פרשת ויקהל

צענטע פרשה פון ספר שמות

פרשת וַיַּקְהֵל איז די צענטע סדרה פון ספר שמות, און די 22'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ה, פסוק א', ביז קאַפּיטל ל"ח, פסוק כ', לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 122 פסוקים און דרייצן פרשיות - זיבן פתוחות און זעקס סתומות.

Arrow r.svg ויקהל Arrow l.svg
פסוקים שמות לה, א - לח, כ
צאל פסוקים 122 (17'טע - אייניג מיט פרשיות ואתחנן, כי תבוא)
צאל ווערטער 1558 (24'סטע - אייניג מיט פרשת וישב)
צאל אותיות 6181 (21'סטע)
אינהאלט איסור מלאכה אום שבת; די בוי-מאטעריאל פונעם משכן, אירע בויערס און די בוי-ארבעט
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (0)  לא תעשה (1)
בית דין זאל נישט הרג'ענען אום שבת
הפטורה
אשכנזים מלכים א' ז, מ–נ
ספרדים און איטאליענער מלכים א' ז, יג–כו
תימנים מלכים א' ז, יג–כב

די פרשה באפאסט זיך הויפטזעכליך איבער דאס בויען פונעם משכן, ווי מען פירט אויס די באפעלן אויסגערעכנט אין פרשת תרומה.

פרשת ויקהל ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ב און כ"ט אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א'). די סדרה געפאלט געווענליך אין איינע פון די "ארבע פרשיות", וואס דאן ליינט מען דעם דעזיגנירטן מפטיר און הפטורה: אין טייל פשוט'ע יארן (הכז און השא יארן) געפאלט עס אום פרשת פרה, און די איבריגע רוב פשוט'ע יארן - פרשת החודש; אין רוב עיבור יארן (אויסער השג און החא יארן) געפאלט עס שבת שקלים. אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער השא יארן) ווערט ויקהל געליינט אינאיינעם מיט פרשת פקודי וועלכע איז א פארזעצונג פון דער שילדערונג איבער בויען דעם משכן[א]. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון ויקהל און פקודי 214 פסוקים.

פרשה אינהאלט

די פרשה הייבט אן מיט א קורצע דערמאנונג צו רוען אום שבת, און דער איסור צו אנצינדן אין איר א פייער[1]. דאן רעכנט די תורה אויס די בוי-מאטעריאלן וואס די אידן האבן בייגעשטייערט, און אז אלע "חכמי לב" זאלן בויען דעם משכן, אירע כלים, דער שמן המשחה און דער קטורת. משה האט - אויפ'ן באפעל פון גאט, געשטעלט בצלאל בן אורי אינאיינעם מיט אהליאב בן אחיסמך, זאלן שטיין אין שפיץ פון די פאכמענישע בוי-ארבעט[2].

דאן ווערט אויסגערעכנט די זאכן וואס מען האט געבויט, אויפן פאלגנדן סדר:

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[3] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
בית דין זאל נישט הרג'ענען אום שבת לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת[4] ניין בית דין

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת פקודי:

באזונדער:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת ויקהל איז אין ספר מלכים א', קאַפּיטל ז', ווי שלמה בויט דעם בית המקדש. די ספרדים, תימנים און איטאליענער הייבן אן ביי פסוק י"ג, די ספרדים און איטאליענער ענדיגן ביי פסוק כ"ו[5], און די תימנים ביי פסוק כ"ב[6]. די אשכנזים ליינען פון פסוקים מ'–נ'. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר מלכים א', קאַפּיטל ח', פסוקים ב'–כ'.

למעשה ליינט מען גאר זעלטן די הפטורה פון ויקהל, בלויז אין די קביעות השג און החא (ארום 10.5% יארן), וויבאלד אין די איבריגע עיבור יארן ווערט ויקהל געליינט אום שבת שקלים, און אין שנים פשוטות אום שבת פרה אדער החודש, וואס דאן ליינט מען די דעזיגנירטע הפטורה פון די ארבע פרשיות.

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת ויקהל", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.

רעפערענצן