אייוועלט

חסיד'ישע פארום וועבזייטל
(אַריבערגעפירט פון אידישע וועלט)

אידישע וועלט פארומס (גערופן אייוועלט; ivelt.com) איז א פאפולערער חסיד'ישע פארום וועבזייטל, אונטער אן אויפזיכט צו האלטן דאס פלאץ ריין און ערליך. עס איז געגרינדט געווארן אין יאר תשס"ה (דאן אלס א סוב-פארום אויף היידפארק מיט די נאמען "היימישע קרעטשמע"). עס פארמאגט אפטיילונגען פאר נייעס, ארטיקלען, שמועסן, דיסקוטירן פאליטיק, היסטאריע, מוזיק, תורה'דיגע טעמעס, און פארשידנס. עס פארמאגט אשכולות ארויסצוהעלפן אנדערע אין פארשידענע אנגעלעגנהייטן, און אשכולות וואו עס ווערט ארויסגעלייגט גע'כשר'טע בילדער און ווידעאס.

אידישע וועלט
Ivelt logo.png
סוג פארום
תקופת הפעילות 2006–הווה (בערך 18 יאָרן)
מייסדים "קרעמער" (ניק), "ארענדאר" (ניק)
מנכ"ל "ארענדאר" (ניק), "וויכטיג מאכער" (ניק)
שפות תכנות PHP
https://www.ivelt.com/

כדי צו האלטן דעם וועבזייטל אויסגעהאלטן פאר היימישע אידן, זענען דא שטרענג פארסירטע תקנות און צענזור; נישט ארויסצושטעלן לשון הרע, מחלוקת, ראיות אסורות, און לינקס צו שמוציגע וועבזייטלעך. ווי אויך איז פארבאטן ציונות, און שרייבן אויף עברית. דאס זייטל שענקט פריוואטקייט פאר די באניצער; מ'טאר נישט פארעפנטליכן אדער נישטערן אין דער אמת'ער אידענטיטעט פון א צווייטן באניצער.

די באניצער אויפ'ן זייטל פירן אן מיט עטליכע פראיעקטן, צווישן זיי: פארשן היסטאריע, אפדרוקן זעלטענע כתבי יד, פובליצירן אויסגאבעס פון די ווערק אויפ'ן וועבזייטל, און צוזאמשטעלן סידיס פון סינגלס. אויפ'ן זייטל קומען כסדר פאר טאלאנט פארמעסטן, און אויך זענען סוקסעספול אפגעהאלטן געווארן עטליכע צדקה-אקציעס.

היסטאריע

 
הויפט בלאט פון אידישע וועלט אין טבת תש"ע - נייעס, וויקי, בילדער און פארומס

אין די תש"ס יארן זענען געווען אמעריקאנער חסיד'ישע יונגעלייט וועלכע זענען געווען אקטיוו אויפ'ן היידפארק פארומס וועבזייטל, אין גרויס טייל איבער חסיד'ישע פאליטיק, לשון הרע, און מחלוקות. א באניצער (ניק) "קרעמער" האט דעריבער אין יאר תשס"ה געעפנט א סוב-פארום אויף היידפארק, "היימישע קרעטשמע", אוועקגעשטעלט אויף פארברענגען און שמועסן געשמאק, אן קיין פלאץ פאר מחלוקת און אנדערע נישט-אויסגעהאלטענע אינהאלט[1].

אין סיון תשס"ו איז די סוב-פארום אריבער צו אן אייגענעם וועבזייטל באזירט אויף די אומזיסטע phpBB סאפטוועיר, מיט׳ן דאָמעין heimishekretchme.com. דער אדמין פונעם וועבזייטל האט זיך גערופן מיט'ן ניק נאמען "arender"[2].

א יאר שפעטער איז דער וועבזייטל איבערגעפרישט געווארן, איר נאמען איז געטוישט געווארן אויף "אידישע וועלט" און עס איז אריבערגעפירט געווארן צום דאמעין yiddishworld.com. מען האט דאן צוגעלייגט נאך טיילן צום וועבזייטל, אויסער דעם פארום, עס האט פארמאגט נייעס און בילדער אפטיילונגען, און א וויקי. מיט די צייט האט מען צוגעלייגט א פארקירצטער דאמעין ivelt.com, וואס האט שפעטער איבערגענומען אלע אנדערע דאמעינס.

אום י' אב תש"ע (יולי 21, 2010) האט דער וועבזייטל געקראכט צוליב א ביז-היינט אומבאקאנטער אורזאך, און דער גאנצער סערווער איז חרוב געגאנגען. מען האט באוויזן צוריקצוברענגען א גרויס חלק דערפון[3], און דעם נאכפאלגנדן טבת האט מען אריבערגעפירט דעם וועבזייטל צו א נייער איבערגעפרישטער פלאטפארמע, וועלכע איז געבליבן בלויז מיט'ן פארום אפטיילונג, און עס איז איינגעפירט געווארן פארשידענע מאסנאמען אז אזא קראך זאל נישט נאכאמאל פאסירן[4].

