פרשת בְּרֵאשִׁית איז די ערשטע פרשה פון ספר בראשית און פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ו', פסוק ח', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.

Arrow r.svg בראשית Arrow l.svg
פסוקים בראשית א, א - ו, ח
צאל פסוקים 146
צאל ווערטער 1931
אינהאלט בריאת העולם, עץ הדעת, קין און הבל, געבורט פון נח
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (1)  לא תעשה (0)
פריה ורביה
הפטורה
אשכנזים ישעיהו מב, המג, י
ספרדים, חב"ד און קהילת פראנקפורט ישעיהו מב, ה–כה
תימנים ישעיהו מב, א–טז
איטאליענער ישעיהו מב, א–כא
ערשטער קאפיטל פון פרשת בראשית געשריבן אויף אן איי אין מדינת ישראל מוזעאום

די פרשה שילדערט ווי דער אויבערשטער באשאפט די וועלט, אדם און חוה, און הייליגט דעם שבת. א שלאנג איבערצייגט חוה, וואס לאדנט דאן אדם, צו עסן פונעם עץ הדעת, וואס גאט האט זיי פארבאטן. גאט שעלט זיי און פארשיקט זיי פון גן עדן. איינער פון זייערע זין, קין, מארדעט זיין ברודער הבל פון קנאה. אדם און חוה האבן נאך א זון, שת. די אפשטאמלינגען פון אדם פאפולירן די וועלט, די דורות ווערן מער און מער קארופטירט, ביז דער אויבערשטער איז מחליט צו חרוב מאכן דאס מענטשהייט. איין מענטש, נח, געפונט חן ביי גאט.

פרשת בראשית ווערט געליינט די ערשטע וואך נאך שמחת תורה. די ערשטע עליה אינעם פרשה ווערט אויך געליינט אין שמחת תורה, גלייך נאכ'ן ענדיגן דעם ציקל פון קריאת התורה. דער וואס איז עולה דעם קריאה אין שמחת תורה ווערט גערופן דער "חתן בראשית".

פרשה אינהאלט

בריאת העולם

  בריאת העולם

ספר בראשית הייבט זיך אן מיט א דעטאלירטע שילדערונג פון בריאת העולם דורך דעם אויבערשטן - "אלקים", אין זעקס טעג[1]:

  • אנפאנג פונעם ערשטן טאג, איז די וועלט געווען ליידיג און פוסט, תוהו ובוהו, פינסטערניש האט געהערשט איבער'ן תהום, און דער "רוח אלקים" האט געשוועבט איבער'ן וואסער. דער אויבערשטער האט באשאפן די ליכטיגקייט, און האט אפגעטיילט צווישן דעם און די פינסטערניש.
  • אינעם צווייטן טאג האט ער באשאפן די הימל, וואס טיילט אפ צווישן די מים העליונים און די וואסערן אויף דער ערד.
  • אינעם דריטן טאג האט דער אויבערשטער איינגעזאמלט אריין אין די ימים דאס וואסער וואס האט פארשוועמט דעם ערד, און דאס טרוקעניש האט זיך אנטפלעקט. און דעם טאג האט ער אויך באשאפן די געוויקסן.
  • אינעם פערטן טאג האט ער אויפגעהאנגען די זון, די לבנה, און די שטערנס אינעם הימל, און האט באשטימט אז דער זון זאל לייכטן בייטאג און די לבנה ביינאכט.
  • אינעם פינפטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן באשעפענישן פון וואסער און די פייגלען פון הימל, און האט זיי געבענטשט זיי זאלן זיך מערן און אנפילן די וועלט.
  • אינעם זעקסטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן די באשעפענישן וואס לעבן אויף דער ערד. ביים ענדע פונעם באשאף האט דער אויבערשטער באשאפן דעם מענטש (אדם).
  • דער זיבעטער טאג: סוף פונעם זעקסטן טאג האט זיך געענדיגט דאס באשאף, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער גערוט פון יעדע ארבעט. ער האט געבענטשט דעם טאג און עס באשטימט אלס הייליגער טאג.

נאכ'ן שילדערן די זעקס טעג פון באשאף, טוט דער פסוק ווידערהאלן אז איידער דער מענטש'נס באשאף האט נאכניישט געשפראצט קיין געוויקסן וויבאלד גאט, וואס ווערט פון דא אין ווייטער דערמאנט מיט ביידע שמות, הוי"ה און אלקים[2], האט נאכנישט בארעגנט דעם ערד, און עס איז נאכנישט געווען ווער עס זאל עס באארבעטן. עס ווערט געשילדערט דער באשאף פונעם מענטש[3], און דער גן עדן - א גארטן וואס גאט האט איינגעפלאנצט אין עדן און זיין ארום, זיינע טייכן און ביימער. דער אויבערשטער האט געלייגט דעם מענטש אין גן עדן און עס אים געגעבן "איר צו באארבעטן און באהיטן", און האט אים באפוילן צו עסן פון אלע פרוכט פון גארטן אויסער פון די פרוכט פונעם עץ הדעת - "דער בוים פון וויסן גוט און שלעכט", ווייל אינעם טאג וואס ער עסט דערפון וועט ער שטארבן. דערנאך זאגט דער אויבערשטער אז "עס איז נישט גוט אז דער מענטש איז אליין - איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים". ער האט געברענגט פאר'ן מענטש אלע חיות אז ער זאל זיי רופן מיט נעמען, אבער פאר זיך האט דער מענטש נישט געטראפן קיין געהילף. האט דער אויבערשטער ארויפגעווארפן אויף אים א טיפן שלאף, גענומען איין ריפּ פון זיין קערפער און פון דעם האט ער אויסגעבויט דער פרוי און איר געברענגט צום מענטש, וואס האט איר אנגערופן אשה, "פרוי".

חטא עץ הדעת

דערנאך ווערט געשילדערט[4] ווי דער נחש הקדמוני רעדט איבער דעם פרוי אז עס וועט זיי נישט קומען קיין טויט דורכ'ן עסן פון די פרוכט פון עץ הדעת וואס דער באשעפער האט זיי פארבאטן, נאר דער אויבערשטער וויל צוריקהאלטן פון זיי פארשטאנד און געטליכקייט. חוה עסט דערפון און געבט עס אויך פאר איר מאן צו עסן. זיי ווערן באוואוסטזיניג אז זיי זענען אנטבלויזט, און גארטלען זיך אן מיט פייגן בלעטער. דער אויבערשטער האלט פאר דעם מענטש און זיין פרוי, און אלס שטראף שעלט ער דעם שלאנג, מיטן אפשניידן די פיס זי זאל זיך שלעפן אויפ'ן האלז, זי זאל עסן ערד און עס זאל הערשן א פיינטשאפט צווישן איר און די מענטשהייט. חוה איז באשטראפט געווארן מיט צער גידול בנים, מיט צער העיבור און אז דער מאן זאל געוועלטיגן איבער איר. אדם איז געשטראפט געווארן מיט דארפן שווער ארבעטן פאר ברויט און מיט ענדגילטיגע טויט.

דער מענטש רופט זיין פרוי מיט'ן נאמען חוה, און דער אויבערשטער מאכט פאר זיי העמדער. דאן פארטרייבט ער זיי פון גן עדן.

קין און הבל

אדם און חוה געבוירן צוויי זין, קין און הבל. הבל ווערט א פאסטוך און קין - א פעלד ארבעטער. ביידע ברידער ברענגען א מנחה פאר גאט, קין פון פרוכט און הבל פון זיינע שעף'ס בכורות, אבער גאט ווענדט זיך בלויז צו הבל'ס מנחה. אין רעאקציע הרג'עט קין זיין ברודער און ווערט באשטראפט מיט אייביגע וואגלנישן. צו זיין שוץ געבט אים גאט אן "אות" - וועלכער ווערט נישט ארויסגעשריבן - אז ער זאל נישט ווערן געטשעפעט דורך פיינט וואס וועלן אויסנוצן זיין שוואכקייט. דערנאך ווערט דערציילט איבער די דינאסטיע וואס איז ארויס פון קין, ביז למך און זיינע זין.

