צושטעלן טעמע
שיח עורכים











אראפ צום אונטן פון בלאט אראפ צום אונטן פון בלאט
דאס פלאץ אין המכלול מיטצוטיילן די חברים מיט אייערע געדאנקען און געפילן


רייניגונג פראיעקט - אקטיוו!

עס איז מיר באמת שווער צו באשרייבן די געפילן ווען מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג...

מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג, זאג איך, אבער דער חשבון צייגט אז מיר שפאנען שוין פעסט מיט ביידע פיס; נאנט צו פינף פראצענט פונעם וועג זענען מיר שוין געגאנגען! דאס איז צו פארדאנקען די פלייסיגע חברים דא וועלכע האבן קיין מינוט נישט גערוט פון רייניגן און פארבעסערן דאס פלאץ, ובפרט תנא קמא און עברי אנכי. ”וִיהִי נֹעַם ה' אלקינו עָלֵינוּ”, און אונז שיקן זיין שמירה אויף די דרכים. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 02:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

יא! נישטא קיין ווערטער. ווי שרגא און עברי אנכי קענען מעיד זיין, האבן מיר שוין געהאט אזא חלום פון א היימיש-אידישער מכלול מיט באלד 4 יאר צוריק, אבער בלויז מיט די קוראזש, מוט, ענערגיע, באשלאסנקייט און בעיקר פארשטאנד פון מורינו הרב צמא לדעת קענען מיר שוין זאגן אז דער וויזיע ווערט א רעאליטעט. שתשרה שכינה במעשי ידינו. –תנא קמא (שמועס) 02:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

אידיש פראיעקט מיט א פנים חדשות

אקטיווע מכלולאים‏, ווען עס מאכט זיך אייך א ספק וויאזוי צו שרייבן א געוויסע טערמין, ווי למשל ביים איבערטייטשן פון ענגליש אדער עברית, דארפט איר מער נישט ווארטן אז אנדערע זאלן זען אייער פראגע און אייך ענטפערן! עפנט אן אפטיילונג איבער דעם טערמין אינעם דעזיגנירטן בלאט, און דערנאך שרייבט פשוט דעם מסופק'דיגן טערמין איינגעשלאסן מיט דעם {{לקס}} מוסטער. ווען אונזערע מומחים וועלן זיך אויס'טענה'ן און קומען צו א באשלוס, וועט עס אויטאמאטיש געטוישט ווערן איבעראל וואו איר האט געניצט דעם טערמין (זעט דעם מוסטער בלאט פאר מער ערקלערונג).

דער פראיעקט בלאט איז אויך פון פריש ארגאניזירט געווארן אין דעם געלעגנהייט, אז די געטרייע מכלולאים זאלן גרינגער קענען צוקומען צו זייער באגער.

דאס אלעס, אינאיינעם מיט דאקומענטירן אייערע אריבערפירונגען און קאטעגאריע טוישונגען, וועט בעז"ה צוברענגען אז די ארבעט וועט ווערן אלץ מער פראפעסיאנאל און פארן וואס מער געשמירט, בעזר ה'. צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) האט נישט אונטערגעשריבן...

אכציג

ווי אזוי פיערט מען דא? שווערמער (שמועס) 05:57, 31 יאַנואַר 2023 (IST)

סייסט וויזוי? כאפ א באן פון די ברייטע אויסוואל פון ליניעס אין איינער פון די פילצאליגע סטאנציעס אוועילעבל אין "רוי", קום אריבער און גיימיר זיך זעצן מישן א קאקטיייל און מאכן א קנאק-יענקל אינאיינעםלחיים! . --עברי אנכי (שמועס) 06:10, 31 יאַנואַר 2023 (IST)
80 פראצענט באקוקט + 20 ארטיקלען געשאפן = 100 פראצענטיגע סוקסעס! — צמא לדעתשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 10:08, 31 יאַנואַר 2023 (IST)
במחילת כבודכם, איר וויסט נישט וויזאוי מען פייערט דא 80% באקוקט - דער ריכטיגע וועג איז באקוקן נאך מיט גרעסערע אייפער! שווערמער (שמועס) 21:16, 31 יאַנואַר 2023 (IST)

