פרשת כי תשא

נייטנטע פרשה פון ספר שמות
ווערסיע פון 23:54, 11 פעברואר 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט שאפונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פרשת כִּי תִשָּׂא איז די ניינטע סדרה פון ספר שמות, און די 21'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל', פסוק י"א, ביז קאַפּיטל ל"ד, פסוק ל"ה, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 139 פסוקים און פערצן פרשיות - צען פתוחות און פיר סתומות.

Arrow r.svg כי תשא Arrow l.svg
פסוקים שמות ל, יא - לד, לה
צאל פסוקים 139 (10'טע)
צאל ווערטער 2002 (5'טע)
צאל אותיות 7424 (8'טע)
אינהאלט לעצטע שילדערונג פון די מצוות אין משכן, חטא העגל, צווייטע לוחות הברית
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (4)  לא תעשה (5)
מחצית השקל, קידוש ידים ורגלים, זאלבן דעם כהן גדול מיט שמן המשחה, אפשטעלן פעלד-ארבעט אום שמיטה שמירן די שמן המשחה אויף א זר, נאכמאכן די שמן המשחה פאר פריוואטע באניץ, נאכמאכן די קטורת פאר פריוואטע באניץ, הנאה פון תקרובת עבודה זרה, עסן בשר בחלב
הפטורה
אשכנזים מלכים א' יח, א–לט
ספרדים, איטאליענער, פראנקפורט ד'מיין און פאזנע מלכים א' יח, כ–לט
תימנים מלכים א' יח, א–מה

די פרשה הייבט זיך אן מיט די דינים פון מחצית השקל, און נאך דינים פונעם משכן. דאן ווערט געשילדערט די חטא העגל און אירע נאכפאלגן.

פרשת כי תשא ווערט געליינט צווישן די דאטומען ט"ו און כ"ב אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א'). אין רוב קהילות צעטיילט מען די עליות פון די פרשה אזוי אז די קריאה פון די חטא העגל זאל אויסקומען פאר די עליה פון לוי[1], וויבאלד שבט לוי האט זיך נישט באטייליגט אינעם חטא, אבער אין די ראשונים ווערט די מנהג נישט דערמאנט, און טייל קהילות - ווי קהילת פראקפרוט דמיין, האט מען יא צעטיילט די פרשה פראפארציאנאל[2]. אין רוב פשוט'ע יארן (אויסער אין הכז און השא יארן) געפאלט די סדרה אין די די דריטע פון די "ארבע פרשיות" - פרשת פרה, וואס דאן ליינט מען די דעזיגנירטע מפטיר און הפטורה.

ביי טייל ספרדים איז געווען איינגעפירט אין טייל עיבור יארן (השג און החא יארן) צו צעטיילן כי תשא אויף צוויי - "כי תשא" און "ויפן" (לב, טו)[א], און אזוי האבן זיך געפירט טייל ליביער קהילות ביז שפעטערע יארן[11].

פרשה אינהאלט

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[12] זענען פארהאן ניין מצוות אין דער פרשה:

די מצוות מקור די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן די וואס זענען באפוילן
מחצית השקל זֶה יִתְּנוּ כָּל הָעֹבֵר עַל הַפְּקֻדִים מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל (ל, יג) ניין[13] מענער
קידוש ידים ורגלים וְרָחֲצוּ אַהֲרֹן וּבָנָיו מִמֶּנּוּ אֶת יְדֵיהֶם וְאֶת רַגְלֵיהֶם, בְּבֹאָם אֶל אֹהֶל מוֹעֵד וגו' אוֹ בְגִשְׁתָּם אֶל הַמִּזְבֵּחַ וגו' (ל, יט–כ) ניין כהנים-מענער
מאכן - און זאלבן דעם כהן גדול מיט שמן המשחה וְעָשִׂיתָ אֹתוֹ שֶׁמֶן מִשְׁחַת קֹדֶשׁ וגו' (ל, כה–ל) ניין משה
נישט שמירן די שמן השמחה פאר א זר עַל בְּשַׂר אָדָם לֹא יִיסָךְ (ל, לב) ניין יעדער
נישט נאכמאכן די שמן המשחה וּבְמַתְכֻּנְתּוֹ לֹא תַעֲשׂוּ (ל, לב) ניין יעדער
נישט נאכמאכן די קטורת בְּמַתְכֻּנְתָּהּ לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם (ל, לז) ניין יעדער
נישט עסן און טרינקען פון תקרובת עבודה זרה הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן תִּכְרֹת בְּרִית לְיוֹשֵׁב הָאָרֶץ וגו' וְקָרָא לְךָ וְאָכַלְתָּ מִזִּבְחוֹ (לד, יב–טו) יא יעדער
שמיטת קרקעות בֶּחָרִישׁ וּבַקָּצִיר תִּשְׁבֹּת (לד, כא) יא יעדער
נישט עסן בשר בחלב לֹא תְבַשֵּׁל גְּדִי בַּחֲלֵב אִמּוֹ (לד, כו) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת כי תשא איז איבער די געשיכטע מיט אליהו הנביא און די נביאי הבעל ווי אליהו מוסר'ט די אידן פאר דינען עבודה זרה, אין ספר מלכים א', קאַפּיטל י"ח. רוב אשכנזים און תימנים ליינען פון קאַפּיטל י"ח, פסוק א'; די אשכנזים ענדיגן ביי קאַפּיטל י"ח, פסוקים א'–ל"ט, און די תימנים ביי קאַפּיטל י"ח, פסוקים א'–מ"ה. די ספרדים, איטאליענער, און קהילות פראנקפורט ד'מיין און פאזנע ליינען ספר מלכים א', קאַפּיטל י"ח, פסוקים כ'–ל"ט. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל מ"ג, פסוק ז' - קאַפּיטל מ"ד, פסוק ב'.

