רוי:פסח

ווערסיע פון 12:26, 9 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צולייגן לינק צו כזית)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
דער סדר טיש

פסח איז א יידישער יום טוב וואס שטאמט פון דער תורה, דער יום טוב ווערט געפייערט י"ד ניסן במשך זיבן אדער אכט טעג צו דערמאנען און זיך אויפרישען די נסים און נפלאות וואס די אידישע פאלק האט איבערגעלעבט ביי יציאת מצרים.

פסח ווערט באצייכנט מיט דריי עיקר מצוות:

  • דער קרבן פסח
  • דער איסור פון חמץ
  • דערציילן דעם סיפור יציאת מצרים

מען רופט דעם יום-טוב "פסח" אין אנדעק פון דעם קרבן פסח וואס מען האט מקריב געווען י"ד ניסן ווען כלל ישראל האט עולה רגל געווען אין די מאסן אויף מארגן קיין ירושלים צו בראטן דעם קרבן פסח ווען דער בית המקדש איז נאך געשטאנען.

פסח שטאמט פון די לשון "איבערגעהיפט" דאנקענדיג די באשפער אז ער האט נאר געהארגעט די בכורים פון די מצרים און נישט די יידישע בכורים.

דער נאמען פון דעם יו"ט, פסח טוט סימבאליזירן די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון די צייט, וואס ווערט פארנוצט פון עלטערן אלס א יו"ט פון חינוך, צו פארציילן און מחנך זיין זייערע קינדער, פארוואס און פארווען פונקטליך האט דער באשעפער איבערגעהיפט אלעס און אלעמען כדי זיך צו באשעפטיגען מיט זיינע געליבטע קינדער דעם עם ישראל.

אפילו די קלוגסטע לייט פון דאס אידישע פאלק קאכן זיך אין די מאמענטן צו דערפרישן די יסודות פון זייער אמונה און רעליגיע וואס איז באזירט אויף זכר ליציאת מצרים, וואס יענעם גורלדיגען מינוט זענען זיי געווארן אויסדערוועלט. דער באשעפער האט זיי ארויסגענומען פון פארשקלאפטקייט פון צווישן אנדערע גוים, און געשטעלט אין גאנג צו ווערן געפירט צו זייער אייגן לאנד און נאציאן מיט א מיסיע און לעבן העכער און הייליגער פון אלע פעלקער פון די וועלט.

גרונדענע מצוות און מנהגים

חמץ

מען עסט נישט קיין חמץ, און מען ארבעט שווער אויסצורוימען דאס הויז פון חמץ כדי עס זאל זיך נישט געפינען, אויך איז מען דאס מבטל פון זיך כדי אז אויב מען טרעפט איז דאס נישט פארעכענט ווי מיינס.

מצה

מען עסט נאר מצה, אלץ זכר פון ארויסלויפן פון גלות מצרים געאלטערהייט נישט האבענדיג קיין צייט פארן טייג צו יערן און ווערן זויער חמץ אין געהערגיע ברויט.

ליל הסדר

ס'איז א מצווה עסן מצה, מרור, און פסח, ביים ליל הסדר. און דערצו טאן פארשידענע מנהגים און מצוות כדי די קליינע קינדער זאלן ווערן נייגעריג און גוט אויסהערן די דערציילונגען פון יציאת מצרים.


הגדה

  הגדה של פסח

זאגן די הגדה, באזירט אויפן פסוק "והגדת לבנך", כדי צו פארציילן די כראניקאלן פון יציאת מצרים, עס פירן זיך אידן צו פארציילן אפילו די מופתים און ניסים וואס זיי האבן מיטגעלעבט היינט צו טאגס, ווי למשל חורבן אייראפע איבערלעבער פארציין מיט טרערן אין די אויגן ווי גליקליך זיי זענען געווען צו ווערן געראטעוועט איינס פון זייער גאנצע משפחה. ווייל די מצרים מיינט נישט דווקא איינמאל אין היסטאריע נאר שבכול דור ודור חזר'ט זיך דאס איבער.

