רוי:סקווירא (חסידות)

ווערסיע פון 11:10, 19 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שמואל צבי הורוויץ" ב־"[[רבי שמואל צבי הורוויץ")
טעקע:Skver.JPG
דער סקווערער רבי שליט"א פון לינקס מיטן מאכניווקער רבי זצ"ל פון רעכטס

סקווירא, אוקריינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דארט האט געוואוינט רבי יצחק טווערסקי זצ"ל דער ערשטער סקווערער רבי פונעם סקווערער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. היינט איז דאס חסידות הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק.

סקווערער חסידות

סקווערער חסידים זענען ממשיכים פון דעם ריינעם דרך החסידות פון אמאל, לייגנדיג א דגש אויף התקשרות צו צדיקים, אהבת ישראל, מיט א אויטענטישן חסיד'ישן שטייגער. סקווערער חסידים זענען באקאנט פאר זייער איבערגעגעבנקייט צו זייער רבי און זיין פאמיליע. זיי ווייזן אן עקסטערן ענטוזיאסטישקייט פאר זייער רבינ'ס טישן, וועלכע ווערן געפירט בציבור אלע דריי סעודות יעדן שבת אן אויסנאם, און אויף פילע יומא דפגרא'ס.

סקווירא האט פילע אייגנארטיגע מנהגים, וואס פארנעמען א פודאמענטאלן ארט אינעם לעבנסגאנג פון א סקווערער חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם שטעטל, ווי די בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.

סקווערער חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייטן און ראש חודש סעודות, אין צענדליגע ספעציעל געגרונדעטע חסידישע חבורות (גרופעס) מיט ראשי חבורות - וואס דער רבי האט איינגעשטעלט, וואו מען דערציילט צווישן זיך סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און וואו מ'לערנט פונעם ספר "מאור עינים", וואס איז פארפאסט געווארן דורך דעם גרינדער פון דעם טשערנאבילער גזע - ר' מנחם נחום מטשערנאביל זצוק"ל.

סקווערע שטיבלעך איבער'ן וועלט

א חוץ דעם סקווערער שטעטל און אירע מוסדות, זענען דא אסאך סקווערע שטיבלעך און מוסדות תורה וחסד איבעראל - אין אמעריקע און איבער'ן וועלט.

- אין מאנסי און ספרינג וואלי; אויף ראמען, מיט'ן דומ"ץ ר' יעקב יוסף גאלדמאן. אויף פרענסיס, מיט'ן דומ"ץ ר' יחזקאל שרגא שווארץ. אויף בעיטס, מיט'ן דומ"ץ ר' אברהם יצחק לונגער. אויף פעיקאן און אויף בלאוועלט, מיט'ן דומ"ץ ר' דוד משה רייכמאן.

- אין ברוקלין; אויף בעדפארד און אויף ספענסער, מיט'ן דומ"ץ ר' יצחק שמעון וואזנער. אין בארא פארק, אויף זיבעצן עוועניו, מיט'ן דומ"ץ ר' מיכל שטיינמעטץ, אויף פערצן עוועניו, מיט'ן דומ"ץ ר' בערל איינהארן, אויף 44'סטע גאס ר' שמואל יוסף פריעזעל, און אויפ'ן צענטע גאס מיט'ן דומ"ץ ר' יושע וואלף פריעזעל. אין סטעטן איילאנד, מיט'ן דומ"ץ ר' יחיאל כהן. און נאך א שטיבל אין קראוינהייטס.

- אין לעיקוואוד און אין דזשעקסאן, מיט'ן דומ"ץ ר' אברהם שפיטצער. אין קאנאדע-מאנטריאל, דארט איז דער סקווערער ראב"ד - ר' יוחנן וואזנער דער אפציעלער דומ"ץ פונעם שטיבל.

- אין אייראפע; אין לאנדאן איז דער דומ"ץ ר' יחזקאל שרגא פריעזעל, אין מאנטשעסטער דער דומ"ץ ר' דוב גרינבוים, אין אנטווערפן דער דומ"ץ ר' יעקב יוסף ברייער. און אין סקווירא-אוקריינא, דער אלטער הויף וואס איז פריש געווארן רענארווירט.

- אין ארץ ישראל; אין ירושלים איז דער דומ"ץ ר' אהרן גאלדמינצער, אין בני ברק דער דומ"ץ ר' יעקב אייזנבערגער, אין בית שמש איז דומ"ץ ר' הערשל איינהארן, אויך אין ביתר און אין צפת דער טשערנאביליר קלויז, וואס געהערט פאר'ן סקווערער רבי'ן.

