פרשת יתרו
פרשת יִתְרוֹ איז די פינפטע סדרה פון ספר שמות, און די זיבעצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ח, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ', פסוק כ"ב, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 75 פסוקים[א] און פערצן פרשיות - פיר פתוחות און צען סתומות.
| |||||
פסוקים | שמות יח, א - כ, כב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 75 (47'סטע) | ||||
צאל ווערטער | 1105 (46'סטע) | ||||
צאל אותיות | 4022 (46'טע) | ||||
אינהאלט | יתרו און ציפורה שליסן זיך אן מיט כלל ישראל, שלושת ימי הגבלה, מעמד הר סיני | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און איטאליענער | ישעיהו ו, א - ז, ו, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו | ||||
ספרדים, חב"ד און פאזנע | ישעיהו ו, א–יג | ||||
תימנים | ישעיהו ו, א–יג, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו |
אין די פרשה ווערט געשילדערט דאס קומען פון יתרו צו כלל ישראל; און דאן די הכנות צו - און די מעמד קבלת התורה.
פרשת יתרו ווערט געליינט צווישן י"ז און כ"ד שבט. די פרשה פון קבלת התורה ווערט געליינט די ערשטע טאג שבועות.
אינהאלט
יתרו'ס אנקום
נאך וואס יתרו - משה'ס שווער, האט געהערט איבער די נסים וואס גאט האט געטון צו די אידן, איז ער געקומען אינאיינעם מיט משה'ס ווייב ציפורה, און זייערע צוויי זין, גרשום און אליעזר, צום רו-ארט פון די אידן אין מדבר. משה איז ארויס אים אנטפאנגען, און אים דערציילט אלעס וואס נסים וואס גאט האט מיט זיי געטון, אויף וועלכע יתרו רעאגירט מיט לויב ווערטער און קרבנות צו גאט, און געמאכט א סעודה.צומארגנס האט יתרו צוגעזען די שווערע ארבעט פון משה זיך אפצוגעבן מיט'ן פאלק, און פארגעשלאגן ער זאל אפיזוכן פאסיגע קאנדידאטן וועלכע זאלן זיין געשטעלט אין א היערארכיע איבער א באשטימטע צאל מענטשן, "שָׂרֵי אֲלָפִים, שָׂרֵי מֵאוֹת, שָׂרֵי חֲמִשִּׁים וְשָׂרֵי עֲשָׂרֹת," און נאר די גרעסערע זאכן זאלן אנקומען צו אים און ער וועט אנפרעגן דערוועגן דעם אויבערשטן, און משה האט טאקע געטון ווי זיין שווער'ס עצה[2].
מעמד הר סיני
די אידן האבן זיך געצויגן פון רפידים קיין מדבר סיני, און זיך באזעצט צופיסנס פון בארג סיני, וואו משה איז ארויף צו גאט, וועלכע האט אים באפוילן צו איבערגעבן פאר די אידן, אז אויב וועט מען איינהאלטן זיינע געבאטן וועלן זיי זיין די אפגעהיטענע, אויסגעוועלטע, הייליג פאלק. משה האט דאס איבערגעגעבן פאר די זקנים, און דאס פאלק האט אינאיינעם גענטפערט דערויף: כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה. גאט האט באפוילן משה צו הייליגן דאס פאלק, פאר דריי טעג, און זיין גרייט אויפ'ן דריטן טאג ווען ער וועט זיך באווייזן אויפ'ן בארג סיני, און זאל אנזאגן די אידן זיך נישט צו דערנענטערן צום בארג.
צום פרימארגן פון דריטן טאג וַיְהִי קֹלֹת וּבְרָקִים וְעָנָן כָּבֵד עַל הָהָר וְקֹל שֹׁפָר חָזָק מְאֹד וַיֶּחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַּחֲנֶה. משה האט ארויסגעטראגן דאס פאלק צו גאט, און זיי האבן זיך געשטעלט ביים בארג, וְהַר סִינַי עָשַׁן כֻּלּוֹ מִפְּנֵי אֲשֶׁר יָרַד עָלָיו ה' בָּאֵשׁ, און דאס פאלק איז דערציטערט געווארן. דער קול פונעם שופר איז געווארן אלץ שטערקער, ווען מֹשֶׁה יְדַבֵּר וְהָאֱלֹקִים יַעֲנֶנּוּ בְקוֹל[3].