צען דורות

נאך הבל'ס טויט ווערן געבוירן צו אדם און חוה א דריטער זון מיט'ן נאמען שת. ער האט געלעבט 912 יאר און געבוירן אנוש. אנוש האט געלעבט 905 און געבוירן קינן. קינן האט געלעבט 910 יאר און געבוירן מהללאל....... *** א טאבעלע לכאורה קומט אריין דא ***

די פרשה שילדערט די צען דורות פון אדם ביז נח,

וועלט קארופציע

די פרשה ענדיגט זיך מיט די שילדערונג פון די עטישע קארופציע וואס האט געהערשט אויף דער וועלט, און אז די בני האלהים האבן זיך גענומען פרויען. דער אויבערשטער האט געצערנט אויף די מענטשן'ס שלעכטע מעשים און אפגעמאכט (כביכול) צו אפווישן אלע באשעפענישן פון דער וועלט. נח, אבער, האט יא געטראפן חן אין גאט'ס אויגן.

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך איז פארהאן איין מצווה אין דער פרשה:

די מצוות מקור די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן די וואס זענען באפוילן
פריה ורביה וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ[5] יא מענער[א]

לויט טייל ראשונים[6] איז די פסוק אין בראשית א ברכה צו אדם אז ער זאל זיך מערן, און די מצווה לערנט מען ארויס פון די פסוק אין פרשת נח ט, ז; וְאַתֶּם פְּרוּ וּרְבוּ שִׁרְצוּ בָאָרֶץ וּרְבוּ בָהּ[7].

אסאך ראשונים האלטן אז גויים זענען אויך באפוילן מיט'ן חיוב פון פריה ורביה, וויבאלד דער אויבערשטער האט באפוילן "פרו ורבו" פאר אדם, דער טאטע פון די גאנצע מענטשהייט[8]. אנדערע ראשונים האלטן אבער אז בני נח זענען נישט מחוייב[9].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ישעיהו מב. די תימנ'ע און איטאליענער הייבן אן ביי פסוק א', די ספרדים און אשכנזים הייבן אן ביי פסוק ה'. די תימנ'ע ענדיגן ביי פסוק ט"ז, די ספרדים, איטאליענער און די קהילות פראנקפורט דמיין און פאזנע ביי פסוק כ"א, און די איבריגע אשכנז'ישע קהילות ביי קאַפּיטל מ"ג, פסוק י'. די הפטורה רעדט איבער די הנהגה פונעם אויבערשטן און הויבט זיך אן מיט'ן וועלט באשאף און די וואס לעבן אין איר:

כֹּה אָמַר הָאֵל ה' בּוֹרֵא הַשָּׁמַיִם וְנוֹטֵיהֶם רֹקַע הָאָרֶץ וְצֶאֱצָאֶיהָ נֹתֵן נְשָׁמָה לָעָם עָלֶיהָ וְרוּחַ לַהֹלְכִים בָּהּ. אֲנִי ה' קְרָאתִיךָ בְצֶדֶק וְאַחְזֵק בְּיָדֶךָ וְאֶצָּרְךָ וְאֶתֶּנְךָ לִבְרִית עָם לְאוֹר גּוֹיִם.

ביי די ראָמאַניאָטן ליינט מען ישעיהו סה, טזסו, יא.

אין יארן וואס די ערשטע טאג ראש השנה געפאלט אום שבת, געפאלט ראש חודש חשוון זונטאג און מאנטאג נאך שבת בראשית, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פאראמעטער [ ממרא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בראשית", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. לויט תנא קמא אין די משנה יבמות סה, ב, לויט רבי יוחנן בן ברוקא זענען פרויען אויך מחוייב.

רעפערענצן


מוסטער:מאדם עד נח