אייר

אכטער חודש ציילנדיג פון תשרי, צווייטער ציילנדיג פון ניסן
ווערסיע פון 13:35, 18 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פארראכטן פּאראמעטער)


►► אייר ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית


אייר איז דער אכטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש אייר פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן אפריל-מאי אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אינמיטן דער סעזאן פון פרילינג אין דעם צפון האלבקיילעך און פון הערבסט אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש חשון אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אייר אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג, און ראש חודש אייר באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' ניסן און א' אייר[1]. חודש אייר קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג אדער שבת[2].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אייר, אז די וועלכע דארפן ברענגען א פסח שני זאלן וויסן אויף ווען צו קומען[3].

נאמען

 
”ירח זיו שבו זיוו של עולם; הצמחים ניכרין והאילנות ניכרין” (תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב')

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השני"[4]. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "חודש זיו"[5], א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[6]. עס באדייט "שיין", ווייל אין דעם חודש איז דער וועלט באשיינט מיט פרישע בלומען און בליענדע ביימער[7], אדער ווייל די זון געבט שוין איר גאנצע ליכטיגקייט[8]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף די אבות וועלכע האבן באשיינט די וועלט און זענען שוין געווען געבוירן אין דעם חודש, ווערנדיג געבוירן - לויט די שיטה - אין ניסן[9].

דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אייר" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ayyāru, וואס טראגט אויך דעם באדייט פון ליכטיגקייט אדער בליען[10]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[11]. אין מדרש ווערט עס גע'דרש'נט נאך די מן וואס השי"ת האט אין דעם חודש געגעבן פאר אידן בפנים מאירות[12]. עטליכע מקורות זענען מרמז אז אייר איז ראשי תיבות "אברהם יצחק יעקב רחל", און זיי ערקלערן עס אויף עטליכע אופנים[13].

דער נאמען דארף געשריבן ווערן אין א גט "אייר", מיט צוויי י'[14]. אזוי שטייט עס אין תרגום שני אויף מגילת אסתר[15], און אזוי זעט מען פון די חדשים בעפאר און דערנאך, וואס זייער ניקוד איז מיט חיריק און קמץ[16]. אויב האט מען עס געשריבן מיט איין י' איז עס פסול, חוץ בשעת הדחק[17]. טייל האלטן זיך צוריק פון שרייבן א גט אין אייר צוליב דעם ספק[17], און טייל זענען מחמיר צו געבן צוויי גיטין געשריבן לויט ביידע וועגן[18]. דער מנהג איז אבער איינגעפירט אויף רוב פלעצער צו שרייבן לכתחילה איין גט מיט צוויי י'[19].

אין דער גזר קאלענדאר (עב') ווערט דער חודש אנגערופן "ירח קציר שעורים"[20].

אין אראביש, הייסט דער מאנאט פון מאי "עיאר".

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל פון דעם חודש איז מזל שור[21], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל תאומים דער מזל פון חודש אייר.

לויט דער זוהר, איז חודש אייר קעגן שבט שמעון[23]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט יששכר[24], אדער קעגן שבט ראובן[25], אדער קעגן שבט בנימין[26], אדער קעגן שבט יוסף[27].

חודש אייר איז קעגן דעם אות ו[21].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז יהה"ו[28], וואס גייט ארויס פון פסוק יִתְהַלֵּל הַמִּתְהַלֵּל הַשְׂכֵּל וְיָדֹעַ”[29].

דער מלאך גבריאל הערשט איבער דעם חודש[30].

אין פארשידענע מקורות ווערט געברענגט אז דער חודש איז מסוגל פאר רפואה[31].

חודש אייר איז דער עיקר צייט פון "קציר" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק[32] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[33].

דינים און מנהגים

 
די הילולא פאר רבי שמעון בר יוחאי ווערט געפייערט מיט אן הדלקה, אום ל"ג בעומר

דורכאויס דעם חודש פאלן אויס די טעג פון ספירת העומר, ווען מען פירט זיך מיט געוויסע מנהגי אבילות און אנדערע מנהגים.

אין דעם חודש הייבן אן די ישיבות א פרישן זמן, נאך די טעג פון בין הזמנים. לויט א מקור אין ספרי חסידות, איז עס אזוי איינגעפירט געווארן ווייל אייר און חשון זענען מסוגל צו באגרייפן דעת תורה, מער ווי אנדערע חדשים[34]. אין פראנקפורט האט מען זיך געפירט צו בענטשן דעם חודש מיט א גמרא ניגון[35].

מען פירט זיך צו זאגן אב הרחמים אין דעם חודש אויך אין פעלער ווען מען זאגט עס נישט אין אנדערע חדשים, ווייל די גזירות תתנ"ו זענען פארגעקומען אין דעם חודש[36].

מועדים וזמנים

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[22].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. ראש השנה יח, א
  4. שמות טז, א
  5. מלכים א' ו, א
  6. יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
  7. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'; מפרשים אויף מלכים א' ו, א
  8. רבי יוסף קרא, מלכים א ו, א
  9. ראש השנה יא, א, און רש"י
  10. W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94‏, JSTOR 3259081
  11. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  12. מדרש שמות החדשים, געדרוקט אין ספר תורה שלמה, כרך י-יא עמ' קע"ז
  13. ספר קרניים, מאמר ז' אות י"ב; מגלה עמוקות, אופן ר'; בני יששכר, מאמר א' אות ה'. זעט אויך בית שמואל, אבן העזר, סימן קכ"ו, וועלכער ווייזט אויף דערפון אז מען דארף שרייבן "אייר" מיט צוויי י'.
  14. שולחן ערוך, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף כ"ג
  15. ג, ז
  16. תרומת הדשן, סימן רל"ג
  17. 17.0 17.1 רמ"א, אבן העזר, סימן קכ"ו
  18. דרכי משה, אבן העזר, סימן קכ"ו בשם מהרי"ל
  19. רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף ט"ו. זעט שדי חמד, מערכת גט סימן י"ז
  20. גזר קאלענדאר
  21. 21.0 21.1 ספר יצירה פרק ה' משנה ח'
  22. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  23. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך קידוש ירחים לחודש אייר פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער היסוד; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  24. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.

  25. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289
  26. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  27. רסיסי לילה אות ל"ט
  28. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  29. ירמיה ט, כגִ
  30. ספר הזוהר, פרשת יתרו
  31. ליקוטי מוהר"ן, רע"ז; עבודת ישראל, ליקוטים; בני יששכר, מאמר א' אות ג'; חידושי חתם סופר, שבת קמז, ב. זעט אויך אוהב ישראל לשבת אחר פסח, אז די טעג פון מאנאט מאי זענען מסוגל פאר רפואת הגוף והנפש.
  32. בראשית ח, כב
  33. בבא מציעא קו, ב
  34. מאור ושמש, סוף פרשת שמיני
  35. מנהגי פרנקפורט - מועדים, עמוד ק'
  36. רמ"א און מגן אברהם, אורח חיים, סימן רפ"ד