בימי חורפי אין המכלול פלעג איך אסאך ארבייטן אויף די פולע דרעפטס וואס זענען געווען אין די קאטעגאריע, און ב"ה רבים וטובים האט מען מעלה געווען לדרגת שיינע ארטיקלן.
ווען דו גייסט אריין אין א ארטיקל, בעסער זיי מקיים אלע הוראות וואס שטייען אין המכלול:רייניגונג פראיעקט#פראצעדור, און נישט נאר מוודא זיין ריינקייט, איידער דו נעמסט אראפ די קאעגאריע 'אומבאקוקט'.
איך וואלט פארשטאנען אז דורכקוקן פאר ריינקייט נעמט לענגער ווי יעדע אנדערע פון די פינף טריט, וואס רוב פון זיי פארן ממש אויטאמאטיש און אומבאמערקט. אבער אדרבא, לאמיר הערן: וואס נעמט לענגער? אפשר קען מען עס אויף עפעס אן אופן פארשנעלערן.
פשוט אז די גרינגסטע איז צו ליינען פון אויבן-אוף (לרפרף), באזיכערן אז עס איז ריין, און אראפ נעמען די קאטעגאריע מיט איין קוועטש – גאר אן עפֿענען 'עריכה'.
טאמער וויסטו גיכער מאכן, לייג צו א פונקציע צו אנשטעלן טשעקטי (צ'קטי) אינדרויסן פון עריכה, מיט א עקסטערער קוועטשער.