אפיקומן

די מצה וואס ווערט געגעסן נאך די סעודה פון סדר נאכט

אפיקומן איז די מצה וואס ווערט געגעסן בזמן הזה נאך דער סעודה פונעם סדר נאכט, ביי "צָפוּן", אלס זכר און אויפ'ן פלאץ פון קרבן פסח.

דער אפיקומן איז העלפט פונעם מיטלסטן מצה פון די דריי מצות וואס ליגן אויפ'ן סדר טיש.

מען פירט זיך צו נוצן דערפאר די גרעסערע העלפט פון די מיטלסטע פון די דריי מצות וואס ליגן אויפ'ן סדר טיש, וואס ווערט אפגעבראכן ביי "יַחַץ" און באהאלטן ביז סוף סדר[1]. ביי טייל אשכנז'ישע קהילות איז דער מנהג אז די קינדער גנב'ענען און באהאלטן דעם אפיקומן, און באקומען דערפאר א געשאנק.

דער טערמין האט באקומען דעם יעצטיגן באדייט אנגעהויבן פון די תקופה פון די בעלי התוספות. אריגינעל איז דאס ווארט אפיקומן נישט א צונאמען פאר מצה, נאר עפעס וואס ווערט געטון נאכ'ן עסן. אמוראים קריגן זיך איבער איר מיינונג אין גמרא.

נאמען און מקור

אין זמן המקדש האט מען געגעסן דעם קרבן פסח סוף פונעם סעודה[2], כדי עס זאל ווערן געגעסן 'על השובע'[3], דאס הייסט אז דער פסח זאל פאַרענדיגן די זעט[4], כדי מען זאל הנאה האבן פונעם עסן און עס זאל זיין חשוב[5], ווי אלע קדשים[6] וואס דארפן זיין דרך חשיבות וגדולה אזוי ווי קעניגן און גרויסע עסן[7].

אין משנה[8] שטייט: ”אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן”, דאס הייסט, מען זאל נישט אפענדיגן[א] נאכ'ן עסן דעם פסח מיט "אפיקומן"[11].

אמוראים אין די גמרא[12] קריגן זיך. רב האלט אז דאס מיינט אז מען זאל נישט גיין עסן ביי א צווייטע חבורה, ווייל מען קען צוקומען צו עסן פון קרבן פסח וואס איז אסור צו עסן אויף צוויי פלעצער. דאס ווארט אפיקומן טייטשט, לויט דעם, "אפיקו מאני" - ארויסנעמען כלים, אז מען זאל נישט ארויסטראגן די געשיר פונעם הויז אין וועלכע מען געפונט זיך צו טראגן צו א צווייט הויז[13].

לויט שמואל און רבי יוחנן איז דער באדייט אז מען זאל גארנישט עסן - אפילו אויפ'ן זעלבן ארט - נאכ'ן עסן דעם קרבן פסח, אנדערש ווי דער שטייגער צו עסן "קינוח" נאך א סעודה. דאס ווארט אפיקומן טייטשט, לויט דעם, "אפיקו מין" - ארויסברענגען מינים, אז מען זאל נישט ארויסברענגען פארשידענע סארטן נאכשפייז נאכ'ן קרבן פסח[14]; דער תשבי ווינדערט זיך אבער אויף די נוטריקון און זאגט אז עס איז פון גריכישן ווארט פאר נאכשפייז, επικωμον[15]. אין די ראשונים זענען פארהאן עטליכע ערקלערונגען צו דעם דין: כדי דער טעם פונעם פסח זאל בלייבן אין מויל[13][16][17]; כדי צו זיכער מאכן אז מען איז מקיים די הלכה אז קרבן פסח ווערט געגעסן "על השובע", ווייל אז מען וועט נישט קענען עסן נאכדעם וועט מען עסן צו די זעט בעפאר[18]; אדער כדי דער מענטש זאל געדענקען צו זאגן הלל אויך ווען ער גייט אריבער צו א צווייט פלאץ נאכ'ן עסן, ווי עס איז געווען דער סדר אין די צייטן פון בית המקדש[19]; אדער אלס גזירה מען זאל נישט קומען צו עסן דעם קרבן פסח אויף צוויי פלעצער[20][ב].