אין תש"ס האבן די סקווערער חסידים אין ירושלים אויפגעשטעלט א חדר "ת"ת תולדות יעקב יוסף" וואס האט היינט 250 יונגלעך,[1] און א ישיבה קטנה פאר 50 בחורים.[2]

היסטאריע

ר' איציקל סקווערער

  רבי יצחק טווערסקי

דער ערשטער סקווערער רבי, איציקל סקווערער זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דעם טשערנאבילער מגיד רבי מאטעלע זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה—אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער אוקראינע. ערשט נאך דער פטירה פון זיין צווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם רוזשינער זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטער פרוי, חנה סימא, די טאכטער פון הערשעלע סקווירער, האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.

ר' איציקל'ס שווער ר' הערשעלע, אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטיעווער, איז געווען א זון פון ר' אהרעלע טיטובער וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פונעם הייליגן בעש"ט, און דורך אים האבן די סקווערער רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלס די נאטסטע אייניקלעך פונ'ם בעש"ט. ווארשיינליך אלס די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר דער חתונה איז ר' איציקל געגאנגען צום ציון פון בעש"ט אין מעזשביזש און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלט, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין די דורות פון בעל שם טוב'ס אייניקלעך

ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זין. פון זיין ערשטן רעביצין, די טאכטער פון ר' דן מראדוויל, האט ער געהאט צוויי זון, ר' אברהם יהושע העשיל און ר' נחום. פון דעם צווייטן רעביצין האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון דעם דריטן רעביצין האט ער געהאט צוויי זין, ר' ישראל, און ר' דוד'ל סקווערער.

מאכניווקא, א צווייג פון סקווירא

  מאכניווקא (חסידות)

נאך דער פטירה פון זייער פאטער ר' איציקל האבן די ברידער געפירט צוזאמען אין דער שטאט סקווירא. ר' אברהם יהושע העשיל האט זיך שפעטער געצויגן קיין מאכניווקא ווי ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף. נאך זיין פטירה האט איבערגענומען זיין זון ר' יוסף מאיר'ל מאכניווקער.

ר' יוסף מאיר'ל האט געהאט פיר טעכטער אבער זיינע זין זענען געשטארבן יונגערהייט. ווען א טאכטער איז געווארן א כלה ביי הר"ר דוד פון סקווירא, האט ר' דוד געזאגט צו אים אזוי: מיין אנדער מחותן, הר"ר יעקב לייב פון טריסק, האט אויך נישט געהאט קיין זין ביז ער איז געווארן מיין מחותן. אויך דיר גיב איך מיין ברכה אז דו זאלסט זוכה זיין צו א בן זכר.

כ"ד אדר ה'תרנ"ה איז זיין ברכה מקויים געווארן מיט געבורט פון א זון צו ר' יוסף מאיר. ער האט אים א נאמען געגעבן אברהם יהושע העשיל.

הר"ר אברהם יהושע העשיל איז געווען דער לעצטער רבי אין מאכניווקא, באקאנט פאר זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. ער האט פארציילט אויף זיך אז זייענדיג פארשיקט קיין סיביר האט ער אפילו דאס שלאפן אין סוכה נישט אויפגעגעבן טראץ דעם וואס די קעלט זענען געווען אזוי שטארק אז ווען מען האט קידוש געמאכט אין דער סוכה איז די וויין אין בעכער פארפרוירן געווארן איידער מען האט געענדיגט קידוש צו מאכן.

שפעטער, ווען די רוסן האבן אים ארויסגעלאזט, איז ר' אברהם יהושע העשיל געקומען וואוינען אין ארץ ישראל און אויסגעלעבט זיינע יארן אין בני ברק, וואו ער איז נסתלק געווארן יום כפור ה'תשמ"ח.

ר' דוד'ל סקווערער

  דוד טווערסקי (א)

דער פערטער זון פון ר' איציקל איז געווען ר' דוד'ל סקווערער. ער איז געווען באקאנט ביי חסידים פאר'ן זיין אן אויסערגעווענליכער שתקן. ער האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, "מען שווייגט און מען שווייגט, דערנאך רוהט מען זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווייטער."

ער איז געווען באקאנט מיט זיין פרישות און איבערמענטשליכע סיגופים, און זיין מסירות נפש פאר טבילה אין מקוה. ער האט געהאט אסאך זון, צוויי פון זיין ערשטער רעבעצין ר' מרדכי און ר' משה—און נאך פון זיין צווייטער רעבעצין, צפורה, דער טאכטער פון ר' אליקים געץ אוסטראה'ר. עטליכע פון זיי זענען ר' איציקל קעשענאווער, ר' רבי יעקב יוסף טווערסקי—דער גרינדער פון ניו סקווער, ר' נחום, ר' שלמה, ר' פנחס, און נאך. אפאר זענען אומגעקומען דורך די דייטשן אין די שואה.