אום זונטאג תרומה תשפ"ג, איז דאס וועבזייטל אריבער א גרעסערער אפדעיט צו דעם לעצטן ווערסיע פון phpBB, און צובאקומען א צאל פונקציעס, צווישן זיי א לייק קנעפל פאר קאמענטארן[5][6]. עטליכע חדשים שפעטער - אין צוזאמהאנג מיט'ן "מהפיכה-רעוואלוציע קאמפיין" פאר דער צדק ארגאניזאציע, האט מען אריינגעלייגט נאך פארשידענע פונקציעס צו מאכן באקוועמער דעם וועבזייטל[7].

איבערזיכט

ניקס און ראנגען

אייוועלט ווערט געפירט דורך א גרופע מנהלים, וועלכע האבן אונטער זיך אחראים. צווישן די מנהלים זענען "לכאורה"[8] און "יאנאש", און דער טעכנישער סייט אדמין איז "וויכטיג מאכער[9]. צו קענען שרייבן אויף אייוועלט ברויך מען זיין רעגיסטרירט, ווען ביים זיך איינשרייבן דארף מען ענטפערן א זיכערהייט פראגע, און דערנאך דארף מען ווערן אנגענומען דורך איינער פון די מנהלים.

די באניצער אויף אייוועלט ווערן באטיטלט מיט א ראנג אויף זייער פּראָפיל; די ראנג איז באשטימט לויט די צאל תגובות זייערע, אבער צומאל ווערט עס געשאנקען אלס הכרת הטוב פאר זייער ביישטייערונג צום וועבזייטל. צוערשט ווערט מען גערופן אנשי שלומינו, דערנאך שר העשר, שר החמישים, שר מאה, אא"וו[10]. אקטיווע נייעס ברענגער זענען באטיטלט אלס קארעספּאנדענטן; אזוי אויך זענען פארהאן אייגנארטיגע טיטלען, צב"ש, "קנאפער ידען" איז באטיטלט אלס "שר החסד". ווען די באניצער האלטן אז עמיצער פארדינט א ספעציעלן טיטל, וועלן זיי אפטמאל קאמפיינען דערפאר[11]. פארהאן א פירונג צו גראטולירן די וואס גייען ארויף א ראנג[12], ווי אויך וועלן געוויסע שרייבן א ספעציעלע ארטיקל לרגל דער ראנג העכערונג[13].

מזמן לזמן וועט פארקומען וואלן אויסצואוועלן א "ראש הקהל", און בעפאר חודש אדר אויפצונעמען א פורים רב. זיי פארמאגן נישט קיין ספעציעלע רעכטן; עס איז בלויז פאר אונטערהאלטונג[14][15]. געוועזענע ראשי קהילה זענען באטיטלט אלס "מ. [=מלפנים] ראש הקהל".

אינהאלט

 
ספעציעלע אויסגאבע איבער רוסלאנד-אוקראינע קריג, צוזאמגענומען פון ארטיקלען געשריבן אויף אייוועלט

אייוועלט'ס פאפולערקייט און פילפארביגע אוידיענץ שענקט פאר די באניצער די געלעגנהייט ארויסצוגעבן זייערע אייגנארטיגע טאלאנטן אויף פארשידענע אופנים. א גרעסערע אפטיילונג אין אייוועלט איז געווידמעט פאר נייעס, וועלכע ווערן כסדר באריכטעט, אנאליזירט און דעבאטירט דורך באניצער. די נייעס ווערן צוזאמגענומען פון פארשידענע קוועלער, דינענדיג ווי אן אפדעיטעד נייעס קוואל אויף די אידישע שפראך[16]. געוויסע אידישע נייעס און לאקאלע באריכטן ווערן געמאלדן ערשטהאנטיג דורך די באניצער. א גרויס טייל פון דער פאפולערקייט פונעם וועבזייטל איז א דאנק איר שנעלע ראטע פון ברענגען קראנטע נייעס. ביי דער קריג פון רוסלאנד און אוקראינע, וועלכע איז שטארק נאכגעפאלגט געווארן, האט דער אשכול איבער דעם גענאסן פון א שטארקער נאכפאלגערשאפט פאר א לענגערע תקופה.

אויף אייוועלט ווערן אויך פובליצירט דורך די באניצער שרייב-ווערק פון פארשידענע סארטן, ווי הומאריסטישע ארטיקלען און עסייען, געדיכטן און גראמען, עכטע און פיקטיווע דערציילונגען, וויסנשאפטליכע ערקלערונגען און מחקר, אינטערוויוס, און נאך. פון שרייב-ווערק צוזאמגענומען פון אייוועלט זענען שוין במשך די יארן ארויסגעקומען עטליכע אויסגאבעס. אייוועלט ווערט אויך געניצט צו זיך נאכפרעגן, מיטטיילן, און אויסשמועסן אינפארמאציע אין תורה'דיגע און וויסנשאפטליכע טעמעס, אריינגערעכנט הלכה'דיגע פאלעמיקעס, ספרים, היסטאריע, ידיעות, פארצייטישע נגינה, שפראך, און נאך.

