רוי:זשאן-פאל סארטרע

ווערסיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
זשאן-פאל סארטרע אין זיינע עלטערע יארן

זשאַן-פאל סאַרטרע (פראַנצויזיש: Jean-Paul Charles Aymard Sartre‏; 21סטן יוני 1905 – 15טן אפריל 1980) איז געווען א פראנצויזישער פילאסאף, דראמאטורג, ראמאניסט, סצענאר, פאליטישער אקטיוויסט און ליטעראטור קריטיקער.

ביאגראפיע

זשאן-פאל איז געבוירן דעם 21סטן יוני 1905 אין פאריז, פראנקרייך, צו זיין פאטער זשאן-באפטיסט סארטרע, אן אפיציער אין דעם פראנצויזישן פלאט, און זיין מוטער אן-מארי שווייצער. ווען ער איז געווען אלט פופצן מאנאטן איז זיין פאטער געשטארבן, און זיין מוטער האט זיך צוריקגעצויגן צו אירע עלטערן. דארט האט זיין זיידע אים געלערנט מאטעמאטיק און ליטעראטור.

ער האט שטודירט פילאסאפיע אין עקאל נארמאל סופעריער. אין 1929 האט ער באקומען א דאקטאראט אין פילאסאפיע. דאס זעלבע יאר האט ער באקאנט סימאן דע באוואר וואס איז דעמאלסט געווען א סטודענטקע אינעם סארבאן. פון 1929 ביז 1931 האט ער געדינט אין דער פראנצויזישער מיליטער.


פילאזאפיע
פראמינענטע מענטשן
פילאזאפן פון דער אוראלטער תקופה לאא ציקאנפוציוסטאלעספיטאגאראסהעראקליטוסמו דזהבודהאפארמענידעספראטאגאראסדעמאקריטוססאקראטעספלאטאןאריסטאזענאן פון קיטיוןטימאן פון פליוספירון מאליספלוטינוסשון דזהקונדה-קונדה
פילאזאפן פונעם מיטל אלטער אויגוסטינוסדזשאן דנס סקוטוסאוויצענאג'ו שירמב"םטאמאס פון אקווינאוויליאם פון אקאםניקאלא מאקיאוועליטאמאס האבספראנסיס בייקאן
מאדערנע פילאזאפן רענע דעקארטברוך שפינאזאגאטפריד לייבניץדזשאן לאקדזשארדזש בארקלידעיוויד היוםזשאן-זשאק רוסאאימאנועל קאנטדזשערעמי בענטאםגעארג העגלדזשאן סטיוארט מילארטור שאפנהאוערסרן קירקגורקארל מארקספרידריך ניצשע
היינטיקע פילאזאפן גאטלאב פרעגעדזשאן דיואיעדמונד הוסרלמארטין היידעגערבערטראנד ראסלרודאלף קרנפלודוויג וויטגנשטייןקארל המפלזשאן-פאל סארטרעווילארד וואן אורמאן קווייןדזשאן רולסיורגן האברמאסמישל פוקו
פילאזאפיע פארטאל