אין גמרא איז פארהאן א מחלוקת אמוראים צו אויך היינטיגע צייטן, וואס ס'איז נישט דא קיין קרבן פסח, איז ביי מצה דא דער דין אז מען זאל נישט עסן נאכדעם: "אין מפטירין אחר המצה אפיקומן"[12], און די הלכה איז ווי רב יהודה אין נאמען פון שמואל, אז אויך היינט טאר מען נישט[16][21]. וויבאלד מען דארף ענדיגן מיט מצה און דערנאך נישט פארזעצן מיט אפיקומן, ד.ה. עסן סיי וואס, רופט מען דעם לעצטן שטיקל מצה "אפיקומן"[22]; אדער צוליב חביבות צו דעם שטיקל מצה ווי צו א זיסע נאכשפייז[23].

גדר פונעם מצה

אין די ראשונים זענען פארהאן עטליכע שיטות איבער וואס עס איז דער גדר פון די לעצטע שטיקל מצה וואס מען עסט פאר "אפיקומן":

  • רש"י און דער רשב"ם האלטן אז דאס איז אויפ'ן פלאץ פון די מצה וואס מען האט געגעסן אינאיינעם מיט'ן קרבן פסח, און מען איז פונקט ווי דאן יוצא דערמיט דעם עיקר חיוב פון אכילת מצה[24]
  • דער רא"ש האלט אז עס קומט אלס זכר צום קרבן פסח וואס מען האט געגעסן ביים סוף פונעם סעודה[25].
  • תוספות[26] און דער ריטב"א זאגן אז די מצה פון אפיקומן קומט נאר אויף צו ענדיגן די סעודה, אז דער טעם פון מצה זאל פארבלייבן[27].

לויט די ראשונים וואס האלטן אז די כזית אפיקומן דאס איז די חובת מצה, דאך זאגט מען די ברכה 'על אכילת מצה' ביים אנהייב פונעם סעודה, כאטש יענע אכילה איז נישט לשם חובה, ווייל עס קען נישט זיין "אז נאך וואס מען האט זיך אנגעפולט דאס בויך דערפון זאל מען ווידער מאכן א ברכה דערויף", דערפאר מאכט מען א ברכה אויף די ערשטע און מען האט אינזין אויך דער לעצטער כזית[24][ג].

עסן דעם אפיקומן

ביי "יחץ", צעברעכט דער פירער פונעם סדר א מצה - די מיטלסטע פון די דריי מצות וואס וואס ליגן אויפ'ן טיש פון אנהייב סדר - אז עס זאל זיין "לחם עוני", ארעמע ברויט, און מען פירט זיך אוועקצולייגן די גרעסערע העלפט, איינגעוויקלט אין א פאטשיילע[29], פאר אפיקומן. ביי "צפון", נאכן סוף פון דער גאנצער סעודה, נעמט מען דאס אפיר און יעדער, אריינגערעכנט פרויען[30], עסט דערפון א כזית אנגעלאנטערהייט.

טייל פירן זיך צו נעמען דעם אפיקומן אינעם פאטשיילע און עס ווארפן אויף הינטערוויילעכץ אויפ'ן אקסל און גיין מיט עס אין הויז פיר אמות, און מ'זאגט 'אזוי זענען אונזערע עלטערן געגאנגען מִשְׁאֲרֹתָם צְרֻרֹת בְּשִׂמְלֹתָם עַל שִׁכְמָם'[31]. אנדערע שרייבן אז מען פירט זיך נישט אזוי[32].   ס'זענען דא וואס שרייבן א מנהג צו אָפּברעכן א שטיקל פון דער אַפיקומן און עס אויפהענגען[33], צו געדענקען יציאת מצרים[34]. אנדערע שליסן אויס דעם מנהג צוליב ביזוי אוכלים[35].

מען עסט דעם אפיקומן ווען מ'איז שוין זאַט, אלס זכר צום קרבן פסח וואס איז נאכל על השובע[36].אבער אויב ער איז אזוי זאט אז ער ווערט פארעקלט פון עסן איז ער נישט יוצא, ווייל אכילה גסה הייסט נישט עסן[37].

הלכות

לויט די ראשונים[38], דארף מען עסן פונעם אפיקומן א כזית (אין וועלכע עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען וויפיל עס איז, מיט מאָסן צווישן 7 קיוביק ס"מ ביז 50 קיוביק ס"מ), אזויווי אלע מצוות פון עסן, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[36]. טראצדעם שרייבן דער מהרי"ל און די אחרונים אז לכתחילה זאל מען עסן צוויי כזיתים[39][ד][ה].

מען דארף עסן דעם מאָס אין די צייט-אפשניט וואס ווערט גערופן 'כדי אכילת פרס' (וואס אין איר לענג זענען פארהאן מיינונגען צווישן 3 און 9 מינוט).

עס זענען דא וואס פלעגן אריינלייגן א כזית פון אפיקומן אין מויל, און דערנאך לייגן דעם צווייטן און זיי אינאיינעם קייען און שלינגען[41]. אנדערע שרייבן אז מען זאל זיי נישט עסן צוזאמען נאר איינס נאכ'ן אנדערן[42].

מען עסט די מצה אנגעלאנט[43], אנדערע זאגן אז מען דארף זיך נישט אנלאנען[44]. אויב האט מען פארגעסן זיך אנצולאנען דארף מען נישט עסן נאכאמאל[45].

אויב מען האט פארגעסן צו עסן דעם אפיקומן, און מען האט זיך דערמאנט נאך וואס מען האט זיך געוואשן מים אחרונים אדער מען האט געזאגט "הב לן ונברך", זאל מען פארט עסן דעם אפיקומן אן קיין פרישע ברכת המוציא[46]. אויב מען האלט שוין נאכ'ן בענטשן, איידער מען האט געמאכט א הגפן אויפ'ן דריטן כוס, זאל מען זיך וואשן אן א ברכה, מאכן ברכת המוציא און עסן דעם אפיקומן, און דאן בענטשן נאכאמאל אויף דעם כוס[46]. ווידער אויב האט מען זיך דערמאנט שוין נאכ'ן טרינקן דעם דריטן כוס, זאל מען זיך וואשן און עסן דעם אפיקומן און בענטשן אן א כוס[47].

נאך דעם אפיקומן טאר מען נישט עסן, כדי ס'זאל נישט אוועקגיין דער טעם פונעם אפיקומן[48]. אויב האט מען יא געגעסן, זאל מען ווידער עסן א כזית מצה פאר אפיקומן[49]. עס איז א מחלוקת הפוסקים צי מען מעג טרינקען[50] אדער נישט[51], און לכתחילה זאל מען נישט טרינקען קיין שום משקה (אויסער די צוויי לעצטע כוסות), נאר וואסער און טיי וכדומה[52].

אין די נאכט פון יום טוב שני גליות איז נישטא קיין איסור צו עסן און טרינקען נאך אפיקומן, אבער די מהדרים פירן זיך די צווייטע נאכט ווי די ערשטע לכל דבר, און עס איז נישט פאסיג אז א מענטש זאל זיך אויסשליסן פון דעם כלל[53].

עס איז געווען א מנהג צו עסן א כזית מצה אויך ביי די ענדע פון די סעודה בייטאג, און דערנאך גארנישט עסן דעם גאנצן טאג[54]; מען דארף זיך אבער נישט פירן ווי דעם מנהג[55].

סוף זמן אכילה

סוף זמן אכילת אפיקומן
(הויפט מקורות)
 
מקרא שמות יב, ח–יא
משנה משנה, זבחים ה, ח
תלמוד בבלי פסחים קכ, ב
משנה תורה משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה א'
שולחן ערוך שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ז
מקורות נוספים אבני נזר אורח חיים, סימן שפא

דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח

ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז חצות פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מדאורייתא ביז'ן עלות השחר[56]. לויט אביי איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר מדרבנן "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות[57]. אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם[58]: ”כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר.”

ביי אכילת מצה

אין מסכת פסחים[59] זאגט רבא אז לויט רבי אלעזר בן עזריה דארף מען אויך היינטיגע צייטן עסן די מצה פאר חצות, כאטש עס איז שוין נישטא קיין קרבן פסח.

הלכה למעשה

לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה, און דערפאר דארף מען ענדיגן אויך די אפיקומן בעפאר חצות[60]. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט[61], און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה[58]. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן פרי חדש דארף מען לכתחילה אויך דעם אפיקומן עסן בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן)[62], ווידער לויט רבינו מנוח איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור כרת (צוליב נותר). דער רא"ש וואס האלט אז אפיקומן איז א זכר צום קרבן פסח זאגט אויך מען זאל עסן פאר חצות, אזויווי דער דין פון קרבן פסח, און קלערט אז אפילו לויט רבי עקיבא איז מעגליך מדרבנן אויך א חיוב צו עסן פאר חצות "להרחיק את האדם מן העבירה"[63].

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט: ”ויהא זהיר לאכלו קודם חצות”[36], דאך זענען געווען גדולים וואס האבן נישט מקפיד געווען דערויף, און האבן זיך נישט געיאגט מיט'ן סדר צו ענדיגן בעפאר חצות[64], אדער האבן זיי מקיל געווען אין די צווייטע נאכט[65]. פון איין מקור ווייזט אויס אז דער ריכטיגער קיום המצוה איז צו עסן דעם אפיקומן נאך חצות, ווען עס איז אן עת רצון[66].

חידוש פון אבני נזר

דער אבני נזר[67] לערנט אז דער טעם פון רבי אלעזר בן עזריה איז צוליב וואס ער לערנט ארויס דעם דין פון פסוק וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה[68] - וואס דער אויבערשטער האט גע'הרג'עט די מצרי'שע בכורים ביי חצות, דערפאר וואלט מען געדארפט עסן דעם קרבן פסח און אפיקומן גענוי ביי חצות, נאר וויבאלד מען קען נישט עסן פונקט ביי חצות דארף מען דאס עסן בעפאר חצות און גארנישט עסן דערנאך, כדי דער טעם זאל בלייבן אין מויל ביי חצות ווען עס איז דער עיקר צייט פון די מצוה.

דערמיט איז ער מחדש, אז אויב איינער האלט נאכנישט ביי צפון בעפאר חצות, קען ער דאן עסן דעם אפיקומן מיט א תנאי אויב די הלכה איז ווי רבי אלעזר בן עזריה, און צואווארטן מיט'ן סעודה ביז נאך חצות. דערמיט וועט ער יוצא זיין די שיטה פון רבי אלעזר בן עזריה, וויבאלד ביי חצות האט ער געהאט דעם טעם פון די מצה אין מויל. דאן, נאך חצות, קען ער פארזעצן די סעודה און דערנאך ווידער עסן אפיקומן, צו יוצא זיין די שיטה פון רבי עקיבא אז מען קען עס עסן ביז'ן עלות[ו].

דער בריסקער רב האט צוגעשטימט צו די עצה פון אבני נזר, אבער ער האט צוגעלייגט אז עס פעלט אינגאנצן נישט אויס צו מאכן א תנאי, ווייל די לעצטע מצה וואס מען עסט אין זמן המצוה איז אויטאמאטיש דער אפיקומן[69]. אנדערע האבן מפקפק געווען אין דעם חידוש, ווייל מיר טרעפן נישט די סברא אין די פריערע פוסקים[70].

גנב'ענען דעם אפיקומן

אין גמרא ווערט געברענגט א ברייתא:

תניא, רבי אליעזר אומר: חוטפין מצות בלילי פסחים, בשביל תינוקות שלא ישנו

רש"י טייטשט אז מען הייבט אויף די קערה מיט די מצות, אדער אז מען עסט געשווינד, אבער דער רמב"ם לערנט אפ אז דאס מיינט כאפן די מַצוֹת איינער פון צווייטן צו ציען אינטערעסע ביי די קינדער[71].

עס איז פארהאן א מנהג אז די קינדער כאפן אוועק די מצה וואס מען גרייט צו ביי יחץ פאר אפיקומן[72], און ביי צפון קריגן זיי הבטחות פאר מתנות אין אויסטויש פאר'ן צוריקברענגען.

היינט איז דער מנהג פארשפרייט ביי פילע געמיינדעס, אבער אין די פארגאנגנהייט איז עס געווען איינגעפירט בלויז ביי א טייל אשכנז'ישע קהילות און ביי אנדערע טיילן פון כלל ישראל איז עס נישט געווען באקאנט. עס זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאט טענות דערויף אז מען לערנט די קינדער צו גנב'ענען[73]. רבי חיים סאלאווייטשיק האט געהאלטן אז די מצה פון אפיקומן דארף זיין אפגעהיטן, ווי עס צייגט דער סימן "צפון", ווייל עס איז גלייך צו פלייש פון קרבן פסח וואס פאדערט שמירה, און ער האט נישט צוגעלאזט די קינדער זאלן דאס אוועקכאפן[74].

