רוי:רבי יצחק יוסף

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יצחק יוסף
געבורט י"ח טבת תשי"ב (יארגאנג: 72)
ירושלים
באלאנג חרדים ספרדים
באשעפטיגונג הלכה
אמטן ראש ישיבה פון חזון עובדיה
זיינע רביס זיין פאטער הרב רבי עובדיה יוסף
חיבורים סעריע פון הלכה ספרים "ילקוט יוסף", אוצר דינים לאשה ולבת, עין יצחק און שלחן המערכת

הרב יצחק יוסף (געב' י"ח טבת תשי"ב, 16טן יאנואר 1952) איז דער ראשון לציון און דער ספרד'ישער הויפט רב פון מדינת ישראל, און דער מחבר פון די הלכה ספרים "ילקוט יוסף". הרב יוסף איז דער זון פון הרב רבי עובדיה יוסף. זיינע ספרים ווערן גערעכנט יסודותדיק ביי חרדישע ספרים.

ביאגראפיע

הרב יוסף איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין יאר תשי"ב, דער זעקסטער זון פון הרב עובדיה און זיין רביצין מרגלית יוסף. ער האט געלערנט אין דער 'יבנה' תלמוד תורה פון חינוך עצמאי. ביי די 12 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער ישיבה קטנה פון פורת יוסף אין קאטאמאן, ירושלים. נאכהער האט ער געלערנט אין ישיבת הנגב אין נתיבות, און פון דארטן איז ער געגאנגען לערנען אין חברון ישיבה אין גבעת מרדכי, ירושלים. ער איז געווארן נאענט צו הרב בצלאל זשאלטי.

דעם 24סטן יולי 2013 (י"ז אב תשע"ג) האט מען געוויילט הרב יוסף צום אמט פון ספרדישן הויפט רב פון מדינת ישראל מיט 68 שטימען (קעגן 48 פארן ציוני-דתי קאנדידאט הרב שמואל אליהו און 28 פאר הרב ציון בוארון. י"ב בתשרי תשע"ד האט מען אים באקרוינט ראשון לציון אין א טראדיציאנעלער צערעמאניע אין דער יוחנן בן זכאי שול אין דער ירושלים אלטשטאט. נאך זיין וויילונג אלס הויפט־רב האט מען באשטימט זיין זון, הרב עובדיה, ראש ישיבה פון חזון עובדיה שטאט אים.

רעפערענצן



פריערדיגער:
הרב שלמה עמאר
ראשון לציון
תשע"ג -
קומענדיגער:
היינטיגער


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!