עס קומט אויס צו ליינען די הפטורה פון כי תשא אין עיבור יארן, און הכז און השא יארן אין שטעט וואס זענען נישט מוקפות חומה מימות יהושע בן נון. אין אנדערע פשוט'ע יארן געפאלט כי תשא אום פרשת פרה, וואס דאן ליינט מען די דעזיגנירטע מפטיר און הפטורה. אין השא יארן געפאלט כי תשא אום שושן פורים, און שטעט וואס זענען מוקפות חומה ליינען די הפטורה פון פורים.

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת כי תשא", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. דער מנהג ווערט געברענגט דורך די ראשונים אין די ספרדי'שע פלעצער, לויט'ן כלל פון "סגיר ופסח" - אז פרשת "מצורע" ("סגיר" אויף אראמיש) ווערט געליינט דער שבת פאר "פסח", און אין יארן וואס ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג (השג און החא יארן), פעלט אויס נאך א קריאה בעפאר פסח אז מצורע זאל געפאלן אין איינקלאנג מיט'ן כלל. דער ראב"ח שרייבט דעם מנהג אין ספר העבור[3], און שלאגט פאר צו צעטיילן וירא, משפטים (ווי די טוניזיער קהלות פירן זיך), אדער כי תשא. אויך אין ספר האשכול ווערט דערמאנט אז טייל נעמען אן דעם כלל פון סגיר ופסח[4]. דער מאירי שרייבט דער מנהג צו צעטיילן כי תשא[5], אבער שרייבט אז טייל האבן צעטיילט אנדערע פרשיות, כדי נישט צו צעטיילן די פרשה פונעם עגל אין צוויי קריאות. אין ארחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל ברענגט ער די מנהגים צו צעטיילן משפטים אדער כי תשא, (און שרייבט אז טייל צעטיילן פון "ראה אתה" (לג, יב))[6], און אויך דער אבודרהם ברענגט ביידע[7]. דער ספר החינוך צעטיילט די מצוות אין משפטים פאר צוויי פרשיות.
    אין מחזור ויטרי[8] און נאך פיל ראשונים איז אבער דער כלל "פקיד ופסח", אז מען ליינט פרשת צו (פקיד) אום שבת הגדול, גילטיג סיי אין א פשוט יאר און סיי אין אן עיבור יאר. עס ווערט אבער אויך געברענגט אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[9] פאר אן עיבור יאר איז "סגיר ופסח" (מצורע), און פאר השג און החא יארן - "פטיר ופסח" (אדער "אוחר ופסח") - פרשת אחרי, און דער מנהג ווערט גע'פסק'נט אין טור און אין שלחן ערוך[10].

רעפערענצן

  1. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף קטן ח'.
  2. זעט אין תקון קוראים - שמות פון קהל עדת ישורון (ניו יארק); מנהגי בית הכנסת לבני אשכנז, תשפ"ד, מכון מורשת אשכנז, עמ' 42.
  3. ספר העבור, לוח תיקון הסדרים הנקראים בשבתות בכל שנה.
  4. ספר האשכול, אלבעק, דף ס"ה ע"א.
  5. קרית ספר חלק א', עמ' פג-פד, און געבט אן א סימן "העו"ף": ווען ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג "ה", אין א "ע"בור יאר - דאן, "ו"יפן "פ"רוש, צעטיילט מען ויפן.
  6. הל' קריאת ספר תורה סי' ס"ג.
  7. סדר הפשריות וההפטרות - פ"ב, און לייגט צו א סימן "הָעֵגֶל אֲשֶׁר כָּרְתוּ לִשְׁנַיִם" (ירמיהו לד, יח), אז מען צעטייל די פרשה פון די עגל אין צוויי.
  8. סימן רנ"ו.
  9. אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
  10. טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ד'.
  11. זעט רחמים שר שלום, ‏"פרשת השבוע - ממנהגים שונים למנהג אחיד", אויף "דעת".
  12. ספר החינוך, מצוות קהקיג.
  13. מען פירט זיך היינט צו געבן א זכר צום מחצית השקל בעפאר פורים. רמ"א שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ד, סעיף א'.


* תשא קאַטעגאָריע:אדר

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער