דרעפט:חנוכה ליכט

ליכט וואס מצינדט די אכט נעכט פון חנוכה
שבע מצוות דרבנן
The10Commandments.png
Menorah7a.png
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכהעירובין
חנוכה ליכט ביים פענסטער אין קבר רחל.
פרסומי ניסא פון חנוכה ליכט דורך א שליח חב"ד

די חנוכה ליכט צינדן איז איינע פון ​​די זיבן מצוות דרבנן, און די הויפט מצוה פון חנוכה, צו מפרסם זיין די גרויסע ניסים וואס זענען געווען ווען די חשמונאים האבן באזיגט די יוונים, און אזוי אויך די נס מיט די קריג פון אויל[1]. די מצוה סימבאליזירט די יום טוב חנוכה. די מצוה ווערט דערמאנט אומדייטליך אין משנה[2], און אירע הלכות ווערן אויסגערעכנט נאר אין ברייתא[3].

די הלכה פאדערט נאר אז אין יעדן אידישן הויז דארף ווערן אנגעצינדן איין ליכט יעדן טאג[4], אבער היינט איז איינגעפירט צו צינדן יעדן טאג איין ליט מער ווי פארגאנגענעם טאג[5]. מפירט זיך צו צינדן אין אן עקסטערן חנוכה לאמפ אבער דאס איז נישט אויסגעפאדערט אין הלכה. מדארף צינדן אין שטוב ביי א פלאץ ווי סוועט געזען ווערן אינדרויסן אין גאס, ווי צום ביישפיל ביי א פענסטער אדער א טיר אד"ג[6].

מקור

די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט ווערט שוין דערמאנט אלס א מצוה אומדייטליך אין משנה[2], און אין גמרא ווערט אויסגעשמועסט אז דאס איז אלס זכר צו די נס ווען אין די טעג אום יאר ג'תקצ"ו האבן די חשמונאים געוואנען די יוונים, זיי האבן צוריק איבער גענומען די בית המקדש, מטהר געווען פון די טומאות און האבן אנגעצינדן די מנורה בדרך נס אכט טעג, פון א קליין קריגל אויל, ביז מהאט פאבליצירט פרישע איילבירטן אויל בטהרה[7], אויף צו דערמאנען און פארשפרייטן דעם נס צינדט מען ליכט[8].

די פּרטים פון דער מצוה און אירע תנאים זענען אויף דעם ציל, די אָנצינדן פון א ליכט וואָס שיינט צו די גאס, אין צייט ווען עס זענען נאך פארהאן מענטשן אויף דער גאס, און כאטש פֿאר זיין הויזגעזינד.

ווער דארף צינדן

אין גמרא ווערט ערקלערט אז סיי מענער און סיי ווייבער זענען מחויב צו צינדן די ליכט, טראץ וואס סאיז א מצות עשה שהזמן גרמא, אבער אויך די ווייבער זענען געווען א טייל פון די נס[9].

ביי די אשכנזים זענען דא וואס פירן זיך אז אלע הויזגעזינד א חוץ די פרוי צינדן באזונדער חנוכה ליכט, א חוץ די פרוי וואס איז יוצא פון איר מאן[10].

די ספרדים און תימנ'ע פירן זיך אז נאר דער בעל הבית[11] צינדט ליכט, און אלע זענען יוצא פון אים, אפילו אויב זיי געפונען זיך נישט דארט אויפן ארט מיט אים[12]. דאס אלס נאר אויב סאיז דא ווער סצינדט פאר אים, אבער אוב ס'איז נישט דא, דעמאלט אפילו א קטן דארף אליינס צינדן ליכט.

וועלכער ברענד מאטריאל

 
חנוכה לעמפ מיט ליכט פון אויל און פון וואקס.

מיט אלע סארטן אויל און קנויטן קען מען אנצינדן די ליכט, אויך אזעלכע וואס מטאר נישט אנצינדן דערמיט די שבת ליכט[13].
טראץ דעם זאגט די גמרא[9] אז איילבירטן אויל איז איבערהויפט. זענען פארהאן וואס זאגן אז די סיבה דערצו איז צוליב וואס זיין ליכטיגקייט איז ריינער פון אלע אנדערע, און אויב אזוי איס וואקס פונקט אזוי גוט אדער אפילו נאך בעסער[14], אבער מדארף אכטנג געבן ביי די וואקס ליכט אז סזאלן נישט זיין צוויי געפלאעכן אין איינעם[15]. אנדערע זאגן אז די סיבה איז צוליב וואס דאס איז פון די זעלבע מאטריאל פון די ליכט וואס דערמיט איז געווען די נס חנוכה אין בית המקדש, און דערצו איז דאס אויך איבערהויפט וואקס, אזוי אויך יעדער אנדערער אויל איז בעסער ווי וואקס, ווייל סאיז כאטש פון די זעלבע סארט פון די אויל פון בית המקדש[16]. נאך זענען דא וואס צינדן נאר מיט אויל וואס מקען אויך עסן, און נישט אויל וואס נאר אויף צו צינדן אזויווי די אויל אין בית המקדש איז געווען פאסיג אויך אויף צו צינדן און אויך אויף צו עסן[17].
אויך דער מהר"ל האלט אז וואסארא אויל איז נאר בעסער פון וואקס, ווייל נר איז א ליכט וואס איז געצינדן געווארן אין א כלי, און נאר אויל ליכט צינדט מען אין א כלי, אנדערש ווי א וואקס ליכט וואס מקען צנידן פאר זיך וואס דאס איז אזויווי א אבוקה וואס מטאר נישט צינדן פאר חנוכה ליכט[18].

קנויטן

אלערליי סארטן קנויטן זענען כשר צו צינדן דערמיט די חנוכה ליכט[19] טראץ דעם איז ראטזאם צו צינדן דווקא מיט קנויטן פון וואַטע אדער קאטן. ספאדערט זיך נישט צו טוישן יעדן טאג אויף נייע קנויטן, און מקען איבערניצן דאס זעלבע וילאנג סברענט נאך[15].

עלעקטריק ליכט

עס זענען פארהאן פוסקים[20] וואס האלטן אז מקען נישט מקיים זיין די מצוה מיט עלעקטריק ליכט. אנדערע[21] האלטן אז מקען צינדן מיט א ברכה.
אויך די וואס האלטן אז מקען נישט בענטשן דערויף האלטן אז אלס פרסומי ניסא אויב האט נישט א מענטש קיין ליכט זאל ער כאטש אנצינדן עלעקטריק ליכט ן קיין ברכה, או אזוי געדענקען פון דעם נס, און זענען פארהאן וואס האלטן אז ער איז אויך יוצא די מצווה פון צינדן ליכט[22]. דערין זענען פארהאן וואס האלטן אז בעסער אנצינדן א עלעקטריק לאַנטערן וואס ארבעט אויף באַטאַרייעס ווי איידער א עלעקטריק לאַנטערן וואס מדארף קענעקטן צום עלעקטריק, ווייל דעמאלט איז אזויווי ער האלט די פייער ביי זיך אין האנט[23].

עלעקטריק חנוכה לעמפ באדינען אסאך מאל אויף פרסומי ניסא, ווען סווערט געצינדן אין גרויסע גאסן איבער די גארער וועלט, מערע טייל מאל דורך חב"ד'ע שליחים, אבער מאיז נישט מקיים דערמיט די מצווה.

וויפיל צינדט מען

 
א חנוכה לאמפ אנגעצינדן דעם ערשטן טאג, אוועקגעשטעלט ביים פענסטער

אין גמרא[24] ווערט געברענגט אפר שטאפלען פון די צאהל ליכט צו צינדן.

  • נר איש וביתו - איין ליכט פאר אלא הויזגעזינד מיטגלידער.
  • מהדרין - יעדער פון די הויזגעזינד מיטגלידער איין ליכט.
  • מהדרין מן המהדרין - איזא מחלוקת, בית שמאי האלטן אז די ערשטע טאג צינדט מען אכט ליכט און אין די קומענדיגע טעג פוחת והולך - יעדן טאג איין ליכט ווינציגער ווי די נעכטיגע טאג, און בית הלל האלטן אז די ערשטע טאג צינדט מען איין ליכט און אין די קומענדיגע טעג מוסיף והולך - יעדן טאג איין ליכט מער ווי די נעכטיגע טאג[ד]
    די הלכה איז אז מזאהל צינדן ווי די מהדרין מן המהדרין לויט די גאנג פון בית הלל, אבער אויך דערין זענען פארהאן אפאר מיינונגען וויאזוי פונקטליך זיך צו פירן:
  • די תוספות[25] האלטן אז נאר די בעל הבית צינדט ליכט, און ער צינדט יעדן טאג מיט נאך איין ליכט מער[26] ווי די נעכטיגע[ה], און אזוי נעמט אן די שולחן ערוךשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.}}, און אזוי פיהרן זיך די ספרדים און תימנ'ע.
  • דער רמ"א[27][ו] אז מהדרין מן המהדרין איז א שטאפל העכער די מהדרין אז סיי יעדער באזונדער פון די הויזגעזונד צינדט אליין, און סיי אז מצינדט אויפן סדר פון מוסיף והולך, און אזוי פיהרן זיך די אשכנזים.

אויף וועלכן ארט צינדט מען

 
חנוכה ליכט ווערן געזען פון דרויסן פון א פענסטער פון א הויז אין ירושלים

צוליב דעם וואס די חנוכה ליכט איז אויף פרסומי ניסא, דארף מען צינדן די ליכט אויף א ארט ווי סאיז קענטיג, דערפאר צינדט מען די ליכט נישט נידריגער פון דריי טפחים, און נישט העכער פון צען, וואס דאס איז די באקוועמסטער הויך פאר די אויג אנצומערקן א זאך[ז]. אויך צוליב דעם, מיטן צינדן העכער ווי צוואנציג אמות האט מען נישט יוצא געווען, ווייל קיין אויג פארכאפט דאס נישט, אויך אויב פארהאן דארט אינטערסאנטע מיטלען ווי לעמפלעך אד"ג צו ציען די אויג אהין.

ביים צינדן ביי א טיר לייגט מען די חנוכה לאמפ אויפן לינקן זייט פון טיר, אזוי אז צוזאם מיט די מזוזה פון די רעכטער זייט קומט אויס אז דער וואס צינדט איז ארומגענומען מיט מצוות פון ביידע זייטן[30].

סאיז נישט ערלויב צו צינדן די ליכט אויף א ארט וואס סאיז נישט כשר און דערנאך אריבערפירן צו א כשר'ן ארט, ווייל די עיקר ביים צינדן איז די עצם צינדן און נישט דאס אז סזאהל זיין אנגצינדן[31], און אויב סאיז נישט געצונדן געווארן אויף א גוטן ארט, וועט ישט העלפן דאס אריבערפירן דערנאך.

אין הויז

איבער די ארט ווי מדארף אוועקשטעלן די חנוכה ליכט זאגט די גמרא:

ת"ר, נר חנוכה מצוה להניחה על פתח ביתו מבחוץ.

דערויף איז פארהאן א מחלוקת, לויט רש"י מיינט די גמרא צו זאגן ביי די טיר פון הויז וואס גייט ארויס צום הויף, און לויט תוספות מיינט די גמרא ביים טיר פון הויף וואס גייט ארויס צום גאס[ח], און ווי תוספות ווערט גע'פסק'נט להלכה[32][ט]. אין א צייט פון א געפאר זאגט די גמרא אז מזאהל נישט צינדן אינדרויסן, נאר אין הויז אויפן טיש איז אויך גענוג. צוליב געוויסע אומשטענדן[34] איז מיט די צייט געווארן איינגעפירט ביי כלל ישראל צו צינדן נאר אין הויז, אויך אין א נצייט וואס איז נישט קיין געפאר. טייל צינדן נעבן טיר פון הויז פון אינווייניג, טייל ביי א טיר פון א שטוב, טייל אויפן טיש אד"ג[י]. זענען פארהאן וואס אז היינטיגע צייטן איז מען נישט יוצא מיטן צינדן אינדרויסן[35].

אונטער דער איינפלוס פון די בני הישוב הישן און די תלמידי הגר"א האבן די לעצטע יארן אנגעהויבן טייל פון די ליטווישן ציבור צוריק צו צינדן ביים טיר פון הויף אדער פון הויז בדווקא, ווי סזעט זיך אהן אויפן גאס, אין צייט וואס בי די חסידישן ציבור איז געבליבן נאר די וואס צינדן אין הויז אינווייניג.

אין א הויז מיט צוויי טירן צו צוויי אנדערע זייטן צום גאס, דארף מען צינדן ביי ביידע זייטן מפני החשד, אז סזאהל נישט אויסזעהן פון איין זייט אז דער איינוואוינער האט נישט געצינדן קיין חנוכה ליכט[36]. טראץ אז אזוי ווערט ג'פסק'נט אין שולחן ערוך שרייבן אנדערע פוסקים[37], אז היות אז היינטיגע צייטן נישט אלע צינהדן אויפן זעלבן ארט, און נישט אלעצינדן דעם זעלבן צייט, און סזענען פארהאן אסאך מנהגים אין דעם, איז מער נישט פארהאן די חשש מפני החשד, און ספאדערט זיך נישט צו צינדן אין ביידע זייטן.

הויכע הייזער

אזעלכע וואס וואוינען נישט אויפן אריינגאנג שטאק זאגט די גמרא[38]:”אם היה דר בעלייה מניחה בחלון הסמוכה לרשות הרבים.”, און אזוי פירן זיך היינטיגע צייטן אויך אסאך וואס וואוינען אויפן שטאק צו צינדן די חנוכה ליכט ביים פענסטער וואס קוקט ארויס צום גאס.