אין באשטימטע אשכולות טוען באניצער קאמענטירן און ארומרעדן איבער אינהאלט פון היימישע אויסגאבעס, האטליינס, שיעורים, פאדקעסטס, שפילן, זינגערס, אלבומס, און אנדערע היימישע אונטערהאלטונג און מידיע. א גרויסע טעטיגקייט גייט אן צו כשר'ן און ארויסשטעלן אינטערעסאנטע קליפס, בילדער, סינגלס, פאדקעסטס, און דאס גלייכן, פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צו יוטיוב און ענליכע פלאטפארמעס[17].

אויף אייוועלט קומען כסדר פאר דעבאטעס איבער פאליטישע נייעס, און די אקטועלע אנגעלעגנהייטן וואס זענען עומד על הפרק ווערן אויסגעשמועסט און דעבאטירט. פארהאן אויך אשכולות פאר מער אינערליכע שמועסערייען און פארברענגען, וועלכע קומען נישט ארויף ביים זוכן "אקטיווע אשכולות".

עס איז פארהאן ספעציפישע אשכולות געאייגנט צו בעטן און געבן הילף אין פארשידענע געביטן, פון געזונטהייט און תורת הנפש, ביז טעכנאלאגיע און פראגראמינג. אויך איז פארהאן פארומס פאר עקספערטן אין זייער פאך, צום ביישפיל פאר גראפיקער, זיך דורכצושמועסן און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן.

אויסשטעל

אייוועלט איז איינגעטיילט אין זעקס אפטיילונגען; יעדער פון זיי מיט א צאל פארומס און סוב-פארומס:

  • נייעס – געווידמעט פאר וועלטליכע, פאליטישע און אידישע נייעס. צו קענען שרייבן דערין דארף מען זיך איינשרייבן אין דער נייעס גרופע און זיך האלטן צו א צאל תנאים, אריינגערעכנט נישט קאמענטירן אין אשכולות וואס זענען דעזיגנירט בלויז פאר נייעס ("זיראנץ אשכול"), און נישט שרייבן אויף אן אומסענסיטיוון אופן[18].
  • קרעטשמע – געאייגנט פאר פארשידענע אונטערהאלטונגען. עס פארמאגט א צאל פארומס אונטער זיך: "היימישע קרעטשמע" פאר לענגערע ארטיקלען, "פאעזיע און גראמען", "דעת הקהל" פאר אקטועלע אנגעלעגנהייטן, "היימישע פארברענגען" פאר מער אינערליכע שמועסערייען, "נייעס קאך לעפל", "היכל הנגינה", "שירי קודש" פאר פארצייטישע חסיד'ישע ניגונים און זייערע מקורות[19], "אונטערהאלטונג" פאר שפילן און אונטערהאלטונגען[20], און נאך.
  • ענציקלאפעדיע – געאייגנט פאר ידיעות און וויסנשאפט, און פארומס פאר היסטאריקער.
  • תורה – געאייגנט פאר תורה'דיגע נושאים.
  • הילף – פאר הילף און נוצבארע אינפארמאציע אין פארשידענע געביטן.
  • אידישע וועלט – אינערליכע אנגעלעגנהייטן און פראיעקטן.

עס ווערט געפירט אן אנגייענדער פראיעקט דורכ'ן ניק "ציגאנער", גערופן די אינפראסטרוקטור פראיעקט, צו מסדר זיין די אפטיילונגען אויף א באקוועמערע אופן[21].

שפראך

מערסטנס שמועסן און אפהאנדלונגען אויף אייוועלט ווערן געשריבן אויף דער אידישער שפראך. מען וועט אבער אפטמאל נוצן א ברייטערע און זאפטיגערע שפראך ("קרעטשמעריש"); עס ווערן אפט געניצט סלענג ווערטער און סארקאזם, אנדערש ווי פיזישע אויסגאבעס וואס זענען געווענליך מער פארמעל.

א צאל אויסדרוקן און טערמינען האבן זיך געשאפן דורכאויס די יארן, וועלכע ווערן געניצט דורך אייוועלט באניצער צו רעדן וועגן טעמעס פארבונדן מיט קאמוניקירן אויף אייוועלט. צווישן אנדערע: צ"ק – אן אקראנים פון "צום קעפל" – ווערט געניצט ווען מ'שרייבט עפעס וואס באציט זיך צום קעפל פונעם אשכול ווען דער שמועס איז שוין פארפארן דערפון; זיראנץ – א צוזאמשטעל פון "זערא טאלעראנץ", א טערמין געשאפן דורכ'ן מנהל "יאנאש" – ווערט באניצט צו באצייכענען אן אשכול וואו תקנות ווערן שטרענגער פארסירט ווי אין אלגעמיין; טעגלאש - א צונאמען פאר די סאטמארער מחלוקת[22]; מחישי – "מחיקה אישי" – א מעסעדזש וואס מען באקומט פונעם אחראי ווען עפעס וואס מ'האט געשריבן ווערט פארמעקט; אמר"ש אן אקראנים פון "אז מען רעדט שוין"; אהאנגז"א איז א פאפולערע אשכול מיט'ן קעפל "איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:"[23]. עס איז פארהאן אן אשכול וואו מען קען אנפרעגן איבער די באדייט פון די פארשידענע אויסדרוקן[24].

