איבער דעם שמועס בלאט

לא ניתן לעריכה

אהער וועלן די דיאלידאנישע ווינטן נישט גרייכן...

33
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
If you can't read Yiddish, click here.

טייערער הויך־געשעצטער חבר, ברוך בואך צו דער אידישער המכלול! די אומזיסטע און אָפענע ענציקלאָפעדיע פאַר יעדן אייניג צו ליינען און שרייבן.  

שרייבן: אויב איר ווילט צולייגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען – און עס איז גאר ראטזאם – דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַגירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאגירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "זעט אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אויפטו פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכ'ן דרוקן אויפ'ן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין המכלול שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים היטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע אַנטהאַלט אייער נאמען, און א לינק צו אייער באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאַטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכ'ן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצלהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין המכלול קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפ'ן אינטערנעט, חוץ אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע ביישטייערונגען, און ווינטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פאר'ן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.  

מיט דאנק

פון אלע המכלול באניצער, לייענער, און שרייבער

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

שארף!

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

אין וואס קען איך דא העלפן?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

מיר זענען יעצט פארטון מיט'ן רייניגונג פראיעקט. מען דארף נישט קענען פליסיג אדער פארמאליש שרייבן אידיש (בלויז פארשטיין), און דער פראצעדור איז גרינג און געשווינד. אויב קענט איר נעמען אויף זיך אפילו בלויז עטליכע ארטיקלען א טאג, וועט עס זיין א שטארקע הילף און א חיזוק.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

2. מעקן ארטיקלען וועלכע זענען אינגאנצן נישט וויכטיג און וועלן קיינמאל נישט זיין...
4. לאזן לויפן טשעקטי, צו פאררעכטן די בולט'דיגסטע יידישיסטישע אויסלייגן.
5. אריבערפירן דעם ארטיקל וואו עס געהערט.

איך קען באקומען א הרשאת מחיקה און העברה ביז סוף די תקופת הרצה?

אוואו שאף איך זיך דעם טשעקטי? איך טרעף העם נישט דא.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך קען נישט ענדערן הרשאות משתמש.

שרגא, נא לתת הרשאת מחיקה להרב איסתרק. ייש"כ.

ביי די פרעפערענצן, אונטער "טשאטשקעס", האט איר אנגעצייכנט ביי "הוספת כפתור לבדיקת בעיות סגנון ולשון?"

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

יא, א דאנק.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

שטייש דארט:

"און פארבינדן די וויכטיגסטע ארטיקלען צו המכלול העברי".

עס איז מיר גאנץ שווער צו פארשטיין: וואס איז דער רף פון וויכטיגקייט לגבי דעם? און פארוואס זאלן מיר נישט פארבידן אלע ארטיקלען?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

דער רף איז די ערכי היסוד, די וועלכע דארפן אויך באקומען די "אידישקייט/עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן" קאטעגאריעס, לפי הענין. טראכט דערפון ווי איר וואלט געדארפט שרייבן אן ענציקלאפעדיע מיט בלויז ארום טויזנט ערכים, וועלכע וואלט איר אריינגעשטעלט? (זעט אויך המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען פאר א טיילווייזע ליסטע, צו באקומען א שטיקל באגריף).

מען קען פארבינדן אלע ערכים, עס קען נאר נעמען צייט. אויב איילט מען זיך, זאל מען כאטש פארבינדן די וויכטיגסטע ערכים. (הרב מקוה האט דערמאנט א געדאנק וויאזוי אלע ערכים וועלן מעגליך אויטאמאטיש פארבינדן ווערן בעתיד, אבער ביי די וויכטיגסטע ערכים - מסתמא נישט מער ווי איינס פון הונדערט - איז עס גענוג א קליינע טירחא און גענוג א גרויסע פארדינסט אז מיר זאלן נישט ווארטן דערויף).

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

שרייבסט "כאטש די וויכטיגסטע ערכים", כ'מיין אבער אז "נאר" די וויכטיגסטע ערכים (כנ"ל), ווייל מקוה האט אויך דערמאנט אז ס'לוינט צו ווארטן ביז ס'ווערט מסודר (ס'וועט זיין שווער ארויסצונעמען). כנלפע"ד.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

כמדומה אז ער האט נאר געשריבן אז עס וועט זיין שווער צו בויען דעם מכלולנתונים באזירט אויף די לינקס, עס וועט דארפן גיין אויף א צווייטע וועג, וממילא איז די ארבעט (מעגליך, אין לאנגן טערמין) איבריג. אבער נישט אז די לינקס וועלן מיט עפעס שאדן און עס וועט שווער זיין זיי ארויסצונעמען.

(עס דארף גראדע זיין גאנץ גרינג אויסצומעקן אלע אזעלכע לינקס אויפאמאל, דורך החלפת טקסט וכדומה).

נייטראלער (שמועסביישטייערונגען)

כ'ווייס אויך נישט פארוואס, אבער ער זאגט קלאר אז "לשלוף את הקישורים האלה באמצעות בוט לא יהיה קל"...

