כ"ד תמוז
דאטום אין אידישן לוח
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
כ"ד תמוז איז דער פיר־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צענטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פיר־און־צוואנציגסטער טאג פונעם פערטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
השא זחא |
זונטאג | מטות-מסעי |
החא | זונטאג | מסעי |
בחג זחג זשג |
דינסטאג | מטות-מסעי |
השג | דינסטאג | מסעי |
בחה בשה גכה זשה |
דאנערשטאג | מטות-מסעי |
הכז | שבת | פינחס |
בשז גכז |
שבת | פינחס (אין חו"ל), מטות (אין א"י) |
חגים וזמנים
- בין המצרים
- לויט איין מקור, איז א סכנה אין דעם טאג צו מקיז זיין בלוט אדער ארויסלאזן א קינד אליינס אויף דער גאס[1]
- פורים דופצינא, צוליב וואס דער שלעכטער מיניסטאר פון שטאט איז געווארן אומגעברענגט, אין יאר ה'תקל"ט[2]
געשעענישן
געבוירן
- ה'תרע"ו – רבי שלום סאפרין, אדמו"ר פון קאמארנא אין ירושלים (נפטר ה'תשנ"ח)
- ה'תר"פ – רבי לוי ראבינאוויטש, א רב און פוסק אין ירושלים, מחבר פון די סעריע הלכה ספרים "מעדני השלחן" (נפטר ה'תשע"ה)
- ה'תש"ד – רבי נסים הררי, ראש ישיבת החיד"א, און פון די רבנים פון בית וגן אין ירושלים
יארצייטן
- ה'ת"ץ – יששכר בערענד לעהמאן, הויף איד פון אויגוסט דער צווייטער פון פוילן, און א בארימטער פילאנטראפ (געבוירן ה'תכ"א)
- ה'תרס"א – רבי אפרים צבי איינהארן, רב און ראש ישיבה אין אמסטוב (געבוירן ה'תרי"ד)
- ה'תרס"ב – רבי יעקב יוסף יאזעף, רב הכולל פון ניו יארק סיטי
- ה'תרצ"ד – מנחם מענדל בייליס, וועלכער איז געווען באשולדיגט אין אן עלילת דם
- ה'תש"א – רבי כמוס פלאח, רב פון בענגאזי, ליביע
- ה'תשי"ג – רבי יהושע בירדוגו, דער הויפט רב פון מאראקא (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תשי"ג – רבי טוביה יהודה טביומי, א תלמיד פון דער אבני נזר, פון די פירער פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה
- ה'תשס"ג – רבי יצחק קוליץ, רב הראשי פון ירושלים
- ה'תשע"א – רבי מרדכי דוד כהנא, אדמו"ר פון ספינקא-ירושלים
- ה'תשע"ז – רבי משה חיים שמערלער, רב פון פון "קהילת מחזיקי הדת" אין ציריך, שווייץ איבער פופציג יאר