תקנות און צענזור

אייוועלט פארמאגט א רייע תקנות און רעגולאציעס, און עס ווערט געפירט מיט א שטרענגע צענזור, כדי דאס פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה און גלייכצייטיג באקוועם פאר אלע מיטגלידער. די תקנות זענען מחייב אלע באניצער פונעם וועבזייטל, און אויף א פארלעצונג קען מען ווערן אויסגעשפארט[25].

די תקנות נעמען אריין אז מען זאל נישט שרייבן איבער פריוואטע מענטשן, נישט אריינגיין אין שמועסן וואס גרעניצן זיך מיט לשון הרע און הלבנת פנים, נישט לייגן קיין בילדער פון פרויען און אומאויסגעהאלטענע לינקס. די תקנות ווערן פארסירט דורך די מנהלים און אחראים אויפ'ן וועבזייטל, וואס פארמאגן די מעגליכקייט צו פאררעכטן און פארמעקן תגובות און אויסשפארן באניצער.

וויבאלד די פארוואלטער פון דעם פלאץ געהערן צו סאטמאר, דארף אלעס וואס ווערט געשריבן זיין אויסגעהאלטן לויט די סאטמארער השקפה. ס'איז נישט ערלויבט צו שרייבן עפעס וואס שמעקט ציונ'יסטיש, שרייבן אויף עברית, אדער באריכטן פאליטישע נייעס פון מדינת ישראל[25]. א שטארקער דגוש ווערט געלייגט זיך צו האלטן נייטראל און זיך נישט מישן אינערהאלב די מחלוקות פון חסידות'ן. דערפאר איז פארהאן בלויז איין אשכול פאר נייעס פון חסידות, אין וועלכער ס'איז נישט ערלויבט צו קאמענטירן[26].

גילוי

א הארבע פארלעצונג איז די נושא פון "גילוי". וויבאלד רוב באניצער באהאלטן זייער אידענטיטעט און שרייבן אונטער א שלייער פון א "ניק", איז שטרענג פארסירט די רעכט פונעם שרייבער צו בלייבן אנאנים. אויב איינער פובליצירט פריוואטע דעטאלן פון א צווייטער באניצער, אדער פרובירט צו דערגרונטעווען א צווייטנ'ס אידענטיטעט, ווערט זיין קאנטע פארשפארט אויף אייביג[27].

טראץ די אלגעמיינע אטמאספער צו שרייבן בלויז מיט א ניק-נאמען, זענען פארהאן א קליינע צאל באניצער וואס זענען יא גרייט ארויסצוקומען מיט זייער אמת'ע אידענטיטעט, א שטייגער ווי אליעזר קרויס פון קול מבשר, יואל קליין, ארי גרינפעלד פון די גרינטאטש פירמע, און נאך.

פראיעקטן

 
איינע פון די מי מנוחות אויסגאבעס

די באניצער אויפ'ן זייטל פירן אן מיט עטליכע פראיעקטן.

אויסגאבעס און ביכער

 
די שרייבער אויסגאבע

במשך די יארן זענען געווען עטליכע פראיעקטן צו ערצייגן אויסגאבעס דורך די אייוועלט שרייבער, וועלכע זענען פובליצירט געווארן אויף א PDF פארמאט[28]. זומער תשע"ג זענען ערשינען עטליכע אויסגאבעס אין א סעריע גערופן "מי מנוחות"[29], ווען טייל פון די שרייבער האבן שפעטער ארויפגעשטעלט די ארטיקלען אויף אייוועלט צו באקומען קאמענטארן דערויף. עס האבן נאכגעפאלגט עטליכע נומערן אין פארשידענע געלעגנהייטן במשך די נאכפאלגנדע יארן. די צענטע און לעצטע אויסגאבע איז ערשינען אויף שבת נחמו תשע"ו.

אין יאר תשע"ז האבן באניצער פרובירט ארויסצוגעבן רעגלמעסיג אן אויסגאבע "לאמטערנע"[30]; עס זענען אבער למעשה ערשינען בלויז צוויי נומערן דערפון.

סוף יאר תשפ"א איז געגרינדט געווארן די "שרייבער" אויסגאבע, באזירט אויף ארטיקלען וואס זענען שוין פובליצירט געווארן אויף אייוועלט. כדי עס צו געבן א מער פארמעלע אויסזען, האט מען געביטן די ניק-נעמען פון די שרייבער אויף פארמעלע פען-נעמען, און ארויסגענומען די זאצן וואס רעדן איבער אייוועלט. די "שרייבער" אויסגאבע איז ערשינען רעגלמעסיג אויף א וועכנטליכן פארנעם איבער א יאר, פאר א סך הכל פון 49 אויסגאבעס[31]. די שרייבער אויסגאבעס ווערן אויך פארקויפט אין א געדרוקטן פארמאט אויף אמאזאן[32].

עס זענען אויך ערשינען עטליכע ביכער פון נאוועלעס וואס זענען פובליצירט געווארן אויף אייוועלט אין פארזעצונגען[33], און א בוך פון א קאלעקציע פון א צאל פראקטישע ארטיקלען פאר עלטערן פון קינדער[34], און נאך א צאל אינדיווידועלע אויסגאבעס צו פארשידענע געלעגנהייטן.