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. מפטירין איז א לשון פון געזעגענען און אוועקגיין, ווי אדם הנפטר מרבו[9], אדער המפטיר בנביא[10].
  2. זעט ווייטער נאך א טעם פונעם אבני נזר.
  3. דער משנה ברורה אין שער הציון[28] שרייבט מען זאל אינזין האבן ביי די ברכה פון אכילת מצה אויך דעם אפיקומן, צוליב די שיטה.
  4. דער טעם פון מהרי"ל איז צו עסן א כביצה - וואס ער נעמט אן איז צוויי כזיתים - אלס "באליבטע מצוה", אז עס זאל זיין דערין דער שיעור צו ווערן זאט. ווידער דער ב"ח שרייבט מען זאל עסן צוויי כזיתים צו יוצא זיין ביידע שיטות פון די ראשונים, איינס אלס זכר צום קרבן פסח און איינס צו די מצה וואס מען האט מיטגעגעסן דערמיט. נאך א הסבר איז אז די צווייטע כזית איז אלס זכר צום קרבן חגיגה[40].
  5. פארהאן א דריטע דעה פונעם חינוך, וואס זאגט אז מען זאל עסן "אביסל מצה" זכר לפסח. דאס שטימט מיט די מיינונג אז אפיקומן קומט נאר אויף צו בלייבן מיט'ן טעם פון מצה אין מויל.
  6. נאכ'ן צווייטן אפיקומן וועט ער ווייטער גארנישט עסן ביז צום עלות, דער זמן פון די מצוה לויט רבי עקיבא.

רעפערענצן

  1. מחזור ויטרי, הלכות פסח סימן ס"ה
  2. רשב"ם קיט, ב ד"ה כגון; רמב"ם פ"ח ה"ט
  3. ברייתא דף ע, א
  4. זעט רש"י סט, ב ד"ה ובמועט; רמב"ם שם, ובהל' קרבן פסח פ"ח ה"ג
  5. רש"י שם, ודף ע, רע"א ד"ה על השבע
  6. רשב"ם שם
  7. ווי עס שטייט (במדבר יח, ח) "קָדְשֵׁי בְנֵי יִשְׂרָאֵל לְךָ נְתַתִּים לְמָשְׁחָה". סוטה טו, א
  8. פסחים י, ח
  9. ספר האורה
  10. רשב"ץ. ווייל מען ענדיגט שחרית מיט'ן הפטורה. אבודרהם.
  11. רשב"ם שם ד"ה מפטירין
  12. 12.0 12.1 פסחים קיט, ב
  13. 13.0 13.1 רשב"ם, פסחים קיט, ב
  14. רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב
  15. רבי אליהו בחור, ספר התשבי, ערך אפיקומן; "זיס אובסט וואס מען עסט נאך טיש עס הייסט דעסרט". משה לאנדא פון פראג, ערוך ערך אפיקומן. זעט אויך אין רבי נתן פון רוים ערוך השלם
  16. 16.0 16.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ח', הלכה ט'
  17. רבי יעקב אנַטולי (ד'תתקנ"דה'ט"ז), מלמד התלמידים, פר' צו דף צה.
  18. דער רמב"ן אין מלחמות ה', און בעל המאור, פסחים כו: בדפי הרי"ף
  19. בעל המאור, פסחים כו: בדפי הרי"ף
  20. ר"ן פסחים כז. בדפי הרי"ף, ד"ה מאי אפיקומן
  21. טוש"ע או"ח תעז א, ותעח א
  22. פסקי ריא"ז, פסחים פרק י' הלכה ג' אות י"ד, געברענגט אין שלטי הגבורים אויפ'ן רי"ף, פסחים פרק י'; בית יוסף, אורח חיים, סימן תע"ח
  23. לבוש, אורח חיים סימן תע"ח סעיף א'
  24. 24.0 24.1 רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב, ד"ה אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן
  25. פסחים פרק י סימן לד
  26. לויט איין וועג אין תוספות, פסחים קכ, א, ד"ה באחרונה
  27. ריטב"א, סדר ההגדה
  28. סימן תע"ז, סעיף קטן ד'
  29. שו"ת מהרש"ל פח
  30. משנה ברורה, סימן תע"ז, סעיף קטן ב'. און אזוי איז משמע פון טוש"ע תעב יד
  31. שמות יב, לד. אזוי האבן זיך געפירט דער מהרש"ל און דער תרומת הדשן. הנהגת מהרש"ל, אות ו'
  32. רבי יעקב ריישער, חק יעקב, סימן תע"ז סעיף א'; שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תע"ז, סעיף ה'
  33. שו"ת שבות יעקב ג נב. וראה באר היטב שם סק"ד
  34. שערי תשובה שם סק"ד
  35. קיצור של"ה, הובא בשבות יעקב שם
  36. 36.0 36.1 36.2 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ז, סעיף א'
  37. רמ"א תעו א, ומגן אברהם שם סק"ב
  38. שבלי הלקט ריח
  39. רבי יעקב מולין, מהרי"ל (מנהגים), סדר ההגדה, אות ל"ח; דרכי משה ס"ק א. בית חדש, אורח חיים, סימן תע"ג ס"ק כ"ו ד"ה ומ"ש ויש אומרים. ט"ז ומ"א סק"א
  40. רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל ק"ל, סעיף י"ד
  41. מנהגי בעל החתם סופר, י, יז
  42. הליכות שלמה מועדים פסח ט נד. וראה בדבר הלכה שם בטעם הדבר
  43. רא"ש פסחים י כ; הגהות מיימוניות חמץ ומצה ז ח; טוש"ע או"ח תעז א
  44. זעט בית יוסף, אורח חיים, סימן תע"ב, און פרי חדש תעז סק"א, וואס זענען מדייק פונעם משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ז', הלכה ח'
  45. פרי חדש שם; שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תע"ז, סעיף ד'; דער משנה ברורה, סימן תע"ז, סעיף קטן ד' זאגט אז לכתחילה זאל מען יא עסן נאכאמאל מיט הסיבה
  46. 46.0 46.1 שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תע"ז, סעיף ב'
  47. בזמן הזה וואס מיר בענטשן נישט אלעמאל אויף א כוס, משנה ברורה, סימן תע"ז, סעיפים קטנים י"א–י"ז
  48. לבוש תעח, א
  49. אליה רבה שם תעז סק"ג, בשם אבודרהם; לויט רבי יעקב ריישער, חק יעקב, סימן תע"ח סעיף א' דארף מען נישט.
  50. תוספות, פסחים קיז, ב, ד"ה רביעי; הרב רבנו יונה. הובא ברא"ש פ"י סי' לג, ובטור סי' תפא.
  51. רי"ף (כז, א). רא"ש שם, ממשמעות רב יוסף טוב עלם; טור בשם הגאונים; רמ"א סי' תפא ס"א; מ"א תעח סק"א
  52. שולחן ערוך הרב, אורח חיים, סימן תע"ח, סעיף א'; משנה ברורה, סימן תע"ז, סעיף קטן ב'. זעט אויך משנה ברורה, סימן תפ"א, סעיף קטן א'
  53. שבלי הלקט ריח, בשם הגאונים. וראה בית יוסף, אורח חיים, סימן תפ"א
  54. ארחות חיים הלכות ליל הפסח, סימן כ"ח
  55. דרכי משה סימן תע"ז סק"א. זעט אויך תשובות והנהגות חלק שני, אורח חיים סימן רל"ד, אן ערקלערונג צו דעם מנהג
  56. ברכות ט, א
  57. זבחים נז, ב
  58. 58.0 58.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קרבן פסח, פרק ח', הלכה ט"ו
  59. פסחים קכ, ב
  60. תוספות, מגילה כא, א
  61. משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה א'
  62. פרי חדש אורח חיים סימן תעז
  63. רא"ש פסחים פרק י סימן לח, מסכת ברכות פרק א סימן ט
  64. זעט אין מנהגי בעל החת"ם סופר; רבי יצחק יעקב ווייס, שו"ת מנחת יצחק ט, סימן מח
  65. זעט ראב"ן אויף פסחים קכ:; שו"ת אמרי נועם, חלק שני סימן ד'; שו"ת בית שערים, אורח חיים סימן רי"א
  66. רבי מענדעלע רימאנאווער אין מנחם ציון, הגדה של פסח ביי ורחץ; זעט אן אריכות אין שו"ת אמרי נועם, חלק שני סימן ד'
  67. רבי אברהם בארנשטיין, אבני נזר, אורח חיים, סימן שפ"א
  68. שמות יב, יב
  69. אסופות רבינו חיים הלוי, עמוד קי"ב
  70. אגרות משה, אורח חיים חלק חמישי, סימן ל"ח אות ח'
  71. משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ז', הלכה ג'
  72. רבי יעקב ריישער, חק יעקב, סימן תע"ב סעיף ב'; ערוך השולחן אורח חיים סימן תע"ב סעיף ב'
  73. רבי שם טוב גאגין, כתר שם טוב ג
  74. הגדה של פסח מבית הלוי, ביי "יחץ", און אין די קובץ הוספות דארט


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.