רוי:לעיקוואד

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:לעיקוואוד)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לעיקוואד
טעקע:Lakewood.png
מאפע פון לעיקוואד שטאטשאפט

לאַנד ניו דזשערסי, USA
געגנט אקעאן קאונטי
בירגערמייסטער רעי קאולס
שטח 65.0 קוואדראט ק"מ
באַפעלקערונג 135,158 - (אין 2020)

לעיקוואד (אויך: לייקוואָד; סטאַנדאַרט ייִדיש: לײקװוּד) איז א שטאט אין אקעאן קאונטי, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן.

  • עס וואוינען דארט 135,158 מענטשן (2020 צענזוס), און איז לויט באפעלקערונג דער פיפט גרעסטער שטאט אין ניו דזשערסי.
  • לעיקוואד איז איינע פון די אידישע געגנטן וואו עס וואוינען אסאך ארטאדאקסישע חרדישע אידן. האבנדיג די גרעסטע ישיבה - בית מדרש גבוה - אין די פאראייניגטע שטאטן, און פון די גרעסטע איבער דער וועלט.
  • די חרדישע געמיינדע אין דער שטאט האבן זייער א גרויסן פאליטישן כח פון איבער 20,000 שטים בארעכטיגטע מענטשן אלס א שטים בלאק.
  • אין יאר 2006 איז אויסגעוועלט געווארן א חרדישער איד מאיר ליכטענשטיין אלס דער בירגערמייסטער פון לעיקוואד.
  • דער בירגערמייסטער אין 2008 איז געווען רעי קאולס.
  • אין 2011 האט מען אויסגעוועלט מנשה מילער בירגערמייסטער וועלכער האט געדינט אלס בירגערמייסטער ביז ינואר 2017. נאך אים האט מען ווידערמאל אויסגעוועלט דעם דעמאקראטישען קאנדידאט רעי קאולס, וועלכער האט שוין געהאט דעם אמט ביז 2011 יאר.
  • עס זענען דא ארום הונדערט בתי מדרשים, און צענדליגע מוסדות.

אין די לעצטע יארן די באפעלקערונג האט זיך פארגרעסערט און די שטאט האט זיך פארברייטערט, הונדערטער נייע הייזער זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויכעט א סאך חסידישע אידן פון פארשידענע קרייזן האבן זיך באזעצט אין שטאט.

באזוכן לייקוואוד

מען קען אנקומען קיין לעיקוואד דורך דער גארדען סטעיט פארקוועי ארויסגאנג 98 קומענדיג פון צפון, און ארויסגאנג 91 קומענדיג פון דרום. אויך שניידט די יו עס 9 אדורך די לאקאלע גאסן פון לעיקוואד.

ניו דזשערסי טרענסיט האט יעדן טאג בוסן פון ניו יארק ביי די פארט אטארעטי באס טערמינאל קיין לעיקוואד, און פון לעיקוואד ביי די בוס טערמינאל אדער ביי בןס סטאנציעס.

אויך זענען דא 2 חרדישע פירמעס וואס האבן עטליכע באסעס א טאג פון בארא פארק, פלעטבוש קיין לעיקוואד און צוריק (זיי האבן זיך שוין פאראייניגט אונטער איין בעה"ב אבער זיי רופען זיך נאך אויף די אלטע נעמען).

עס איז אויך דא א ווען וואס פארט עטליכע מאל א טאג קיין מאנסי עס ריפט זיך ראגשייר.

אינטערסאנטע פלעצער אין לעיקוואד


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!