א מיילשטיין דערגרייכט: פולע פאקוס אויף שרייבן

אויב איז געווען שווער צו אויסדרוקן די געפילן ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג, און געלאזט אין גאנג דעם רייניגונג פראיעקט, וויאזוי דרוקט מען עס אויס יעצט ווען דער פראיעקט ווערט שוין גערוקט אין א זייט, און מען נעמט זיך בעז"ה מיט'ן פולן אייפער און שוואונג צום עצם אינהאלט. איך שפיר אז היות די קהילה איז נאך היבש קליין (בכמות…), ווערן נישט אפגעגעבן די געקומענע צאל דאנקען און אנערקענונג פאר די אבנארמאלע ארבעט וואס די חברים לייגן אריין. עס איז פשוט נישטא גענוג מיילער דא עס ארויסצוברענגען… דעריבער וועל איך מוזן נעמען די מייקראפאן אין האנט…

  • צמא לדעת, אונזער ראש החבורה וואס האט צושטאנד געברענגט דעם פראיעקט פון שאפן דעם זייטל, און נאכדעם מיט זיין אומפארגלייכבארע ארבעט, שעות ע"ג שעות, מיט כשרונות און געניטשאפט וואס דער רבש"ע האט אים געשאנקען, וואס יעדער וואס זעט דאס צו בלייבט געפלעפט און ערשטוינט וויפיל דער איד פארקערפערט אין זיך, בלע"ה. זיין יישוב הדעת און פענאמענאלע פלייסיגקייט האבן געברענגט דעם פראיעקט אין אזא קורצע צייט צום אומגלויבליכן שטאפל ווי מען האלט ב"ה. בשם כל הקהל הק' ווילן מיר ווינטשן זאלסט ווייטער קענען טון און אויפטון דיינע מעשים כבירים ביתר שאת ועז מתוך הרחבת הדעת!
  • אונזער וויצע פרעזידענט (נעע... נאר א ווערטל) תנא קמא וואס איז פארנומען יומם ולילה לא ישבות מיט די בדק הבית, די מומחה אויף עיצוב און אויסשטעל, איבערטייטשן, טעכנישע צופאסונגען און פאררעכטיגונגען, איבערארבעטן תוכן... און וואס נישט. דער סוקסעס און פרישקייט פונעם פראיעקט איז אים קלאר צו פארדאנקען. כה לחי!
  • הרב שווערמער, דער שרייבער וואס דעליווערט רייכע אינהאלט ווי קיינעם, און קומט אריין מיט זיין אייגנארטיגע קוק-ווינקל און בויט אויף יעדע געביט פונעם פראיעקט. שווער זיך פארצושטעלן א המכלול אן אים אין די שטאב. מיר קוקן אויס פאר נאך זאפטיגע תוכן!
  • דער מנטר! נייטראלער וואס לייגט אריין איבערמידליכע כוחות מיט זיין געניטן פעדער און אויסנאמליכע חוש צו מגיהה זיין לאזט ער איבער זיינע געבענטשטע פינגער-אפדרוקן אויף יעדע ארטיקל אין המכלול. זיינע קלארע מיינונגען און געוואלדיגע עקספערטיז באגלייטן יעדע שטאפל פונעם פראיעקט. יישר כח!
  • האט'ס אמונה דער פלייסיג'סטער שרייבער, רוקט ארויס ארטיקלען פון אונטער'ן ארבל איינס נאכ'ן צווייטן בארייכערנדיג אונזער מכלול מיט אזויפיל תוכן. ב"ה ביסט אנגעקומען אהער און דער פראיעקט פארט אויף אזא טעמפא אדאנק דעם.

ואתם עמם די אנדערע מכלולאים וואס טשעקן אריין כסדר, העלפן ארויס, און לעבן אויף די מצב! --עברי אנכי (שמועס) 18:21, 20 פעברואר 2023 (IST)

א דאנק פאר דיינע ווארימע און געשמאקע רייד! אבער ווי די וועלט זאגט שוין, דעם בעסטן קינד פארגעסט מען  
  • הרב עברי אנכי, א פולזייטיגער כרכא דכולא ביה מיט אן אייגנארטיגן ענוות חן, וואס ברענגט אונז כסדר פאראויס אין יעדן געביט - פון איבערזעצן וויכטיגע אנווייזונגען און הילף ביז שרייבן ארטיקלען - אזוי באשיידענערהייט. הפלא ופלא!

אלזא רבותי, נאך שבח והודיה צום באשעפער וואס האט אונז מזכה געווען אזויפיל אנצוקומען אין די פארגאנגענע קנאפע דריי חדשים, לאמיר כאפן א טיפן אטעם און טון אונזער השתדלות ווייטער - אז די קומענדיגע דריי חדשים זאלן עס נאך העט-ווייט איבערשטייגן, בסיעתא דשמיא! — צמא לדעתשמועס • כ"ט שבט ה'תשפ"ג 19:27, 20 פעברואר 2023 (IST)

וואס גייט דא פאר?

וואס גייט דא פאר? די זייגער איז שטייטער מיט צוויי שעה?! ביי שינויים אחרונים שטייט די זייגער מיט צוויי שעה פריער צמא לדעת למאי נ"מ (שמועס) 22:02, 21 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מאכט זיכער אז איר האט ריכטיג אנגעשטעלט אייער לאקאלע צייט אין אייערע פרעפערענצן, אונטער "צייט אונטערשייד". — צמא לדעתשמועס • ו' תשרי ה'תשפ"ד 22:06, 21 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אגב, פארהאן א 12 שעה פארמאט מעגליכקייט? --עברי אנכי (שמועס) 23:44, 21 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
נישט עכט, כפי ידיעתי. מ'קען אבער שרייבן א סקריפט אדער עקסטענשאן וואס זאל עס טוישן אויפן פלאץ (אויב איז נאכנישט פארהאן אזאנס). — צמא לדעתשמועס • ז' תשרי ה'תשפ"ד 00:02, 22 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
דער נייער סקריפט שטעלט צו דעם מעגליכקייט, פון זען דעם זייגער אין 12 שעה פארמאט. — צמא לדעתשמועס • כ"ב כסלו ה'תשפ"ד 23:05, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ווי טוישט מען עס? עברי אנכי (שמועס) 23:22, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ס'דארף יעצט אזוי צו ארבעטן ביי דיפאלט, אין אלע קאמענטארן וואו עס ארבעט (דערווייל ארבעט עס נאר ביי די מער לעצטיגע, פון ווען דער זייטל איז געטוישט געווארן צו UTC. מעגליך אז בהמשך וועט עס צוגעפאסט ווערן צו קענען ארבעטן אויף אלע פארמאטן).
עס איז אבער נאר אנגעשטעלט צו ארבעטן ביי קאמענטארן; ביי לעצטע ענדערונגען ארבעט עס נישט בכוונה (דער אונטערליגנדער קאוד באהאנדלט פונקטן אין צייט, און וואלט געווארן צעמישט מיט צייטשטעמפלען וועלכע אנטהאלטן בלויז א זייגער און נישט קיין דאטום). מ'קען אבער לכאורה גרינג צולייגן ס'זאל גרינג טוישן איין פארמאט צום אנדערן, אן צו רעכענען גארנישט. מעגליך בהמשך אי"ה. — צמא לדעתשמועס • כ"ב כסלו ה'תשפ"ד 23:47, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
יעצט געשאפן א פרישע סקריפט וואס טוישט דעם פארמאט אין לעצטע ענדערונגען און נאכפאלג ליסטע. מעגליך אז בהמשך וועט מען צאמשטעלן די פונקציעס, הגם דער קאוד דערפון האט קיין שייכות. — צמא לדעתשמועס • כ"ג כסלו ה'תשפ"ד 00:04, 6 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
wow, wow! נישט םשוט דאס. ת"ק זאגט אז ס'רעגנט גשמי ברכה. יישר כח בשם כל הקה"ק. עברי אנכי (שמועס) 00:09, 6 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ארבעט שוין אויך ביי אלטע פארמאטן, וואו עס איז אבער פאררוקט מיט א שעה-צוויי (וויבאלד אלעס ווערט באטראכט אלס UTC). דער עולם זאל באשליסן וועלכע וועג איז בעסער... — צמא לדעתשמועס • כ"ג כסלו ה'תשפ"ד 11:10, 6 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

דרעפטס וועלכע ערזעצן רוי

אקטיווע מכלולאים‏, נאך לענגערע שמועסן מיט א גרויסע טייל פון די פלייסיגע שרייבער, איבער די דאפלטע פראגע וויאזוי מיר קענען בעסער אויסנוצן די בלעטער אין רוי געביט ווי אויך צוברענגען אז דרעפטס זאלן שנעלער באקומען זייער פארדינטן אנערקענוג און באנוץ - אויך אן צו נאכלאזן אונזערע הויכע סטאנדארטן בעז"ה, איז מען אויף דערווייל צוגעקומען צו א פרישן איינפיר:

דרעפטס וועלכע קומען ערזעצן רוי בלעטער, (דהיינו אז א רוי בלאט מיט דעם נאמען עקזיסטירט שוין), וועט מען אויסמעקן דעם רוי בלאט ווי נאר דער דרעפט איז פארטיג, (דהיינו ווען דער שרייבער מעלדט אין מ:אד), און זאפארט אריבערפירן דעם דרעפט אהין, אלס צייטווייליגע סטאנציע ביז ווען די מנטרים גייען עס איבער און פירן עס צום הויפט געביט. דערווייל, זייענדיג אין רוי געביט, וועט עס שוין ארויפקומען אין זוכעניש און ווערן אויטאמאטיש פארבינדן. אבער ביטע נעמט אין אכט:

  1. נאר בלעטער וואס עקזיסטירן שוין אין רוי, וועט א דרעפט איבער זיי ווערן אריבערגעפירט אהין
  2. פון די אנדערע זייט, א רוי בלאט וואס עקזיסטירט איז נאכנישט קיין אנדייטונג אדער התחייבות אז די טעמע פארמאגט ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט און א דרעפט דערוועגן איז בכלל אנגענומען ביי אונז
  3. נאר ווען דער דרעפט איז שוין באמת גרייט מצידו פונעם שרייבער, בעצם וואלט עס שוין געקענט גיין דירעקט צו הויפט, זאל ער עס מעלדן אין מ:אד און ס'וועט דערווייל קענען אנקומען צו רוי. ובפרט, טוט ער מיט זיין מעלדונג דערקלערן אז זיין דרעפט אנטהאלט אלע נוצליכע אינפארמאציע פונעם רוי בלאט.

בסך הכל דארף דער שרייבער גארנישט טון אנדערש ווי ביז אהער, נאר שרייבן זיין דרעפט און עס מעלדן. ווען רעלעוואנט וועלן די מנטרים מעקן דעם רוי בלאט און פירן דעם דרעפט אהין, און פרובירן צו געבן פריאריטעט פאר דעם דרעפט עס ארויסצופירן פון רוי. (אויב איר ווילט נישט אז אייער דרעפט זאל אנקומען צו רוי, קענט איר עס באצייכענען אין אייער אריבערפירן ביטע).

דאס איז נאר איין טריטל אין לעזן די דאפלטע פראגע, און ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער רוי און איבער דעם דרעפט-אריבערפירונג פראצעדור וועלן אי"ה נאכקומען בקרוב. פארשלאגן און געדאנקען ווערן אלעמאל אנגענומען בתשואת חן. — צמא לדעתשמועס • כ"ב חשון ה'תשפ"ד 16:41, 6 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

  זייער שטארק דערפאר למאי נ"מ (שמועס) 17:53, 6 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מ ז ל Nuvola apps cookie.svg ט ו ב !

טייערע חברים אקטיווע מכלולאיםמנטרים: @נייטראלער, צמא לדעת, שווערמער, און תנא קמא: מוסטער:אדמיניסטראטארן און אלע געטרייע רעדאגירער. מזל טוב! אין צוויי טעג ארום איז די געבורטס טאג פון המכלול אין אידיש. כ"ז חשוון תשפ"ג זענען מיר ארויס אין וועג, און פון דעמאלט האבן מיר שוין געשריבן

297 המכלול ארטיקלען שוין געשאפן, פון ציל – 1,000
29.7% ארטיקלען געשריבן
11 געקליבענע, וויכטיגע ארטיקלען שוין געשאפן, פון ציל – 100
11% אבן הפינה ארטיקלען געשריבן