די ברכות

פארן צינדן די ליכט בענטשט מען צוויי ברכות ווי פאלגנד:

  1. אויף די מצוה פון צינדן די ליכט: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לְהַדְלִיק נֵר שֶׁל חֲנוּכָּה[י"א] / נֵר חֲנוּכָּה[י"ב] / שֶׁלַּחֲנוּכָּה[י"ג].
  2. אויף די נס וואס איז געווען: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁעָשָׂה נִסִּים לַאֲבוֹתֵינוּ, בַּיָּמִים הָהֵם בַּזְּמָן / בִּזְּמַן[י"ד] / וּבַזְּמַן[מקור פארלאנגט] הַזֶּה”.

דער ערשטער נאכט[43] לייגט מען אויך צו דערויף: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְמָנוּ וְהִגִּעָנוּ לַזְּמָן[ט"ו] / לִזְּמַן[ט"ז] הַזֶּה”.

ברכות הרואה

נישט נאר ווער ס'צינדט ליכט בענטשט דערויף, נאר אויך ווער ס'זעט די ליכט בענטשט דערויף, ווי ס'שטייט אין גמרא:

אמר רב חייא בר אשי אמר רב: המדליק נר של חנוכה צריך לברך. ורב ירמיה אמר הרואה נר של חנוכה צריך לברך.
אמר רב יהודה יום ראשון הרואה מברך ב' ומדליק מברך ג', מכאן ואילך מדליק מברך שתים ורואה מברך אחת. מאי ממעט? ממעט זמן.

סאיז פארהאן א מחלוקת צווישן די ראשונים ווען בענטשט דערויף ווער סזעט די ליכט.

  • דער רמב"ם[45] האלט אז יעדער וואס זעט חנוכה ליכט, אפילו אויב ער האט שוין אליינס אנגעצינדן, בענטשט ער דערויף[י"ז].
  • רש"י[48] האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט געצינדן אליינס בענטשט אויפן זעהן [י"ח].
  • דער שולחן ערוך[50] האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט אנגעצינדן, און גייט שפעטער אויך נישט צינדן, און איז נישט יוצא פון א צווייטן, בענטשט דערויף.
    צוליב די כלל אז ספק ברכות להקל, פירט מען זיך אין אזא פאל ווי דער שולחן ערוך[51].

פרסומי ניסא

ווי אויבנדערמאנט איז די הויפט פונקט אין די חנוכה ליכט צינדן, די פרסומי ניסא וואס קומט דורך דעם, צו מפרסם זיין די נס וואס האט זיך אפגעשפילט חנוכה מיט די אויל. אסאך הלכות אום חנוכה ליכט זענען רעזולטאט פון די הלכה.
דאס אז מדארף קענען זעהן די ליכט און דערפאר קען דאס נישט זיין צו הויך אדער נידריג. אזוי אויך דאס וואס מדארף צינדן און די צייט ואס מענטשן זענען נאך אין די גאסן און זיי וועלן דאס קענען זעהן. די ליכט צינדן אין בית המדרש, און נאך.

נאך וואס שפילט זיך אפ אלס רעזולטאט פון דעם, וואס סאיז איינגעפירט ביי אדמו"רים, אז זיי צינדן ברוב עם איין בית המדרש, אדער צינדן זיי פרי, און דעמאלס אלע אנוועזנדע צינדן שפעטער, טראץ וואס לכתחילה איז צו צינדן פריער, אבער צוליב די גרויסע פרסומי ניסא פון דעם וואס די רבי צינדט ברוב עם, שטופט מען אפ זייער צינדן צו א שפעטערע צייט. אזוי אויך זענען פארהאן אדמו"רים וואס צינדן ברוב עם שפעטער טראץ וואס סאיז בעסער צינדן פריער, צוליב די גרויסע פרסומי ניסאוואס קומט פאר מיטן צידן שפעטער, וואס איס איבערהויפט דאס צינדן פריער.

אלס פרסומי ניסא זענען פארהאן וואס האלטן אז ממעג און סאיז א מצווה צו צינדן חנוכה ליכט אין יעדער ארט ווי סנעמען זיך צוזאם א ריזן ציבור, צ. ב. ביי א חתונה אדער אין גאס אד"ג און בענטשן א ברכה דערויף[52], אבער רוב האלטן אז מזאהל נישט צינדן מיט א ברכה אין אזא פאל[53], און נאך זענען פארהאן וואס טיילן איין צווישן א ארט וואס מדאוונט דארט אויך, וואס דעמאלטס קען מען צינדן מיט א ברכה, צו א ארט וואס מצינדט נאר וואס דעמאלטס זאהל מען נישט צינדן מיט א ברכה[54].

אין בית המדרש

נאך איינע פון די רעזולטאטן איז די צינדן חנוכה ליכט אין בית המדרש יעדן נאכט. די הלכה פאדערט פון די מענטש נאר דאס צינדן אין שטוב, און סווערט נישט געפאדערט צו צינדן באזונדער אין הויפט ארטן. אבער טראץ דעם איז באקאנט די מנהג צו צינדן יעדן נאכט חנוכה ליכט אויך אין בית המדרש.