מוזיק אלבום פראדוקציע

פון צייט צו צייט זענען פארהאן אויף אייוועלט פראיעקטן צוזאמצונעמען אומזיסטע סינגלס און טרעקס וואס ווערן פארשפרייט אויפ'ן געוועב, און צוזאמשטעלן דערפון א גאנצער אלבום מיט א ביכל[35]. עס זענען שוין ארויסגעקומען פארשידענע קאלעקציעס פון זינגערס אדער אויף ימים טובים אד"ג[36].

געלט אקציעס

פארשידענע געלט קאמפיינס זענען שוין געווארן דורכגעפירט אינערהאלב דעם פארום. אין יאר תשפ"א האט אייוועלט געשאפן איבער $300,000, פאר א זכות פאר איינער פון די מיטגלידער וואס האט זיך גענויטיגט אין א ישועה. דער קאמפיין, גערופן "תחיית המתים" קאמפיין, איז פאררופן געווארן דורכ'ן וועבזייטל אדמין "וויכטיג מאכער"[37], און איז אנאנסירט געווארן אין א "כינוס הניקים" פאררופן אויף שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג[38], מיט די באטייליגונג פון א רעקארד פון 751 באניצער אויפאמאל[39]. דורכאויס דעם קאמפיין איז געשאפן געווארן $301,459 דורך 201 ביישטייערער און 57 טיעמס[40].

ביי צדק'ס קאמפיין "מהפיכה לדורות" צו פינאנצירן א געזעץ פארשלאג צו בענעפיטירן מצפים לישועה אויף זרע של קיימא, האט דער וועבזייטל אדמין "וויכטיג מאכער" גענומען א ציל פון $100,000, און האט איינגעשפאנט אלע אייוועלט באניצער אנטייל צו נעמען דערין. ער האט פארשפראכן א נייע פונקציע אויפ'ן וועבזייטל פאר יעדע 100 אלפים וואס קומט אריין אויף זיין בלאט.

פארמעסטן

במשך די יארן זענען פארגעקומען א רייע פארמעסטן צווישן די באניצער. די לאגא פון אייוועלט איז דעזיינט געווארן דורכ'ן ניק "אינטעליגענט" ביים אייוועלט-לאגא פארמעסט[41]. אויך זענען פארקומען פארמעסטן איבער גראפיקס, שרייבעריי, און פאעזיע, וואו די באניצער האבן ארויסגעוויזן זייערע טאלאנטן און פעאיגקייטן[42].

מורשת חכמי אמעריקא

אין די ערשטע יארן פון אייוועלט איז געווען אקטיוו אן איניציאטיוו אויסצופארשן און נאכצוגיין די אידישע היסטאריע פון אמעריקע בכלליות, בפרט "צו אידענטיפיצירן און טרעפן אינפארמאציע איבער רבנים און אנשי השם וועלכע האבן געלעבט און געווירקט על אדמת אמעריקע מקדמת דנא" און זייער עקזיסטענץ איז פארגעסן געווארן ביים ווידער-אויפבלי פון אמעריקאנער אידנטום נאך דער צווייטער וועלטס קריג[43]. דער פראיעקט האט אריינגענומען פיל פארש ארבעט, וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ניק "בן בוזי", און די חברים "מיללער", "פארשלאפן", און נאך. דערפון האט זיך עווענטועל געשאפן אן אומאפיציעלע ארגאניזאציע פון פארשער און שרייבער איבער דער געשיכטע, וואס האט שפעטער קונה שם געווען אלס "מורשת חכמי אמעריקא"[44]. א גרויסע צאל קברים און פארגעסענע אנשי שם זענען אויפגעדעקט געווארן, און פארצייכנט געווארן דורך די איניציאטיוון פון די מורשת[45]. די געפינסן זענען פארצייכנט געווארן אין א גליון ארויסגעגעבן דורכ'ן מורשת און ארויפגעשטעלט געווארן אויף זייער בלאג[46], און די אויפגעדעקטע קברים זענען פובליצירט געווארן אין די "קברים" וועבזייטל[47].

הוצאות ספרים

אויף אייוועלט ווערט אנגעפירט א "מפעל הוצאת ספרים" דורכ'ן ניק "יידישע קהלות", צו דרוקן אלטע כתבי יד, וואס זענען צוגענגליך אנליין אויף וועבזייטלעך פון ביבליאטעקן. עס ארבעט מיט א סיסטעם ווי יעדער נעמט איין בלאט און מען טייפט דאס אפ, דערנאך שטעלט מען דאס צוזאם און מען פובליצירט עס אין א PDF פארמאט[48].

אין א קורצע צייט האט מען אפגעטייפט און מסדר געווען דעם ספר "בנין שלמה" על התורה ואגדות הש"ס פון רבי נתן מַז (–תקנ"ו), רב אין פראנקפורט[49]. און דערנאך האט מען געארבעט אויפ'ן ספר "בתי נפש" על התורה פון רבי שלמה הכהן (תקכ"ט–תקפ"ד), רב אין צילץ, וואס איז געלעגן באהאלטן איבער צוויי הונדערט יאר; דער ספר איז געווארן פובליצירט, קודם אין א וועכנטליכן גליון פארמאט[50] און עווענטועל אלס א ספר[51]. שפעטער איז ארויסגעקומען דער ספר "מגילת ספר" אויף מסכת מגילה, פון רבי דוד אופנהיים, רב פון פראג[52].