א דאנק פאר צמא לדעת וואס פירט אן די פראיעקט מיט א געטריישאפט און לייגט אריין מיה און שווייס אז עס זאל ארויס גיין בעז"ה א דבר שלם נאה ומתוקן, און א דאנק פאר יעדעם וואס לייגט אריין זיינע בעסטע כשרונות לטובת די פראיעקט. ”עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ה' אלקינו, ואל תטשנו ה' אלקינו לנצח” למאי נ"מ (שמועס) 11:41, 9 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מזלא טבא וגדיא יאי! באמת אומגלויבליך וויפיל מיר זענען שוין אנגעקומען בעז"ה אין די צייט, אין יעדן הינזיכט, מיט די השתדלות פון אלע פלייסיגע חברים, חדשים גם ישנים.
מען דארף אביסל אויסקלארן וועגן דעם געבורטסטאג, די שאלה איז וואס איז יצא רוב ראשו... די בקשה האב איך געשיקט כ"ג חשון. מוצאי שבת, אור לכ"ו חשון איז געקומען די גרינע ליכט, אז מען גייט אנהייבן דעם פראיעקט, ”אם כי עלי לציין שזה לא יקרה ביום אחד, מה גם שצוות המכון עסוק כעת בפרוייקט שיתופתא”. למעשה האט זיך שוין יענער זונטאג שרגא פארבינדן מיט מיר אנצוהייבן אויסצוארבעטן די טעכנישע פרטים. מאנטאג, כ"ז חשון, איז אויפגעשטעלט געווארן דער זייטל, אבער גארנישט האט נאכנישט געארבעט (אפילו איינשרייבן) און ס'האט נאך גארנישט פארמאגט. כ"ח חשון האבן די ערשטע זאכן אנגעהויבן ארבעטן, און די בלעטער פון יידיש וויקיפעדיע זענען אריבערגעברענגט געווארן. דורכאויס די צייט האט אנגעהויבן צוצוקומען דער עיקר העיקרים - די ערשטע קערנדל פון חברים, און עס האט אנגעהויבן אויסגעקלארט ווערן וויאזוי מיר גייען ארבעטן.
אויף צו קענען אנהייבן ארבעטן, האט מען געדארפט צולייגן דעם קרעדיט מוסטער און פאסיגע קאטעגאריעס צו אלע געברענגטע בלעטער. דאס האט אנגעהויבן פאסירן אור לא' כסלו. (פון די ערשטע פון די רעדאגירונגען). איידער דאס איז געווען, איז דער זייטל בעצם געווען אומלעגאל... מיר האבן זיך געקענט אביסל שפילן און באקענען, אבער דער עכטער ארבעט האט זיך דארט אנגעהויבן.
בסך הכל, דער זייטל איז טאקע אויפגעשטעלט געווארן כ"ז חשון, אבער דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן א' כסלו, ווי געשריבן אין המכלול. — צמא לדעתשמועס • כ"ה חשון ה'תשפ"ד 13:03, 9 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויב נאך פאר די אמת'ער געבורטס טאג און מיר האטלטן שוין דא, איז נאך א גרעסערער שמחה, נישט אזוי?  ... • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • כ"ה חשון ה'תשפ"ד • 15:32, 9 נאוועמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

זייגער

צו באמערקן אז די זייגער איז אנגעשטעלט אויף אייראפע זייגער, נישט ארץ ישראל, ווער סהאט נישט באמערקט ביז איצטער. • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • כ"א כסלו ה'תשפ"ד • 15:22, 4 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

ס'איז מתחילה געווען אויף א"י זייגער, אבער ס'איז געטוישט געווארן א שטיק צייט צוריק, ביים פאררעכטן די פראבלעמען מיטן שמועס-געצייג. — צמא לדעתשמועס • כ"ב כסלו ה'תשפ"ד 08:08, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איז שייך צו שאפן, אדער מאדיפיצירן אן עקזיסטירנדן, טשאטשקע צו צייגן לאקאלע צייט? —תנא קמא 📖 💬 17:25, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
יענער טשאטשקע באזירט זיך אויף Moment.js, וואס ארבעט נישט מיט אידיש.
שאפן אן אייגענע אזא טשאטשקע איז אפשר טאקע א געדאנק, הגם ס'איז מיר נישט קלאר ווען כ'וועל קענען אנקומען דערצו... לכאורה איז בעסער עס צו בעטן אין סקריפטס/בקשות. — צמא לדעתשמועס • כ"ב כסלו ה'תשפ"ד 20:47, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ווייסט איר וואס? שוין געשאפן דעם סקריפט בעז"ה... מ'דארף מעגליך נאך פארבעסערן קלייניגקייטן, און דערנאך קען עס ווערן א לאקאלע טשאטשקע. — צמא לדעתשמועס • כ"ב כסלו ה'תשפ"ד 22:47, 5 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אלס שטיקל 'מן הארץ' אין די ענינים, אויף וואס ארויף איז געשאפן געווארן דער טשאטשקע? וואס טוהט דאס? אריינשטעלן אין ספעציעלן בלאט, און פון דעמאלס איז וואס? • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • כ"ג כסלו ה'תשפ"ד • 13:23, 6 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
עס צייגט די דאטומען (אין די חתימות) אין א מער פריינטליכע פארמאט. צום ביישפיל: "אכט שעה צוריק", "פארגאנגענע מאנטאג". ווי אויך, לויט דער זייגער פון דער פערזענליכער באניצער (אנשטאט לויט די אלגעמיינע צייט פונעם זייטל). — צמא לדעתשמועס • כ"ג כסלו ה'תשפ"ד 21:36, 6 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
און וויאזוי הייסט דאס יעצט

? • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • כ"ז כסלו ה'תשפ"ד • 09:16, 10 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]