ביים אנהייב פון דער באלשעוויקער רעוואלוציע, בערך ארום 1914, האט זיך ר' דוד'ל אריבערגעצויגן קיין קיעוו צוליב די אומרואיגע אומשטענדן אין די קלענערע שטעט און דערפלעך פון אוקריינא און וואלין. אין יאר תר"פ איז ר' דוד וועלכע איז געווען שטארק גערירט פונעם שרעקליכע אומשטענדן, און איז פלוצים קראנק געווארן, און איז נסתלק געווארן יענעם יאר און איז געברענגט געווארן לקבורה אינעם אלטן קיעווער ביה"ח, און שפעטערע יארן האט מען עהם מפנה געווען צום נייעם בית עולם אין קיעוו בערקאווצע.

סקווער-בארא פארק

דער עלטסטער זון פון רבי דוד'ל איז געווען רבי מרדכי, וואס זיין זון רבי יצחק, האט אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן אין תרפ"ג. צוערשט האט ער עוסק געווען אין מסחר, אבער שפעטער האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע, און ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין בארא פארק, א דיסטריקט אין ברוקלין, ניו יארק, וואו זיין זון רבי דוד האט ווייטער געפירט, און נאך זיין פטירה האט איבערגענומען זיין זון רבי יחיאל מיכל (איידעם פון רבי מנחם נחום בן רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא. אויך איז פארהאנען פון דעם גזע דערחצר פון סקווירא-פלעטבוש, א קאזינע מיטן היינטיגער רבי פון סקווירא-ב"פ.

פאלטיטשאן

דער פערטער זון פון רבי דוד'ל איז געווען רבי שלמה, וואס איז צוריק געגאנגען קיין סקווירא אין תר"פ נאך דער פטירה פון זיין טאטן, און ער האט געפירט א רבי'סטיווע פאר א יאר. ער איז נפטר געווארן אין יאר תרפ"א, אין ער איז באערדיגט אין קיעוו לעבן זיין טאטן. זיין זון רבי אלעזר איז געווען דער גרינדער פון דעם "פאלטיטשאנער" חסידות. היינט איז זיין אייניקל, הרב מרדכי שטיין פאלטיטשאנער רבי.

דער פריערדיגער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי

דורך דעם פריערדיגן סקווערער רבין, ר' יעקב יוסף, איז דאס חסידות געווארן איבערגעפלאנצט און רעכטפארטיג אויפגעבויט אין אמעריקע נאך דעם צווייטן וועלט קריג. די גרינדונג פון שיכון סקווירא איז אין זיין צייט פארעכנט געווארן אלס אן אומפארגלייכבארער אויפטו אין דער היסטאריע פון חסידישע הויפן, און יודנטום בכלל, און פיל אנדערע זענען פון דעם אינספירירט געווארן דאס נאכצוטון, אריינגערעכנט דאס סאטמארער שטעטל קרית יואל, געגרינדעט דורך ר' רבי יואל טייטלבוים אין מאנרא, ניו יארק, און דער קלויזענבורגער רב אין נתניא ארץ הקודש.

דאס אויפבוי פון שיכון סקווירא

  שיכון סקווירא

דער היינטיגער רבי, ר' דוד טווערסקי

  דוד טווערסקי

דער היינטיגער רבי איז רבי דוד טווערסקי, א זון פון רבי יעקב יוסף טווערסקי.

דער סקווערער ראב"ד איז רבי יוחנן וואזנער, פון מאנטריאל.

הרב דוד טווערסקי האט אוועקגעשטעלט א צענטראלע קאסע, מיטן נאמען שקל הקודש, וואס ווערט אנגעפירט אונטער זיין פערזענליכער אויפפאסונג, וואס איז די הויפט שפייזער פאר אלע סקווערער מוסדות, אין שטעטל און איבער דער וועלט.

באציאונגען צווישן סקווירא מיט אנדערע חסידות'ן און קהילות

אין אלגעמיין איז סקווירא אייביג געווען זייער בשלום מיט אלע קהילות ישראל וחסידות.

סקווערער מנהגים

א טייל פון די סקווערער מנהגים זענען שוין פון פריער אבער זיי ווערן היינט פארעכענט אלס סקווערער מנהגים.

