רוי:אלבום

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אן אַלבאָם מיינט געווענליך א מוזיק אלבום, וואס איז א זאמלונג פון שטיקלעך מוזיק, אפטמאל געזאנגען.

ווען די ערשטע פלאטעס זענען ארויסגעקומען, זענען נישט געווען גענוג גרויס פאר א לאנגן שטיק מוזיק. דערפאר האט מען געדארפט רעקארדירן עטליכע פלאטעס פאר א גאנצער פיעסע. ד"ה די מוזיק איז געווען רעקארדירט אויף אן אלבום פון פלאטעס. היינט ניצט מען דאס ווארט אלבום אויך פאר איין פלאטע אדער סידי וואס אנטהאלט עטליכע טראקן מוזיק וואס האבן א שייכות צוזאמען.

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!