פרשת ויקהל
פרשת כִּי וַיַּקְהֵל איז די צענטע סדרה פון ספר שמות, און די 22'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ה, פסוק א', ביז קאַפּיטל ל"ח, פסוק כ', לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 122 פסוקים און דרייצן פרשיות - זיבן פתוחות און זעקס סתומות.
| |||||
פסוקים | שמות לה, א - לח, כ | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 122 (17'טע - אייניג מיט פרשיות ואתחנן, כי תבוא) | ||||
צאל ווערטער | 1558 (24'סטע - אייניג מיט פרשת ויקהל) | ||||
צאל אותיות | 6181 (21'סטע) | ||||
אינהאלט | איסור מלאכה אום שבת; די בוי-מאטריאל פונעם משכן, אירע בויערס און די בוי-ארבעט | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים | מלכים א' ז, מ–נ | ||||
ספרדים און איטאליענער | מלכים א' ז, יג–כו | ||||
תימנים | מלכים א' ז, יג–כב |
די פרשה באפאסט זיך הויפטזעכליך איבער דאס בויען פונעם משכן, ווי מען פירט אויס די באפעלן אויסגערעכנט אין פרשת תרומה.
פרשת ויקהל ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ב און כ"ט אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א'). די סדרה געפאלט געווענליך אין איינע פון די "ארבע פרשיות", וואס דאן ליינט מען די דעזיגנירטע מפטיר און הפטורה: אין טייל פשוט'ע יארן (הכז און השא יארן) געפאלט עס אום פרשת פרה, און די איבריגע רוב פשוט'ע יארן - פרשת החודש; אין רוב עיבור יארן (אויסער השג און החא יארן) געפאלט עס שבת שקלים. אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער השא יארן) ווערט ויקהל געליינט אינאיינעם מיט פרשת פקודי וועלכע איז א פארזעצונג פון די שילדערונג איבער בויען דעם משכן[א].
פרשה אינהאלט
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע |
---|---|---|---|
בית דין זאל נישט הרג'ענען אום שבת | לֹא תְבַעֲרוּ אֵשׁ בְּכֹל מֹשְׁבֹתֵיכֶם בְּיוֹם הַשַּׁבָּת[2] | ניין | בית דין |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען:
אינאיינעם מיט פרשת פקודי:
באזונדער:
- השא יאר - כ"ב אדר
- השג יאר - כ"ב אדר א'
- החא יאר - כ"ד אדר א'
- גכז יאר און בשז יאר - כ"ה אדר א'
- בחה יאר און זשה יאר - כ"ז אדר א'
- זחג יאר - כ"ט אדר א'
הפטורה
די הפטורה פון פרשת משפטים איז אין ספר מלכים א', קאַפּיטל ז', ווי שלמה בויט דעם בית המקדש. די ספרדים, תימנים און איטאליענער הייבן אן ביי פסוק י"ג, די ספרדים און איטאליענער ענדיגן ביי פסוק כ"ו[3], און די תימנים ביי פסוק כ"ב[4]. די אשכנזים ליינען פון פסוקים מ'–נ'. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר מלכים א', קאַפּיטל ח', פסוקים ב'–כ'.
למעשה ליינט מען גאר זעלטן די הפטורה פון ויקהל (ארום 10.5% יארן, אין די קביעות השג און החא), וויבאלד אין די איבריגע עיבור יארן ווערט ויקהל געליינט אום שבת שקלים, און אין שנים פשוטות אום שבת פרה אדער החודש וואס דאן ליינט מען די דעזיגניטע הפטורה פון די ארבע פרשיות.
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת ויקהל, אויף שיתופתא
- פרשת ויקהל, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת ויקהל - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת ויקהל, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת ויקהל", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת ויקהל אויף קול הלשון
- פרשת ויקהל, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת ויקהל, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת ויקהל, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת ויקהל, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת ויקהל", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת ויקהל אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די צווישן 51 און 55 שבתים אין יאר אין וועלכע מען ליינט די פרשה (ימים טובים אויסגעשלאסן).
רעפערענצן
- ↑ ספר החינוך, מצוה קי"ד.
- ↑ לה, ג, ווי אויסגעשמועסט אין יבמות ו, ב.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.