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

"לשלוף" כדי זיי צו נוצן; ער דערמאנט נישט "למחוק"...

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

נאך א פראגע: איך בין נישט מצליח צו פארבינדן דורך [[he:נאמען]], מען זעט פשוט גארנישט! קוק פאר א משל דא און אין דעם קוד מקור.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איר האט דארט זייער גוט פארבינדן. איר זעט נישט קיין "אין אנדערע שפראכן" קעפל ביי דער זייט, אינגאנצן אונטן פון בלאט?

אבער איר דארפט נישט צולייגן דעם "אין אנדערע שפראכן" קעפל; דאס לייגט זיך אויטאמאטיש צו. זעט מיין הגהה.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

איך זע נישט!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

נאר זיכער צו מאכן אז מיר רעדן פון די זעלבע זאך, איר זעט נישט דאס פונעם בילד?

אין אנדערע שפראכן

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

אח... פון דעם רעדסטו! איך האב געמיינט אז מען דארף זען דעם לינק אין דער ארטיקל, אין א פרק. שכוייח.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

וואו איז די "בקשות ממפעילים" דא?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)
איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

וואס מאכט מען מיט סרטים וכדו'?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

לאזט מען דערווייל. חוץ תוכן פסול ממש כמובן, אדער אויב איז עס א פיצעלע ארטיקל וואס וועט קיינמאל נישט זיין אינטערעסאנט.

שפעטער וועלן מיר אי"ה דורכגיין די קאטעגאריעס מיט מער מתינות, און דאן קלארער ווערן וואס און וויפיל צו האלטן - אויב בכלל.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

שטייש דארט:

  • תואר: רבנים און גדולי ישראל, שרייבן מיט טיטול לויט ווי געוואוינט פאר יענע תקופה (געווענליך "רבי"), און פאר רבנים וגדולים החיים אתנו "הרב" - סיי אינעווייניג אין ארטיקל און סיי אלס נאמען פון ערך.

עכ"ל.

אבער אין דער דיסקוסיעס זאל איז דא אליינגער דיון ארום דעם. וואס מאכט מען למעשה?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

למעשה איז טאקע באשלאסן געווארן צו שרייבן געווענליך "רבי", חוץ די וועלכע מ'רופט "הרב" אויף היימיש אידיש. א דאנק פאר אנצייכענען די ווערטער וועלכע פאדערן אן עדכון.

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

וגם הרשאת העברה.

נותנים חופשי בשלב זה?

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)

וואס מיינט דיאלידאנישע ווינטן?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

הייב אן דא, אויף צו פארשטיין מיט וואס דער מלך איסתרק דארף זיך אלץ ספראווען...

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אגב, קען מען אויך נוצן ע:משתמש:איסתרק פאר די סארט קישורים (אבער נישט אז עס זאל ארויפקומען ביי "אין אנדערע שפראכן").

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

אגב לאגב: פארוואס איז די קעפל "אין אנדערע שפראכן" על סמך דער איינגלישער המכלול וואס גייט אוף שטיין לעת"ל?...

לדעתי דארף מען גאר נישט דעם קעפל, נאר שרייבן "אין עברית" אדער עפעס בדומה צו דעם.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גוטע הערה, אבער דער קעפל שטעלט זיך אויטאמאטיש ווען עס איז פארהאן א לינק צו א צווייטע שפראך. מ'קען ווען אפשר פאטשקען מיט די מעדיעוויקי סאפטוועיר עס אוועקצונעמען, אבער אין הצר שוה בנזק.

גראדע, נישט נאר צו המכלול אין ענגליש וועט מען אמאל קענען פארבינדן, נאר אויך צו ענגלישע (אדער אנדערע) וויקיפעדיע קען מען שוין יעצט, אויב איז פארהאן אן ארטיקל וואו עס איז גענוג כשר און לייגט אסאך צו. אלס ביישפיל.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איר קענט זיך אונטערנעמען א געוויסע צאל ארטיקלען, צום ווייניגסטענס, וואס איר וועט באקוקן יעדן טאג, און עס שרייבן אינעם באשטימטן בלאט.

עס דארף נישט זיין קיין סאך (אפילו איין איז אן א שיעור בעסער ווי גארנישט); דער עיקר איז די קביעות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת.

א דאנק!

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

בקשר לעריכה זו, אין היימישע שפראך רעדט מען מער אין command form, דהיינו "היט" אנשטאט "היטן".

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

מאי משמע command form1?

און למעשה וי? "היט דעם בלאט"?

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

אויף א וועג פון באפעל, נישט פאסיוו.

"טוט כך וכך", נישט "טון כך וכך". זְכור לעומת זָכור.

"היט דעם בלאט" איז פיין.

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)
איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

?

איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

פארוואס האסטו אויסגעמעקט?

תנא קמא (שמועסביישטייערונגען)
איסתרק (שמועסביישטייערונגען)

נ.ב. כ'אב נאר געוואלט מגיה זיין דער קישור (שיחת מעדיעוויקי > מעדיעוויקי רעדן).

נישטא קיין עלטערע טעמעס