די מקור

די מנהג צו צינדן חנוכה ליכט אויך אין בית המדרש ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל. די מערסטע פריערדיגע ערטער ווי סווערט דערמאנט אויסדרוקליך די מנהג[י"ט] זענען אין ספר העיטור[56], און אין ספר המנהיג[57], ביידע נאר פונעם פראבאנס געגנט אין פראנקרייך.

שפעטערע יארן ווערט די מנהג דערמאנט אויך ביי פוסקים פון אשכנז ווי רבינו פרץ[58], כל בו[59], שו"ת ריב"ש[60], אבודרהם[61], תרומת הדשן[62], שו"ת מהרי"ל[63], און אויך אין שבלי הלקט ברענגט ער אזוי פון פריערדיגע[64]. די מנהג ווערט אויך גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[65].

מאיז נישט יוצא מיט די ליכט צינדן, און אפילו דער וואס האט דאס געצינדן דארף איבעצינדן מט א ברכה ביי זיך אין שטוב[60]. אויסער איינער וואס האט נישט קיין אנדערער מעגליכקייט, און האט אויסדרוקליך אינזינען יוצא צו זיין דערמיט[59].

מפיר זיך צו צינדן ליכט אין בית המדרש אויך בעפאר שחרית, אבער אן קיין ברכה.

טעמים צו די מנהג

  • צוליב וואס די נס איז געשען אין בית המקדש, און א בית המדרש וואס איז א בית מקדש מעט, דערמאנט מען די נס וואס איז דארט פארגעקומען מיטן צינדן די ליכט אין בית המדרש[57][59][כ].
  • צוליב וואס דארט נעמען זיך צאם די גאנצע ציבור, אן אזי איז מען מפרסם גאר שטארק די נס[66][59][60][65].
  • צו מוציא זיין ידי חובת די וואס ווייסן נישט וויאזוי מקיים צו זיין די מצוה[59].
  • זייט ווען מהאט אנגעהויבן צינדן אין שטוב, איז די פרסומי ניסא מיטן צינדן חנוכה ליכט אפגעשוואכט געווארן, האט מען איינגעפירט צו צינדן אין בית מדרש וואס דארט איז פארהאן א גרויסן פרסומי ניסא, אפצוצאלן דאס וואס מיר פארפאסן[60].

קען זיין אז פארהאן נפק"מ אין הלכה צווישן די טעמים[67].

קעגענערס

אזוי זענען אויך פארהאן קעגנערס, ווי דער שבלי הלקט, וואס טראץ וואס ער ברענגט די מנהג פון פריערדיגע אבער ער אליינס האלט אז מזאהל זיך נישט אזוי פירן[כ"א], נאר אויב סאיז פארהאן ווער סשלאפט אין ביהמ"ד. אויך דער ספר המנהיג[57] האלט אז מדארף נישט צינדן[כ"ב] אויב סאיז נישט פארהאן ווער סשלאפט דארט. לויט דעם, קען זיין אז אויך דער כל בו וואס הענגט אן די מנהג אין דעם וואס סאיז געוואנדן צו די וואס האבן נישט ערגעץ אנדערש ווי צו צינדן, האלט אויך ווי דער שבלי הלקט.

ווען און ווי צינדט מען

מצינדט די ליכט נאך מנחה בעפאר מעריב, ערב שבת צינדט מען בעפאר מנחה, מוצאי שבת צינדט מען נאך מעריב, בעפאר וואס מזאגט ויתן לך און הבדלה. אבער זענען פארהאן וואס האלטן אז מוצאי שבת זאהל מען נישט צינדן בעפאר הבדלה, נאר דערנאך, און בעפאר ויתן לך[68].

אין די ראשונים[56][59] ווערט געברענגט אז סזענען פארהאן אזעלכע וואס פירן זיך צו צינדן ביים טיר פון בית המדרש און אזעלכע וואס אינמיטן בית המדרש[69], אדער אזעלכע וואס פירן זיך צו שטעלן אויף צפון זייט[62], אבער להלכה אן אין שולחן ערוך[65] צו צינדן אויף דרום זייט.

די ליכט צינדן

מפירט זיך אז דער שליח ציבור צינדט אן די ליכט. טראץ וואס אין שטוב שטעלט מען די ליכט אויף די רעכטע זייט פון חנוכה לאמפ, און מלייגט צו יעדן טאג איין ליכט פון לינקס, אין בית המדרש שטעלט מען אוועק די ליכט אויף די לינקע זייט, און מלייגט צו יעדן טאג צו רעכטס נאך א ליכט[65]. דער וואס צינדט בענטשט די ברכות אזויווי ביים צינדן אין שטוב[כ"ג]. ער הייבט אן צו צינדן פון לינקס אויף רכטס[70], און ער קען דאס איבערגעבן פאר א צווייטן צו צינדן אויב סנעמט צו פיל צייט, און ער קען צוגיין צום עמוד. דורכאויס די צינדן זאגט ער הנרות הללו.