דאן האט גאט געגעבן די עשרת הדברות, און די אידן וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן דאס הערן די רייד פון גאט אליין, האבן געבעטן משה ער זאל רעדן פאר זיי. דאן ווערן אויסגערעכנט עטליכע דינים איבער בויען דעם מזבח[4].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[5] איז פארהאן זיבעצן מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
אמונת השם | אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וגו' (כ, ב) | יא | יעדער |
נישט גלייבן אין עפעס אויסער גאט | לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹקִים אֲחֵרִים עַל פָּנָי (כ, ב) | יא | יעדער |
נישט מאכן אן אפגאט | לֹא תַעֲשֶׂה לְךָ פֶסֶל וְכָל תְּמוּנָה (כ, ג) | יא | יעדער |
זיך נישט ביקן צו עבודה זרה | לֹא תִשְׁתַּחְוֶה לָהֶם וְלֹא תָעָבְדֵם (כ, ד) | יא | יעדער |
נישט טון געצנדינערישע ריטואלן | וְלֹא תָעָבְדֵם (כ, ד) | יא | יעדער |
נישט שווערן פאלש אדער אומזינסט | לֹא תִשָּׂא אֶת שֵׁם ה' אֱלֹקֶיךָ לַשָּׁוְא (כ, ד–ו) | יא | יעדער |
הייליגן דעם שבת מיט רייד | זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ (כ, ז) | יא | יעדער |
נישט טון קיין מלאכות אום שבת | לֹא תַעֲשֶׂה כָל מְלָאכָה (כ, ט) | יא | יעדער |
כיבוד אב ואם | כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ (כ, יא) | יא | יעדער |
לא תרצח | לֹא תִּֿרְצָח (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תנאף | לֹא תִּֿנְאָף (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תגנוב | לֹא תִּֿגְנֹב (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תענה ברעך עד שקר | לֹא תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָׁקֶר (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תחמוד | לֹא תַחְמֹד בֵּית רֵעֶךָ וגו' (כ, יג) | יא | יעדער |
נישט מאכן א צורה פון א מענטש | לֹא תַעֲשׂוּן אִתִּי וגו' (כ, יט) | יא | יעדער |
נישט בויען דעם מזבח מיט אבני גזית | לֹא תִבְנֶה אֶתְהֶן גָּזִית (כ, כא) | ניין | די בויערס פון משכן און בית המקדש |
נישט ארויפגיין דעם מזבח מיט טרעפ | וְלֹא תַעֲלֶה בְמַעֲלֹת עַל מִזְבְּחִי אֲשֶׁר לֹא תִגָּלֶה עֶרְוָתְךָ עָלָיו (כ, כב) | ניין | די בויערס פון משכן און בית המקדש |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די אשכנזים און איטאליענער ליינען פון קאַפּיטל ו', פסוק א' ביז קאַפּיטל ז', פסוק ו', און לייגן צו קאַפּיטל ט', פסוקים ה'–ו'. די ספרדים, תימנים, קהלות חב"ד און פאזנע ליינען קאַפּיטל ו', פסוקים א'–י"ג, און די תימנים לייגן אויך צו ט, ה–ו ווי די אשכנזים.
אין די הפטורה ווערט געשילדערט די אנטפלעקונג פונעם אויבערשטן צו ישעיהו, ווי ער ווערט געהייליגט אלס נביא.
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ישעיהו לג, יג - לד, י.
מנהגים
ביים ליינען די קבלת התורה איז דער מנהג ביי אשכנזים און א קליינע טייל ספרדים אז דער קהל שטייט[6], כאטש וואס אין תשובות הרמב"ם[7] שטייט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן[ב]. אין טייל מזרח-אייראפע'אישע קהילות האט מען זיך געפירט צו זאגן יוצרות די פיוט "מאורה" פון רבי יהודה הלוי, וואס הייבט זיך אן "אמרות הקל טהורות"[13].