טייל פון די ארבעט פון ארויסגעבן ספרים, איז מיט צוזאמארבעט מיט באניצער אויפ'ן אוצר החכמה פארום.

קריטיק און קאנקורענץ

כאטש עס פארמאגט נישט די אלע פראבלעמען פון דער אלגעמיינער מידיע, וויבאלד עס פארמאגט א שטרענגע צענזור וואס לאזט נישט לופטערן סיי וועלכע חומר וואס איז נישט פאסיג פאר א חרד'ישן איד, זענען דא וואס וועלן קאטעגאריזירן אייוועלט אלס סאציאלע מידיע, מיטטיילנדיג געוויסע פון אירע נעגאטיווע אייגנשאפטן און פראבלעמען, ווי אדיקציע און נאך[53][54][55].

טייל באניצער רעדן זיך צומאל אפ אויף די שטרענגע צענזור פארסירונג, און עס קומט פאר כסדר'דיגע דעבאטעס מיט די מנהלים איבער דעם[56]. דאך וועלן מערסטנס באניצער זיין איינשטימיג אז עס מוז זיין א געוויסער צענזור צו האלטן דעם וועבזייטל אין די ראמען.

געוויסע שרייבער, רעדנער און פאפולערע פיגורן, טוען צומאל אויפברענגען אומצופרידנקייט, אז פארשלייערט אונטער א ניק קען סיי ווער אראפרייסן און קריטיקן אנדערע אן די מינימום פאראנטווארטליכקייט דערויף[57][58].

אין יאר תשע"ב האבן א צאל אקטיווע באניצער פון אייוועלט, זייענדיג אויפגעברויזט אויף דער שטרענגע צענזור, אפגעלאזט דעם וועבזייטל, און אריבער צו אן אייגענעם פארום מיט'ן נאמען קאווע שטיבל, א פיל ווייניגער אקטיווער וועבזייטל[59] וואו עס איז ערלויבט צו לייגן בילדער פון נשים און שרייבן ליבעראלע און אפיקורס'ישע געדאנקען; מערסטנס היימישע פילטערס לאזן נישט קיין צוטריט דערצו.

אין יאר תשפ"ג האבן עטליכע באניצער געהאלטן אז די הנהלה פירט זיך נישט יושר'דיג מיט זיי, און האבן געגרינדט א נייעם פארום, אידטיש, מיט'ן אנגעגעבענעם ציל זיך צו האלטן "קליין, קאנצעטרירט, און ערוואקסן"[60], וואס איז ווייניגער שטרענג מיט צענזורירן די שמועסן ארום חסידות און פאליטיק[61]. דער משומר פילטער וואס באלאנגט צו די קהילה פון סאטמאר-מהרי"י, טוט נישט ערלויבן קיין צוטריט דערצו[62], דערפאר ווערט די קהילה פון סאטמאר-מהר"א אפט בעסער פארטרעטן[63].

פאפולערקייט

אייוועלט איז דער מערסט פאפולערער פארום וועבזייטל ביים אידיש-רעדנדן חרדי'שן עולם[64]. עס זענען פארהאן נאנט צו 15,000 איינגעשריבענע באניצער אויף אייוועלט, און עס זענען שוין געשריבן געווארן איבער 5 מיליאן תגובות אין איבער 60,000 אשכולות[65]. נישט אלע תגובות זענען אבער אפן פארן פובליקום, ווייל א צאל פארומס זענען פארשפארט פאר אלגעמיינע באניצער, ווי אויך רעכנט די ציפער אריין טייל פארמעקטע תגובות.

דער זייטל באקומט א געשאַצטע 983 אייגנארטיגע באזיכער פּער טאָג, ווען יעדער באזוכער קוקט ארום 8.3 בלעטער אין דורכשניט. אייוועלט איז געשאַצט אין א ווערט פון $140,160[66].

ווען עס איז דא א גרויסע נייעס זעט אייוועלט א ספאנטאנער הייב אין די צאל באניצער אויף איינמאל, א שטייגער ווי אסרו חג סוכות תשפ״ד, באלד נאך די כאמאס אטאקע אויף ארץ ישראל; און נאך שטערקער במשך די וואך פון כי תבא תשפ״ד, אין וועלכע די סייט האט צוגעזען ביז כמעט צוויי-טויזענט באניצער אויפאמאל[67], צוליב א צאל שטארקע נייעסן וואס האבן דאן פיגורירט, צווישן זיי: אן אטענטאט פרואוו אויף דאנאלד טראמפ; אן ערווארטעטער באזוך פון טראמפ אין וויליאמסבורג; א זיצונג פון סאטמאר רבי רבי אהרן טייטלבוים מיט טראמפ קאמפיין באאמטע אינעם טראמפ טאוער אין מאנהעטן; עטליכע גרויסע אקציעס פון מדינת ישראל אויפצורייסן חיזבאלא קאמוניקאציע אפאראטן, און דער כינוס זעקת הגולה. די הייבונגען רעכענען נישט אריין א פאל ווען עס איז אנגעבליך געווען 2,432 באניצער אויפאמאל, אין רעזולטאט פון א סייבער אטאקע דורך באטנעטס נאכ'ן ארויסשטעלן א נייעס אנבאלאנגט רוסלאנד[68].   די גרויסע פאפולערקייט פון אייוועלט ברענגט אז געוויסע פירמעס און ציבור'ישע פערזענליכקייטן שפירן פאר וויכטיג ארויפצוקומען אויף אייוועלט צו פארטרעטן זייערע אינטערעסן און זיך אויסקלארן מיט'ן עולם. עטליכע רעדנער פון קול מבשר פירן זיך צו דעבאטירן טעמעס פון זייערע רעדעס אויף אייוועלט[69]. דער זינגער ליפא שמעלצער איז ארויפגעקומען אדרעסירן זיין נייעם אלבום און די קאמענטארן דערויף[58].

