ד' שבט
דאטום אין אידישן לוח
ד' שבט איז דער פערטער טאג פונעם פינפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פערטער טאג פונעם עלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זחא זחג |
זונטאג | בא |
השא השג |
זונטאג | בשלח |
בחג בחה זשג זשה |
דינסטאג | בא |
בשה בשז גכה גכז |
דאנערשטאג | בא |
החא | פרייטאג | בא |
הכז | שבת | בא |
חגים וזמנים
געשעענישן
געבוירן
- ב'קצ"ח – אשר בן יעקב, לויט געוויסע דעות[1]
- ה'תרס"ה – רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צאנז-קלויזנבורגער רבי פון נתניה, מחבר פון שפע חיים און דברי יציב
יארצייטן
- ב'שכ"א – אשר בן יעקב, לויט געוויסע דעות[2]
- ה'תקס"ז – רבי משה לייב סאסובער (געבוירן ה'תק"ה)
- ה'תק"ע – רבי אברהם קאליסקער פון טבריה, פון די תלמידים פון דער מעזריטשער מגיד און פון די מנהיגים פון די חסיד'ישע עליה קיין ארץ ישראל אין יאר ה'תקל"ז (געבוירן ה'תק"א)
- ה'תרמ"ז – רבי מנחם נחום טווערסקי דער טריסקער מגיד פון בריסק (געבוירן ה'תקפ"ט)
- ה'תרס"ח – רבי דוד ניימאן-לאקענבאך, דער ראב"ד אין פרעשבורג און א תלמיד פון חתם סופר און כתב סופר, מחבר פון תשובות "ניר לדוד" (געבוירן ה'תק"פ)
- ה'תרפ"ד – רבי חיים משה אלישר, דער ראשון לציון און פון די רבנים פון ירושלים. א זון פון דער ראשון לציון רבי יעקב שאול אלישר
- ה'תרצ"ב – רבי רחמים מלמד כהן, דער רב פון די פערסישע אידן אין ירושלים (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'תרצ"ט – רבי עזרא עבאדי-שעיו, דער רב און אב בית דין הגדול פון ארם צובא (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תשכ"ו – רבי יחיאל יעקב וויינבערג, א רב און פוסק, ראש בית המדרש לרבנים אין בערלין, מחבר פון שו"ת שרידי אש
- ה'תשל"ח – רבי מנחם שלמה טויב דער קאלובער רבי פון וויליאמסבורג, בעל "חקל תפוחין" (געבוירן ה'תרס"א)
- ה'תשמ"ד – רבי ישראל אבוחצירא פון נתיבות, באקאנט אלס דער "באבא סאלי"
- ה'תשס"א – רבי משה לוי, ספרד'ישער פוסק און מחבר פון הלכה ספרים, א ר"מ אין ישיבת כסא רחמים