חשיבות

אין גמרא שטייט: אמר רב הונא: הרגיל בנר חנוכה, הויין ליה בנים תלמידי חכמים.[71]

דער רמב"ם דריקט זיך אויס איבער דעם מצוה: ”מצוות נר חנוכה מצווה חביבה היא עד מאד, וצריך אדם להזהר בה כדי להודיע הנס ולהוסיף בשבח הא-ל והודיה לו על הניסים שעשה לנו.”[72].

אין ספר קב הישר[73] שטייט: ”בהרבה מקומות מצינו שחביבין לפני הקב"ה נרות של מצוה, כמו שאמר הכתוב [74] "באורים כבדו ה'". וכל הנר הדלוק לדבר מצוה יש בו קדושה נפלאה גדולה אין שיעור, ואלו היינו זוכים להשגות רוח הקודש, היינו מברכים ומבינים ומשיגים ע"י מצות הדלקת הנרות של מצוה עתידות, דהנר של מצוה מתנבא כמו נביא המתנבא על פי ה'”.

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

ווידיא

נאטיצן

  1. זעט אין באר היטב סעיף קטן ג, וואס צייכנט צו דערויף ”וזה חידוש שהספרדים נוהגים כתוספות והאשכנזים כרמב"ם, וזה לא מצינו בשאר מקומות”.
  2. ער שרייבט אז די סיבה איז צוליב וואס סווערט נישט פאבליצירט לשם מצווה.
  3. ער האלט אז נאר אויב נישט פארהאן קיין אנער וועג, און ווייל די ברען מאטריאל דערפין איז נישט ווייט פון די אזויווי די קנויט.
  4. אין גמרא איז פארהאן א מחלוקת פארוואס בית שמאי און בית הלל האבן אזוי געזאגט, אדער ווייל בית שמאי האלטן אז מדארף פארצייכענען נאך וויפיל טעג פון די יום טוב חנוכה זענען פארבליבן, און בית הלל האלטן אז מדארף פארצייכענען וויפיל טעג זענען שוין פארביי, אדער ווייל בית שמאי האלטן אז סאיז צוגעגליכן צו די פרי החג-די קרבנות פון יום טוב סוכות, וואס זענען געווען יעדן טאג ווינציגער מיט איינס פון די נעכטיגע, אוןבית הלל האלטן אז מעלין בקודש ולא מורידין[24]. עס זענען פארהאן וואס האלטן אז סאיז א נפק"מ להלכה וואס די טעם איז, זעט בית הלוי – סוגיות חנוכה עמוד 15 דיבור המתחיל "בגמרא חד אמר טעמא", און נאך.
  5. זיי האלטן אז מהדרין און מהדרין מן המהדרין זענען אויף די זעלבער שטאפל העכער פון נר איש וביתו, אדער יעדער איינער, אדער נאר די בעל הבית אבער מוסיף והולך.
  6. זענען פארהאן וואס לערנען אין רמב"ם[28] אז אויך ער האלט אזוי[29].
  7. דער בן איש חי שרייבט אז די באקוועמסטע פאר די אויג איז זיבן טפחים.
  8. נאר אויב סאיז נישט פארהאן קיין הויף, דעמאלט אויף די טיר צום גאס.
  9. טראץ דעם, נאך אלס אין געוויסע פעלער וואס מקען נישט צינדן ווי תוספות, זענען פארהאן וואס זאגן זיך פירן כאטש ווי רש"י[33].
  10. איינגעטיילט לויט די מנהגים.
  11. די נוסח "שֶׁל חֲנוּכָּה" איז פון בני אשכנז און ווערט שוין געברענגט אזוי פון פריערדיגע[39].
  12. די נוסח נֵר חֲנוּכָּה איז פון בני ספרד, און ווערט שוין געברענגט פון אנדערע פוסקים[40].
  13. די נוסח שֶׁלַּחֲנוּכָּה איז תימנ'ער נוסח, לויט נוסח 'מכון ממרא' וואס איס אוועקגעשטעלט אויף די נוסח פון רוב כתבי יד פון תימנ'ער נוסחאות[41].
  14. דער ערוך השולחן[42] האלט אז מדארף צו זאגן בִּזְּמַן מיט א חירי"ק אונטערן ב'.
  15. ספרד'ישער און תימנ'ער נוסח.
  16. אשכנז'ישער נוסח[44].
  17. טראץ וואס אין די באקאנטע געדרוקטע נוסחאות פון רמב"ם[46] קומט אויס אז נאר אויב ער האט נאכנישט אליינס געצינדן בענטשט ער, אבער אין די אויסגוועלטע פונקטליכע דרוקן[47] שטייט נישט "ולא בירך", און ס'קומט אויס ווי ער שרייבט אין די תשובות.
  18. צו באמערקן אז דער בית יוסף[49] לערנט אין רש"י אז נאר אויב ער גייט אויך נישט צינדן שפעטער אליינס.