טראצדעם, ווערט די ידיעה איבער'ן עקזיסטענץ פונעם וועבזייטל געהאלטן "פנימי", אין א געוויסע מאס. מען וועט נישט רעדן דערפון אין פובליק, און אפיציעלע אויסגאבעס וועלן זיך צוריקהאלטן דאס צו דערמאנען אין זייערע בלעטער. ווען א רעדנער דערמאנט ברבים דעם נאמען אייוועלט אדער א ניק-נאמען פון איינע פון די באניצער, ווערט דערפון א סענזאציע[מקור פארלאנגט: ביישפיל].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. קרעמער (ניק) ,"א מייסטער-האפטיגער אינטערוויא מיטן מייסד הקרעטשמע "קרעמער"", ארטיקל אויף אייוועלט
  2. arender (ניק) ,"ברוכים הבאים", דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:37 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  3. arender (ניק) ,"מיר זענען צוריק אפען + סך הכל", מוצ"ש אוגוסט 07, 2010 9:22 pm, ארטיקל אויף אייוועלט; "וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע", מיטוואך יולי 28, 2010 11:26 am, אשכול אויף אייוועלט.
  4. arender (ניק) ,"אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט.", זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:19 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  5. arender (ניק) ,"וועבזייטל אפדעיט זונטאג תרומה תשפ"ג באריכט", זונטאג פעברואר 19, 2023 11:10 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  6. אידישע וועלט (ניק) ,"ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט", זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  7. מהפיכה קאמפיין, מהפיכה קאמפיין - נאטיצן ביכל, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך מאי 17, 2023 2:13 pm
  8. "אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה", יוני 28, 2020, אשכול אויף אייוועלט
  9. אידישליך (ניק) ,"עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אינטערוויו מיט וויכטיג מאכער!", אפריל 7, 2022, ארטיקל אויף אייוועלט
  10. אפט געפרעגטע פראגעס, אויף אייוועלט
  11. עכט היימיש (ניק) ,"א טיטל פאר @אידישליך! - הכרת הטוב", ארטיקל אויף אייוועלט
  12. "מזל טוב פאר אונזערע מערסטע שרייבערס", אשכול אויף אייוועלט
  13. ארחיקה נדד (ניק) ,"99999 סינדראם!", ארטיקל אויף אייוועלט
  14. קרעטשמער (ניק) ,"~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~", ארטיקל אויף אייוועלט
  15. "אייוועלט פורים רב תשע"ט", קלאָצקאָפּ, אשכול אויף אייוועלט
  16. נייעס, אויף אייוועלט
  17. "אינטערעסאנטע קליפס", אשכול אויף אייוועלט
  18. וויכטיג מאכער (ניק) ,"צו קענען שרייבן אין די נייעס פארום ליינט די אשכול!", דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:24 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  19. סטאוו יא פיטא (ניק) ,"ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים", מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:38 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  20. אידישע וועלט (ניק) ,"מחיל אל חיל - ברוכים הבאים צום אונטערהאלטונג ווינקל", ארטיקל אויף אייוועלט
  21. ציגאנער (ניק) ,"קרעטשמע אינפראסטראקטור פראיעקט; אפדעיטס און קאמענטארן", זונטאג דעצעמבער 11, 2022 10:48 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  22. קנאפער ידען (ניק), תגובה, אויף "זאכן וואס איך וויל וויסן", אשכול אויף אייוועלט; ביבליאגראף (ניק) ,"טעגלאש מפתח", ארטיקל אויף אייוועלט; זעט אויך הודא-טעגלאש - און איר צוקונפטיגער פראכט, דער בלאט, פרייטאג ויקרא תש"ס
  23. "איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:", אשכול אויף אייוועלט
  24. "אייוועלט קאודס...", אשכול אויף אייוועלט
  25. 25.0 25.1 תקנות, אויף אייוועלט
  26. "בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג", אשכול אויף אייוועלט
  27. סאכדעס, ארור מכה רעהו בסתר, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך יאנואר 07, 2009 12:13 am
  28. רעים, מפתח אייוועלט אויסגאבעס, אויף אייוועלט, הערליכע אויסגאבעס ארויסגעגעבען בחינם דורך טאלאנטפולע שרייבער פון די אידישע וועלט, ‏דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:29 pm
  29. "אייוועלט זומער אויסגאבע...", אשכול אויף אייוועלט
  30. "לאמטערנע - א שטראל אין די אידישע וועלט", אשכול אויף אייוועלט
  31. "שרייבער אויסגאבע - נאטיפיקאציע אשכול", אשכול אויף אייוועלט