די הגדה הייבט אן מיט קידוש, דער ערשטעט פון די פיר כוסות. נאכדעם פרעגט א קינד (אדער אלע קינדער) די מה נשתנה און דער פאטער (אדער ווער עס פירט דעם סדר) זאגט איבער מגיד. מען טרינקט דעם צווייטן כוס, מעט עסט די כזית מצה, און מרור. דערנאך עסט מען די סעודה און מען בענטשט אויפן דריטן כוס. דערנאך איז מען ממשיך די הגדה מיטן צווייטן טייל פון הלל און נשמת און מען טרינקט דעם פערטן כוס. ס'איז א מנהג צו זינגען פארשיידענע פיוטים און געזאנגען ביים סוף פונעם סדר.

עליה לרגל

פון די דריי ימים טובים אין וועלכע די יודן זענען געווען באפוילען ארויף צו קומען קיין ירושלים און מקריב זיין זייערע נדרים און נדבות אין דעם בית המקדש, - איז געווען דאס מערסטע אינטערעסאנט, דער יום טוב פסח. אין דעם יום טוב האבן די יודן געשטראמט אין מאסען קיין ירושלים, מקיים צו זיין די מצוה וואס אלע יודן זענען געווען באפוילען, מקריב צו זיין דעם קרבן פסח.

הונדערטער טויזנטער יודן האבן "עולה רגל" געווען פון אלע שטעט און געגענטער פון ארץ ישראל. און אויך יודן וואס האבן געוואוינט אין אנדערע לענדער, האבן זיך אנגעשטרענגט "עולה רגל" צו זיין אויף פסח.

פארשטייט זיך אליין, אז מ'האט געמוזט זארגן פאר פסח אז די יודן זאלן נישט האבן קיין צוריק - האלט אויף די וועגן. די משנה דערציילט אין מסכת שקלים, אז שוין פון ראש חודש אדר אן, האט מען אנגעהויבן צו פאררעכטן די אלע וועגן וואס זענען קאליע געווארן אין ווינטער פון די רעגענס און שנייען. אויך האט מען געגראבן ברונערס וואסער אויף די הויפט וועגן, אז די יודן זאלן האבן וואס צו טרינקען אינמיטען וועג. אויך האט מען איינגעפיהרט א תקנה, אז די יודן וואס האבן הייזער אין ירושלים, זאלן נישט נעמען קיין געלט פון די געסט וואס שטייען איין ביי זיי. ווייל ירושלים געהערט פאר אלע יודן צוזאמען, און עס איז נישט איינגעטיילט געווארן פאר די שבטים. די אלע זאכן האבן צוגעברענגט, אז די יודן האבן "עולה רגל" געווען מיט שמחה אהן קיין שום זארג.

קרבן פסח

אין תוספתא פון מסכת פסחים ווערט דערציילט, אז איינמאל האט אגריפס המלך (וועלכער האט געלעבט אין די צייטן פון דעם צווייטן בית המקדש) געוואלט וויסען וויפיעל יודן זענען געקומען "עולה רגל" זיין, האט ער געבעטן פון די כהנים אז זיי זאלן אָפְּשֵׁיידֶען איין ניר פון יעדן קרבן איידער מען וועט דאס מקריב זיין. די צאהל איז אויסגעקומען 600 טויזנט. און ווי באקאנט, איז אויף יעדן קרבן פסח געווארן צוזאמען געציילט מער פון צען מענטשן. קענען מיר זיך שוין פארשטעלן וויפיל מיליאנען יודן האבן עולה רגל געווען!!!

אויך ווערט דערציילט, אז דריי יאהר פאר דעם חורבן פון דעם צווייטן בית המקדש, - ווען עס איז שוין געווען זייער שווער עולה רגל צו זיין, צוליב די צרות וואס די רומישע הערשער האבן אנגעטון, - האט דער רוימישער גענעראל געשטעלט פאליציי אפצוציילן די אלע "פסחים", און די צאל איז אויסגעקומען 256,500 (צוויי הונדערט זעקס און פופציג טויזנט און פינף הונדערט) און כאטש אזוי פיל יודן האבן "עולה רגל" געווען אויף איינמאהל, - דאך האט קיין איין יוד נישט געהאט א טענה אז עס איז מיר נישט באקוועם דאס פלאץ ווי איך וועל נעכטיגן אין ירושלים (אזוי דערצעהלט די משנה אין מסכת אבות).

