שם)? איז יא דא, עס הייסט נאר פשוט "דרעפט"...

בלעטער אין דרעפט געביט.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

ניין, איך מיין א קאטעגאריע: [[קאטעגאריע:דרעפטס]]

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

טאקע א געדאנק! (דער אויפטו איז כולל צו זיין אויך דרעפטס אין באניצער געביט, ריכטיג?)

כ'ווייס נישט פארוואס כ'האב עס קיינמאל פריער נישט אויפגעפאסט אויף המכלול העברי, אבער מ'קען עס טאקע איינפירן אויך ביי אונז.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

בימי חורפי אין המכלול פלעג איך אסאך ארבייטן אויף די פולע דרעפטס וואס זענען געווען אין די קאטעגאריע, און ב"ה רבים וטובים האט מען מעלה געווען לדרגת שיינע ארטיקלן.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

ווען דו גייסט אריין אין א ארטיקל, בעסער זיי מקיים אלע הוראות וואס שטייען אין המכלול:רייניגונג פראיעקט#פראצעדור, און נישט נאר מוודא זיין ריינקייט, איידער דו נעמסט אראפ די קאעגאריע 'אומבאקוקט'.

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

צו מיין באדויער אין עיתותי בידי אריבער צו גיין ביי יעדע ארטיקל אויף אלעס וואס דארף ווערן געטוהן,

כ'מיין אז דאס איז בעסער ווי גארנישט..

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך וואלט פארשטאנען אז דורכקוקן פאר ריינקייט נעמט לענגער ווי יעדע אנדערע פון די פינף טריט, וואס רוב פון זיי פארן ממש אויטאמאטיש און אומבאמערקט. אבער אדרבא, לאמיר הערן: וואס נעמט לענגער? אפשר קען מען עס אויף עפעס אן אופן פארשנעלערן.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

פשוט אז די גרינגסטע איז צו ליינען פון אויבן-אוף (לרפרף), באזיכערן אז עס איז ריין, און אראפ נעמען די קאטעגאריע מיט איין קוועטש – גאר אן עפֿענען 'עריכה'.

טאמער וויסטו גיכער מאכן, לייג צו א פונקציע צו אנשטעלן טשעקטי (צ'קטי) אינדרויסן פון עריכה, מיט א עקסטערער קוועטשער.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איר זענט גערעכט.

בעזר השם זענען שוין אלע אומבאקוקטע ארטיקלען פארראכטן געווארן על דרך טשעקטי. דאס טייטשט אז פון יעצט און ווייטער קען מען אויסלאזן דעם חלק, הגם עס לוינט זיך בודק צו זיין נאכאמאל ווען מען מאכט סייווי אן עריכה (ווי צום ביישפיל ביי די ערכי היסוד).

די אנדערע טריט, ובפרט אנצייכענען די ריכטיגע קאטעגאריעס, זענען נאך ווייטער גאר וויכטיג.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

מיר איז שווער אנצייכענען קאטעגאריעס – פשוט ווייל איך וויס נישט וועלכע קאטעגאריעס זענען פאראן אין וועלכער עניין, און וואס זענען זייערע נעמען.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

מיט "קאטעגאריעס" האב איך געמיינט בלויז "עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן" וכדומה, די וועלכע זענען דארט אויסגעשמועסט.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

גוט צו וויסן.

מאכט אייך היימיש, רבי יואליש'ל...

3
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
If you can't read Yiddish, click here.

טייערער געערטער חבר, ברוך בואך צו דער אידישער המכלול! די אומזינסטע און אָפענע ענציקלאָפעדיע פאַר יעדן אייניג צו ליינען און שרייבן.  

שרייבן: אויב איר ווילט צולייגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען – און עס איז גאר ראטזאם – דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאגירט" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאגירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "זעט אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אויפטו פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע טעמע דורכ'ן דרוקן אויפ'ן "לייגט צו טעמע" קנעפל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין המכלול שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים היטן אלס אן אונטערשריפט מיט אייער נאמען, און א לינק צו אייער באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאַטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער שמועס בלאט". מען קען אנקומען צום באַניצער בלאט דורכ'ן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער. עס באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצלהייטן. אין דעם שמועס בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין המכלול קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפ'ן אינטערנעט, חוץ אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע ביישטייערונגען, און ווינטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פאר'ן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.  

מיט דאנק

פון אלע המכלול באניצער, לייענער און שרייבער

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

כמובן אז איר זענט שוין היימיש, האפנטליך וועט איר מיר מקרב זיין...

יואל ווייס (שמועסביישטייערונגען)

א פארגעניגן צו זעהן איבעגעגעבענע רעדאטירער ווי אייך דא.

נישטא קיין עלטערע טעמעס