גרויסע געשעענישן שפילן זיך אפ אויפ'ן אידישן המכלול, און יואל ווייס איז נישט דאהי? וויאזוי איז דאס מעגליך?!
מיר גרייטן זיך אנצוהייבן שרייבן פרישע ארטיקלען אין א מזל'דיגע שעה, און מיר האפן אז איר וועט קענען שפילן דערין אן אקטיווע ראלע, ובפרט אין איבערקוקן און אריבערפירן דרעפטס.
אויף דערווייל, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איר קענט זיך אונטערנעמען א געוויסע צאל ארטיקלען, צום ווייניגסטענס, וואס איר וועט באקוקן יעדן טאג, און עס שרייבן אינעם באשטימטן בלאט.
עס דארף נישט זיין קיין סאך (אפילו איין איז אן א שיעור בעסער ווי גארנישט); דער עיקר איז די קביעות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת.
א דאנק!