די שמחה און דערהויבענקייט וואס האט געהערשט ביי יעדן איינציגן יוד בשעת ער האט זיך געפונען אין ירושלים, איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן. און דער הויפט מאמענט פון די גאנצע שמחה איז געווען ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח.

א גרויסע משפחה וואס האט געקענט אליין אויפעסן א קרבן פסח, האבן געקויפט א לעמעלע פאר זיך אליין. א קלענערע משפחה האט זיך צוזאמען גֶעפָּאהרְט מיט א צווייטע קליינע משפחה, און צוזאמען זענען זיי געווארן א "חבורה". און אזוי ווי פריער דערצעהלט, האט מען געמוזט די אלע הונדערטער טויזנטער "פסחים" מקריב זיין אין זייער א קורצע צייט פון נאך חצות פון ערב פסח ביז ביינאכט!!!!

דער ריזיגער "עולם" האט מען צוטיילט אין דריי כיתות. און זיי האבן מקריב געווען איינער נאכן אנדערן. באלד ווען דער חצר פון בית המקדש האט זיך אנגעפילט מיט די ערשטע כיתה האט מען פארשלאסען די גרויסע שווערע טויערן. מ'האט געבלאזען שופר: תקיעה, שברים, תקיעה, און מ'האט אנגעהויבן צו שחט'ן די פסחים. לאנגע רייעס פון כהנים זענען געשטאנען אין דעם הויף, און זיי האבן געהאלטן אין זייערע הענט שיסלעך פון זילבער און פון גאלד, אויף אריין צו נעמען אין דעם די בלוט. די כהנים מיט די גאלדענע שיסלעך זענען געשטאנען עקסטערע און זיך נישט אויסגעמישט מיט די כהנים פון די זילבערנע שיסלעך.

דער ערשער כהן וואס איז געשטאנען לעבן ווי מ'האט געשחט'ן, האט אנגענומען דאס בלוט מיט זיין שיסעל, און ער האט דאס שנעל איבערגעגעבן פאר דעם צווייטן כהן, און דער צווייטער צו דעם דריטן, מיט איין האנט געגעבען די פולע שיסעל אין מיט די אנדערע האנט צוריק געגעבען די ליידיגע שיסל, און אזוי ווייטער און ווייטער. ביז עס איז אנגעקומען צו דער לעצטער כהן וואס איז געשטאנען נעבן דעם מזבח, און ער האט דאס געשפריצט.

דאס אלעס איז געטוהן געווארען אזוי פלינק און מיט א שנעלקייט, אז איינער וואס איז געשטאנען פון דערווייטענס און ער האט דאס צוגעקוקט, האבן אויסגעזעהן פאר איהם די אלע גלאנצעדיגע שיסלעך, אזוי ווי פייער בליצען וואס פליען.

פון אונטען זענען די שיסלעך נישט געווען פלאך (אזוי ווי געוועהנליכע שיסלעך), נאר שפוציג. כדי מ'זאל זיי נישט קענען אראפ לייגען אויף'ן גרונד אז די בלוט זאל פארגליווערט ווערן. (בלוט וואס ליגט אביסל צייט אהן באשעפטיגונג ווערט פארטריקענט). נאך די בלוט שפריצען, האט מען מקטיר געווען די אלע אימורים אויף דעם מזבח. במשך די גאנצע צייט פון די עבודה האט די גאנצע כיתה געזאגט הלל צוזאמען. און אויב די כהנים זענען נאך נישט פארטיג געווארן מיט די עבודה, האט מען איבערגעזאגט הלל צום צווייטן מאהל און צום דריטן מאהל. אבער די גמרא דערצעהלט, אז וויבאלד די כהנים זענען געווען אזוי פלינק, האט קיינמאהל נישט פאסירט אז מ'זאל מוזען איבער זאגן הלל צום דריטן מאהל.

ווען די ערשטע כיתה איז ארויס געגאנגען, איז אריין געגאנגען די צווייטע כיתה, און געטון דאס זעלבע ווי ביי דער ערשטער. און אזוי אויך ביי דער דריטער.