  32. שרייבער מאגאזין, אויף עמעזאן
  33. רעים, אייוועלט לייבערי, אויף אייוועלט, מפתח פון ביכער געשריבן און ארויסגעגעבן דורך אייוועלט, ‏דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 3:45 pm
  34. "היסטאריש: בוך אין די געשעפטן 'א בעסערער טאטע' - שאץ מאץ", אשכול אויף אייוועלט
  35. נאר מיט שמחה, אייוועלט פרעזענטירט נייע סידי'ס - הערות והגהות!!, אויף אייוועלט, ‏מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:24 pm
  36. רעים, מפתח סידי ארויסגעגעבען דורך אייוועלט, אויף אייוועלט, ‏דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:48 pm
  37. וויכטיג מאכער (ניק) ,"ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!", זונטאג יוני 27, 2021 2:15 pm, ארטיקל אויף אייוועלט
  38. וויכטיג מאכער (ניק) ,"הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת הניקס לטוהר המחנה!!!", מיטוואך יוני 23, 2021 10:55 am, ארטיקל אויף אייוועלט
  39. אלעקסיי דער דריטער, מערסטע צאל וואס זענען אמאל געווען אריינגעסיינט:, אויף אייוועלט, ‏זונטאג יוני 27, 2021 2:39 pm
  40. אידישע וועלט (ניק) ,"התודה והברכה", מאנטאג יולי 12, 2021 8:47 pm, ארטיקל אויף אייוועלט; ivelt, אויף טשערידי
  41. אינטעליגענט, iVelt לאגא פארמעסט, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך אוגוסט 17, 2011 4:16 pm
  42. רעים, מפתח אייוועלט פארמעסטען, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 7:32 pm
  43. פלטיאל (ניק) ,"אינטערוויא מיללער חלק ב - מורשת חכמי אמעריקא", ארטיקל אויף אייוועלט
  44. בן בוזי (ניק) ,"די פעולות פון מורשת חכמי אמעריקא; אנקעטע", ארטיקל אויף אייוועלט
  45. ידיעות שונות (ניק) ,"מפתח: היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא", ארטיקל אויף אייוועלט
  46. מורשת חכמי אמעריקא
  47. קברי צדיקים באמעריקא, אויף kevarim.com
  48. יידישע קהילות, אונזער ספרים שאפע, אויף אייוועלט, ‏דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:01 pm
  49. רבי נתן מז, בנין שלמה על התורה, תשעה
  50. קרעטשמער, ברוכים הבאים צום נייעם פארום, ‏פרייטאג אפריל 17, 2015 1:56 pm
  51. רבי שלמה הכהן, בתי נפש - בית המדרש, תשע"ו
  52. דוד אופנהיים, מגילת ספר, תשפב
  53. הלבלר בקולמסו, קען אייוועלט פאררעכנט ווערן אלס סאשעל מידיע???, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:10 am
  54. גליון המחנה, אן אינטערנעט אינגערמאן אין כולל
  55. רבני בית הוראה לעניני טעכנאלאגיע - קרית יואל, קאמפיוטער קיאסקן, אויף אידטיש
  56. אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט, אויף אייוועלט
  57. הערט צום ביישפיל, "אינטערוויו: וועכענטליכער איבערבליק איבער אלס און אלעמען, די טורנהיים פיבער וואס איז אנגעקומען ביז צום טראמפ אדמיניסטראציע, באגלייט מיט קאמענטארן פון די חשובע צוהערער", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24, מינוט 23:00.
  58. 58.0 58.1 ליפא שמעלצר, ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך מארטש 02, 2022 5:19 am
  59. ivelt.com vs kaveshtiebel.com, אויף similarweb.com
  60. סייט אדמין, yidtish, די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר, אויף yidtish.com
  61. אידטיש - צייט פאר התבוננות, אויף אידטיש
  62. אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש, אויף אידטיש
  63. ווירקליך (ניק, מנהל), אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש, אויף אידטיש, ‏מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:36 pm
  64. ivelt.com competitors, אויף similarweb.com
  65. סטאטיסטיק, אויף אייוועלט
  66. ivelt.com אויף רענקטשאַרט
  67. אוויר (ניק), מערסטע צאל וואס זענען אמאל געווען אריינגעסיינט:, אויף אייוועלט, ‏מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 12:01 pm 1998
  68. קנאפער ידען, מערסטע צאל וואס זענען אמאל געווען אריינגעסיינט:, אויף אייוועלט, ‏פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:26 pm
  69. אליעזר קרויס, אין אשכול אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר, אויף אייוועלט; משה שפיצער, אין אשכול ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיטצער, אויף אייוועלט; יואל פעלזן, אין אשכול יואל פעלזן - זיבן מינוט מיט יואליש און נאך, אויף אייוועלט.