צו ליינען מער
- הרב שלמה טולידאנו, דברי שלום ואמת - ח"א, מאמר ה'
- עמידה בעשרת הדיברות, אויף אוצר החכמה פארום
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת יתרו, אויף שיתופתא
- פרשת יתרו, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת יתרו - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת יתרו, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת יתרו", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת יתרו אויף קול הלשון
- פרשת יתרו, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת יתרו, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת יתרו, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת יתרו, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת יתרו", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת יתרו אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ דאס איז די צאל פסוקים לויט אונזער נוסח מיט'ן טעם התחתון וועלכע ווערט געליינט ביחיד, וואו די עשרת הדברות באטרעפט דרייצן פסוקים. אין די חומשים איז געצייכנט די צאל און די סימן אלס 72, וועלכע איז לויט'ן טעם העליון, מיט'ן נוסח אז יעדע דיבור פון די עשרת הדברות איז א באזונדערע פסוק. אונז ליינען אבער היינט בציבור די טעם העליון לויט'ן נוסח אז אנכי און לא יהיה זענען איין פסוק[1].
- ↑ אלס חשש פון "תרעומת המינין", באזירט אויפ'ן גמרא ברכות יב, א - אז מען וועט זאגן אז נאר דאס איז דער ריכטיגער תורה, און אזוי פסק'נט להלכה רבי עובדיה יוסף[8], וואס שרייבט אז די אחרונים וואס זענען מתיר האבן פארזען דעם תשובת הרמב"ם.
די ספרים ברענגען פארשידענע טעמים צום מנהג, און פארוואס עס איז נישטא קיין חשש פון מינים: רבי שמואל אבוהב[9] שרייבט אז דאס איז אלס כבוד פון קבלת פני השכינה, ווי מיר אלע זענען געשטאנען ביים בארג סיני ביי קבלת התורה "ויתיצבו בתחתית ההר", און וויבאלד די סיבה איז באקאנט איז נישטא דערביי א פראבלעם. רבי יהודה עייאש[10] פסק'נט אז די חשש איז נאר ביים צולייגן שטיקלעך דאווענען, אבער סיי וועלכע מנהגים ביי פרשיות, ארויסצוברענגען די ספעציעלקייט פון די קריאה וואס מ'ליינט סייווי, איז נישטא די חשש. ענליך צו די אויבנדערמאנטע שרייבט דער חיד"א, און פירט אויס אז אין פלעצער וואו מען פירט זיך צו שטיין טאר א יחיד נישט בלייבן זיצן[11]. רבי משה פיינשטיין שרייבט אז וויבאלד די גאנצע זאך איז נאר א חשש, לייגן מיר נישט צו נאך זאכן וואס ווערן נישט געברענגט, ספעציעל אז מיר שטייען אויך ביי די קריאה פון שירת הים, איז פארשטענדליך אז דאס שטיין האט אן אנדערע סיבה[12].
רעפערענצן
- ↑ זעט הכתב והקבלה, הערה ב׳ (סוף ספר דברים), די פארשידענע נוסחאות אין די עשרת הדברות.
- ↑ קאַפּיטל י"ח.
- ↑ קאַפּיטל י"ט.
- ↑ קאַפּיטל כ'.
- ↑ ספר החינוך, מצוות כה–מא.
- ↑ קצות השלחן - חלק ג, סימן פ"ד סקכ"ב.
- ↑ תשובות הרמב"ם חלק ב, סימן רס"ג, יהושע בלאו, חברה מקיצי נרדמים, תש"כ, עמ' 495
- ↑ שו"ת יחוה דעת, חלק א', סימן כט.
- ↑ דבר שמואל, שאלה רעו.
- ↑ מטה יהודה - חלק א, סימן א סק"ו.
- ↑ טוב עין, סימן יא.
- ↑ אגרות משה - חלק ו, או"ח ד', סי' כב.
- ↑ זעליגמאן באער, סדר עבודת ישראל, מנהג פולין, רעדעלהיים, תרכ"ח, עמ' 645; ברכות קריאת שמע לשבת יתרו אויף וויקיטעקסט.