נאך דעם איז יעדע "חבורה" געגאנגען בראטן זיין קרבן פסח. מ'האט געבראטן דעם גאנצן קרבן אויף איינמאל: די קאפ, די קערפער די קניען, אויף א שטייענדיגע שפיז.

ביינאכט האבן זיך איינגעזאמעלט יעדע "חבורה", און מ'האט אפגעראכטען א פסח סדר אזוי ווי מיר טוהן היינט. אבער אנשטאט לייגען אויף די קערה "זרוע" - וואס דאס איז נאר א זכר אויף דעם קרבן פסח - האבן זיי געברענגט דעם קרבן פסח אליין און דאס געגעסן מיט געוואלדיגע פרייד און לוסטיגקייט.

דער גאנצער ענין פון מקריב זיין דעם קרבן פסח, איז געווארן שטארק באקאנט פאר נאענט און פאר ווייט, אז אפילו די גוים זענען פון גרויס אינטערעס געקומען קיין ירושלים צוצוקוקען דעם געוואלדיג-הייליגן בילד. דאס האט צוגעברענגט, אז פוהל גוים האבן זיך אנגעהויבן צו דערנעהנטערן צום יודישן פאלק, און זיי האבן זיך מגייר געווען. מיט די צייט איז געווארן א באוועגונג פון הונדערטער גרים. און מיט די אלע הלכה פראבלעמען וואס די גרים האבן צוגעברענגט, האבן זיך באשעפטיגט די צוויי גרויסע תנאים, שמאי און הלל, - וואס האבן געלעבט אין די לעצטע צייט פון דעם צווייטן בית המקדש.

און היינט, ווען מיר זעצן זיך אוועק צום סדר, און מיר טראכטן אריין אין יענע גליקליכע און ליכטיגע טעג, וואס יעדער יוד איז געזעצן אין זיין וויינגארטן מיט זיין פְּרַאכְטִיגֶן הויז, און דער הויז פון באשעפער איז געשטאנען אויף זיין ארט מיט זיין פוהלן גלאנץ און הערליכקייט, רופן מיר אויס פיל מיט בטחון און האפענונג:

לשנה הבאה בירושלים הבנויה!!

פסחדיקע מאכלים

ווען ערב פסח געפאלט שבת

אז ערב פסח געפאלט אום שבת, דארף מען ענדערן פארשיידענע הנהגות:

  • תענית בכורים איז דאנערשטאג י"ב ניסן ווייל מען פאסט נישט שבת. (די ספרדים זענען מבטל תענית בכורים אינגאנצן אין אזא יאר.)
  • מען איז בודק חמץ דאנערשטאג ביינאכט, אור לשלשה עשר (מיט א ברכה).
  • מען פארברענט דאס איבריגע חמץ פרייטאג פארמיטאג (אחוץ וואס מען גייט עסן אויף די שבת'דיגע סעודות). מען זאגט נישט כל חמירא ווייל מען וועט נאך עסן חמץ.
  • מען קאכט נישט קיין חמצדיגע מאכלים אויף שבת הגדול, ווייל מען וועט נישט קענען רייניגן דעם טאפ.
  • די ערשטע צוויי סעודות פון שבת מוז מען וואשן אויף חמץ אזוי ווי א גאנץ יאר (ווייל ערב פסח טאר מען נישט עסן קיין מצה). ביי די סעודות איז כדאי צו ניצן איינמאליגע געשיר און בעשטעק צו פארמיידן פראבלעמען מיט די מאכלים וואס זענען געקאכט אין יומטובדיגע כלים.
  • מען דאווענט שחרית שבת הגדול גאנץ פרי אז מ'זאל האבן צייט צו קאנטשן די צווייטע סעודה פאר א דריטל פונעם טאג.
  • מען ווארפט אוועק די איבערגעבליבענע קרישקעלעך פון חמץ אין דעם בית הכסא; וואו מען האט אן עירוב צו טראגן אינדרויסן קען מען אוועקווארפן דאס איבערגעבליבענע חמץ אין א מיסטקאסטן אויף דער גאס.
  • נאכ'ן סוף זמן אכילת חמץ זאגט מען כל חמירא מבטל זיין דאס חמץ.


חומרות און מנהגי סבא

לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!