  19. צום ערשטן מאהל ווערט דאס דערמאנט אין א תשובה אין טעקע פון תשובות הגאונים וואס איז געדרוקט געווארן אין פראבענס-פראנקרייך אין די לעצטע צוועלף הונדערט יארן, אבער נישט אויסדרוקליך אז אזוי איז די מנהג, נאר ער באצירט זיך צום מנהג פון צינדן חנוכה ליכט אין ביהמ"ד ווי א פשוט'ע אנגענומענע זאך, און טוהט אדורך נאר איבער די צאל וויפיל ליכט מדארף צו צינדן[55].
  20. דאס שטימט מיט די וואס זאגן אז די ארט ווי צו שטעלן די ליכט איז אנגעוואנדן אין די מחלוקת ווי איז געשטאנען די מנורה אין בית המקדש, ווי געברענגט פאלגנד.
  21. על כל פנים, נישט צינדן מיט א ברכה.
  22. ווייל סשטייט אז סזאהל זיין מזוזה מימין ונר חנוכה משמאל, הערט זיך אז אויב סאיז נישט פארהאן קיין מזוזה, צ. ב. א בית כנסת וואס איז פטור דערפון, איז אויך פטור פון חנוכה ליכט.
  23. טראץ וואס סאיז נאר א מנהג, אבער אזויווי מיר בענטשן אויף הלל זאגן וואס איז א מנהג[60].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה א'.
  2. 2.0 2.1 משנה, בבא קמא ו, ו.
  3. שבת כא, א.
  4. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה א'.
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.
  6. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ז'.
  7. שבת כא, ב; מגילת אנטיוכוס אות ס"ח.
  8. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ב'.
  9. 9.0 9.1 שבת כג, א.
  10. אלס אשתו כגופו, אזוי האלט די רמ"א אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב', ווי די רמב"ם אין ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ג' לערנט אפ די גמרא[א].
  11. ד.ה. דער עלסטער פון שטוב.
  12. אזוי האלט דער שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב' ווערט אויך געברענגט אין משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ג'.
  13. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ו'; טור, אורח חיים, סימן תרע"ג; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף א'.
  14. דרכי משה אורח חיים תרעג א אין נאמען פון מהרא"ם און ספר המנהגים, און אזוי נעמט ער אויך אן אין סימן תרעג סעיף א.
  15. 15.0 15.1 קיצור שולחן ערוך, סימן קלט, סעיף ד.
  16. כלבו סימן מד, הלכות חנוכה; משנה ברורה סימן תרע"ג סעיף קטן ד.
  17. הרב מרדכי אליהו, מאמר מרדכי לימים וחגים, פרק נח סעיף עא. אבער נאך אלס איז איילבירטן אויל בעסער ווי אנדערע אויל וואס איז אויך פאסיג אויף צו עסן.
  18. נר מצוה, עניני הדלקת הנרות.
  19. שבת כא, א.
  20. כף החיים, אורח חיים, סימן תרע"ג אות יט; פניני הלכה זמנים יב, ח; משפטי עוזיאל, ח"א, חאו"ח, סי' ז', אות ב'[ב]; שו"ת ישכיל עבדי, חלק ב', או"ח סימן ט' אות ח'.
  21. שו"ת מים חיים, אורח חיים, סימן רעט; רבי שלמה זלמן אויערבאך הליכות שלמה טו, ג[ג].
  22. פניני הלכה.
  23. אור לציון חלק ד.
  24. 24.0 24.1 שבת כא, ב.
  25. תוספות, שבת כא, ב, ד"ה והמהדרין מן המהדרין.
  26. ווי גע'פסק'נט ווי בית הלל.
  27. הגהות הרמ"א על שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.
  28. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה א'.
  29. אזוי שרייבט די ב"ח אין אורח חיים סימן תרעא סעיף קטן ג; דער באר היטב אין סימן תרעא מעיף קטן ג, אבער סאיז נישט קיין קלארער זאך, זעט אויך אין שו"ת חבל נחלתו סימן יט; בית הלוי – סוגיות חנוכה זייט 21 דיבור המתחיל אמר רבי זירא; חדושי מרן רי"ז הלוי הלכות חנוכה פרק ד הלכה א; מנחת אשר מועדים (חנוכה) זייט כט; הרב נחום אליעזר ראבינאוויטש-הדלקת נר חנוכה און נאך.
  30. שבת כב, א.
  31. ווי ג'פסק'נט אין שבת כג, א אז הדלקה עושה מצוה.
  32. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ה'.
  33. זעה דא, רעפערענץ 2.