די מנהגים פון דעם בעל מאור עינים

דריי מנהגים זענען מקובל אין טשערנאביל איש מפי איש פון דעם בעל מאור עינים, וועלכער, חסידים דערציילן, האט דאס מקבל געווען פון אליהו הנביא:

  • אויסזאגן גאנץ תהלים אן קיין הפסק שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען;
  • אויסזאגן גאנץ הלל ערב פסח ביים מצות באקן מיט א ברכה מיט שם ומלכות;
  • מאכן צוויי שי"נ'ס מיט'ן קשר פון די תפילין אויפ'ן קיבורת (אויבערשטער חלק פון ארעם).

מנהגים ביים דאווענען

  • זאגן "ויקרב קֵץ משיחֵה" ביי קדיש: דער נוסח איז מקובל פון דעם טשערנאבילער מגיד, און ווערט אויך געברענגט אין אבודרהם.
  • זאגן "ברוך יאמרו" ביי קדושת נקדישך, און "משבחים ואומרים" ביי קדושת כתר: אויך דאס איז מקובל פון דעם טשערנאבילער מגיד; אין סידור דעת קדושים פון בוטשאטשער רב ווערט געברענגט אויף דעם א טעם.
  • נישט זאגן תחנון ג' כסלו: ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא האט געזאגט אמאל פאר זיין פאטער ר' איציקל אז ער האט געזען אין אן אלטן ספר נישט צו זאגן תחנון ג' כסלו. האט זיין פאטער געזאגט, "אה, מיין אברהם יהושע העשיל מאכט זיך א יום טוב. נו, זאל מען נישט זאגן קיין תחנון." פון דאמאלס אן האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין סקווירא ג' כסליו. שפעטער, ווען ר' אברהם יהושע העשיל איז נסתלק געווארן אין ג' כסליו האבן חסידים פארטייטשט אז דאס האט זיין פאטער געמיינט.
אויך ווערט דערמאנט ג' כסלו אין מגילת תענית אלס איינער פון די טעג "דלא למספד בהון". אין "אמרי פנחס" ווערט אויך געברענגט אז אין דעם טאג איז געשען א געוויסער נס
  • נישט זאגן תחנון פון פסח שני ביז כ' אייר (די וואך פון "הוד"): דער טשערנאבילער מגיד האט אנגעוויזן אויף דעם אין זוהר רעיא מהימנא פ' בהעלותך אז אין די טעג פון ספירת הוד זענען "תרעין פתוחין" (די הימלישע טויערן זענען אפן, און עס איז א צייט פון שמחה).
  • זיך ביקן בשעת ווען דער בעל תפילה זאגט ברכו (און נישט בשעת ברוך ה').
  • זאגן מיטן בעל תפילה נאר פון דער ברכה, ביי ברכת אוהב עמו ישראל.

מנהגים פון לבוש

  • פאר'ן קיטל צו טראגן יום כיפור, פסח, און ביום החופה נוצט מען רעכטע תכריכים: אויף צו דערמאנען דעם יום הדין.
  • ישיבה בחורים און כולל יונגעלייט טראגן א גארטל א גאנצן טאג : מנהג פון פריערדיגן סקווערער רבי'ן, ר' יעקב יוסף, מעגליך גענומען פון די התנהגות פון יושבים אין בעלז.
  • טראגן שטיוול שבת: די אורזאך דערפון, שטאמט פונעם געפירעכטס פונעם אלטן סקווערער רבי, רבי יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל, האט מען דאס איינגעפירט אלץ שבת'דיגע חסידישע לבוש ביי זיינע חסידים.

אין סקווירא פלעגן די רבי'ס אמאל גיין מיט ווייסע זאקן ווי ביי אנדערע חסידים. ר' יעקב יוסף האט אבער נישט געוואלט טראגן קיין ווייסע זאקן אויס כבוד פאר זיין ברודער ר' איציקל קעשענאווער (וועמען די שוויגער האט נישט געלאזט טראגן צוליב דעם וואס איר מאן, הר' שלמה שמואל בה"ר ברוך אשר מטשערנאביל האט נישט געטראגן). אלץ א פשרה האט ר' יעקב יוסף זיך אנגעטון שטיוול, נישט וועלנדיג אפטרעטן פון דעם חסידישן מנהג פון נישט גיין מיט הויזן, און דאס שוין אויסגענוצט אלץ ספעציעלע לבוש פאר זיינע שפעטערדיגע נאכפאלגער. צום באמערקן איז שטיוול געווען גאר מצוי אלס א חסידישער לבוש אין רוסלאנד/אוקריינע בפרט און אין נאך חסיד'ישע געגענטער.