  34. אויף צו אומשטענדן וואס האבן צו דאס צו געפירט, זעט: הרב צבי רייזמן פינפטער שטיקל, אויף עולמות וועבזייטל; אין נר חנוכה ארטיקל אויף ויקישיבה וועבזייטל.
  35. הרב יהושע מנחם אהרנברג, מקום הדלקת נר חנוכה בזמן הזה; דבר יהושע, חלק א, סימן מ.
  36. שבת כג, א; משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה י'; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ח'.
  37. זעט דא, אין נאך.
  38. שבת כא, ב.
  39. שבת כג, א, משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ד', שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף א', סעיף קטן א'.
  40. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף א', פון ווילנער גאון אין ספר מעשה רב סימן רלט, בן איש חי שנה ראשונה, הלכות חנוכה, הלכה ב', קיצור שולחן ערוך ילקוט יוסף "נוסח הברכות השונות", סעיף קכג.
  41. זעט אין משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג, הלכה ד, און שו"ת מהרש"ל, סימן פה.
  42. זעט ערוך השולחן אורח חיים תרעו סעיף ג.
  43. און אויב ער האט פארגעסן דער ערשטער נאכט קען ער בענטשן אין וועלכן טאג ער דערמאנט זיך.
  44. משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן א.
  45. תשובות הרמב"ם – סימן רכב.
  46. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ד'.
  47. ווי צום ביישפיל דא.
  48. רש"י, שבת כג, א דיבור המתחיל הרואה.
  49. בסימן תרע"ו דיבור המתחיל ודווקא שאינו עתיד להדליק.
  50. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף ג'.
  51. משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן ה.
  52. אזוי האלטן רבי בנימין יהושע זילבער, שו"ת אז נדברו, חלק ה', סימן לז; רבי עובדיה יוסף, חזון עובדיה, חנוכה, זייט מז.
  53. אזוי האלטן רבי שמואל הלוי וואזנער (שו"ת שבט הלוי, חלק ד', סימן לה; רבי שלמה זלמן אויערבאך, שלמי מועד זייט רל"ז; רבי אליעזר יהודה וואלדנבערג, שו"ת ציץ אליעזר, חלק טו, סימן ל, און נאך.
  54. אזוי האלט רבי מרדכי אליהו, ווערט געברענגט אין 'מקראי קודש' הלכות חנוכה, פרק י הערה כג. לויט רבי יצחק יוסף קען מען צינדן מיט א ברכה נאר אויב מהאט דארט געדאוונט אויך מנחה און אויך מעריב. ווערט געברענגט גדארט הערה כב.
  55. תשובות הגאונים החדשות (ירושלים: מכון אופק, תשנ"ה), סי' קעז. זעה פון הרב יהודה זאלדאן, "פרק י"ד: הדלקת מנורת המקדש ומנורת חנוכה בבית הכנסת", מועדי יהודה וישראל (אור עציון, תשס"ד), זייט 219.
  56. 56.0 56.1 ספר העיטור, ח"ב, הלכות חנוכה.
  57. 57.0 57.1 57.2 ספר המנהיג, הלכות חנוכה, סימן קמ"ח.
  58. סמ"ק סימן ר"פ.
  59. 59.0 59.1 59.2 59.3 59.4 59.5 59.6 כל-בו, הלכות חנוכה, מד ע"א.
  60. 60.0 60.1 60.2 60.3 60.4 סימן קיא.
  61. 61.0 61.1 61.2 הלכות חנוכה.
  62. 62.0 62.1 ח"א (שו"ת) סימן קד.
  63. סימן מ.
  64. שבלי הלקט, עניני חנוכה, סימן קפ"ה.
  65. 65.0 65.1 65.2 65.3 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ז'.
  66. דארט אין ספר המנהיג אין אמען פון ראב"ן.
  67. זעט אין "נר חנוכה בבית כנסת, אויף "עולמות – לימוד בעיון" וועבזייטל.
  68. אזוי ברענגט דער כל בו[59] אין נאמען פונעם ראב"ד, און אזוי ווערט געברענגט אין אבודרהם[61].
  69. אזוי שרייבט בפשיטות דער אבודרהם[61].
  70. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען מהריל
  71. שבת כג, ב.
  72. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה י"ב.
  73. פרק צו
  74. ישעיה כד, טו.

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.