  • טראגן א פארמאכטע טלית קטן : אין סידור הרב ווערט געברענגט פון כתבי אר"י אז דער בגד פון טלית קטן זאל צודעקן די ברוסטקאסטן.

פארשידענע מנהגים

  • נישט לייגן א ניי געבוירן קינד אין א בעטל (פון דעם נעמט זיך אז מען נעמט אנשטאט דעם א גרויס לעדל און מ'שטעלט דאס אוועק אויף צוויי בענקלעך צו מאכן ווי א בעט): דער מנהג קומט ארגינעל אלס נישט קויפן אדער זיך באנוצן מיט באשטימטע חפצים פאר א קינד אונטער דרייסיג טעג אלס שמירה... אין דעם איז אריינגערעכנט נישט ניצן קיין וויג אדער א קינדערוועגעלע, נישט אנטון קיין געקויפטע בגדים (אנשטאט דעם קען מען נוצן א מין קימאנא), א.א.וו. דער מנהג איז אבער נאר נתפשט געווארן לגבי דעם בעטל.
  • א קימפעטארין גייט נישט ארויס פון הויז און בלייבט נישט אין הויז אן א שומר פאר דרייסיג טעג: ווערט געברענגט אין שו"ת שבות יעקב אלס שמירה.
  • מ'האלט היינט און סקווירא די זמן פון צאת הכוכבים צוויי און זיבציג מיניט נאך די שקיעה אנדערשט ווי מ'האט געהאלטן און סקווירא אוקייריינע עס נעמט זיך פון בעלזא
  • ווי אויך איז אנגענימען די קמארנא זמן אויף סוף זמן תפלה וקריאת שמע
  • מאכן אן אפשערן (מאכן פיאות) פאר א קינד ווען ער ווערט אלט צוויי יאר (נישט ביי דריי) : דער טעם נעמט זיך פונעם הייליגער יעב"ץ, אין זיין ספר מגדל עוז, ווי מ'לערנט ארויס פון פסוק אז נאך די 24 חדשי הנקה וואס א קינד פלעגט אמאל זייגן ביז דאן, הייסט מען שוין אנטוויינט, און מ'איז שוין ראוי צו חינוך.
  • נישט חתונה מאכן אין די טעג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, און פון ר"ח תמוז ביז ט"ו אב : מנהג פון סקווערער רבי'ס צוליב וואס אין זוהר שטייט אויף די טעג אז זיי זענען ימים הנמוכים און עס הערשט אין זיי מדת הגבורה.
  • מען טוהט זיך נישט סתם אזוי שערן, נאר זיבן געלעגנהייטן: 1] ערב ראש השנה 2] שבת פרשת מקץ 3] שבת שקלים 4] ערב פסח 5] מ"ח לעומר 6] שבת נחמו 7] שבת פאר דער חתונה - חתן'ס זייט, טאג פון דער חתונה - כלה'ס זייט.
  • פארהייראטע פרויען מוזן זיין אינגאנצן אפגעשוירן אלעמאל, אזוי ווי דער אלטער סקווירער רבי האט געזאגט גלאט ווי א האנט

מנהגים פון צוואות רבי יהודה החסיד

  • נישט מאכן קיין שידוכים מאנטאג און מיטוואך, און נישט א' ג' און ה' פון דעם חודש, און נישט חתונה מאכן א' ג' און ה' פון דעם חודש.
  • נישט טרעטן אויף א פלאץ וואס איז אמאל געווען אן אויוון.
  • נישט פארבויען א טיר אדער א פענסטער נאר לאזן א טירל פון בערך 12x12 אינטשעס.
  • מחותנים אדער מחותנסטעס זאלן נישט טראגען דעם זעלבער נאמען.

דער סקווערער בוים

רבי יצחק טווערסקי (ה'תקע"ב - י"ז ניסן ה'תרמ"ה) פון סקווירא.

פון זיין ערשטן זיווג א טאכטער פון רבי דן יונגערלייב פון ראדוויל.
פון צווייטן זיווג מרת חיה מלכה א טאכטער פון דעם הייליגן רוזשינער האט ער נישט געהאט קיין קינדער.
פון דריטן זיווג מרת חנה סימא א טאכטער פון רבי נפתלי צבי פון סקווירא א זון פון רבי אהרן פון טיטיוב

זעט אויך

רעפערענצן

  1. סקווערער חדר אין ירושלים (העברעיש)
  2. סקווערער ישיבה קטנה אין ירושלים (העברעיש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!