ליקוטי אמרים תניא

ווערסיע פון 16:13, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")

ספר התניא, וואס ווערט אויך גערופן לקוטי אמרים אדער ספר של בינונים אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין חב"ד בפרט, און אין חסידות בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין ה'תקנ"ז אין סלאוויטא, דורכן מחבר, דער גרינדער פון חסידות חב"ד רבי שניאור זלמן פון לאדי, און אויפן נאמען פון דעם ספר ווערט ער אויך גערופן דער "בעל התניא".

תניא לקוטי אמרים - תניא
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך אדמו"ר הזקן
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש, פראנצויזיש, רוסיש, אידיש, שפאניש, איטאליעניש, גרוזיניש, דייטש און העברעיש.
סוגה ספרי חסידות, חב"ד
הוצאה
הוצאה סלאוויטא
מספר עמודים 503
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תקנ"ז
דרויסנדיגע לינקס
היברובוקס 49432

דער ספר דינט אלס דער ספר יסוד פון חסידות חב"ד, און אנטהאלט אנווייזונגען צום לעבן און פאר עבודת הבורא, באזירט אויף געמיינזאמע ארבעט פון הארץ און מח. דאס איז דער ערשטער ספר וואו עס זענען סיסטעמאטיש אראפגעשריבן געווארן די פרינציפן פון חסידות, און עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט-חסידישע וועלט.

נאך וואס דער ספר איז ארויס האט עס אויסגערופן התנגדות אויך אינערהאלב טייל חסיד'ישע קרייזן, וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט צום מהלך פון חב"ד, און בכלל צום פארשפרייטן טיפע חסידות אפענערהייט. אין שפיץ פון די קעגנער זענען געשטאנען רבי אברהם פון קאליסק און רבי ברוך מעזשביזשער, אן אייניקל פונעם בעש"ט.

דער ספר ווערט גערופן לויטן ווארט מיט וואס עס הייבט זיך אן. אין ספר ווערן אנאליזירט דריי סארט אידן - "צדיק", "רשע" און "בינוני", און עס ווערט אויסגעשמועסט דער וועג אין עבודת ה' פאר'ן "בינוני", וואס יעדער איד קען זיין (אנדערש ווי די מדריגה פון "צדיק", וואס איז נישט פאר יעדן).

געבוי

קודעם איז דא 'שער בלאט' וואס איז געשריבן דורכ'ן מחבר. נאכדעם איז דא הסכמות פון די רבנים רבי משולם זוסיל פון אניפולי און רבי יהודה לייב הכהן וואס זיי האבן געגעבן פארן מחבר; די הסכמה פון די קינדער פונעם מחבר: מיטלער רבי, הרב חיים אברהם, און הרב משה. נאכדעם איז דא 'די "הקדמת המלקט"', וואס איז א בריוו פונעם 'בעל התניא' וואס ער האט צוגעפאסט אלס הקדמה צום 'חלק א' - לקוטי אמרים,

לקוטי אמרים

אינהאלט

דער חלק איז בעצם דער עיקר ספר, און אסאך מאל רופט מען דעם גאנצן ספר אויף דעם נאמען. דער מחבר רופט דאס (ביים 'שער בלאט'): "ספר של בינונים". וויבאלד ער האט זיך געהאלטן קליין, רופט ער דעם ספר א "ליקוט" - "מלוקט מפי ספרים ומפי סופרים", אפילו ער שרייבט דארט א נייע וועג. דער חלק איז פארנומען צו באלעבן דעם פסוק: "כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו", וואס במשך די פרקים איז ער מסביר באריכות יעדן ווארט פונעם פסוק.

 
ספר התניא געדרוקט אין תל אביב אין יאר תש"ג. - די ערשטע מהדורה געדרוקט אין ארץ ישראל.

דער בינוני

אין די-53 פרקים פונעם ספר איז דער מחבר מסביר אז א "בינוני" איז א מדרגה וואס יעדער איד דארף וועלן זיין. וואס אנדערש פון א צדיק, וואס דינט דעם באשעפער מתוך תענוג, איז דער בינוני פארנומען א גאנצן לעבן צו זיך אמפערן. ער איז צוריסן צווישן די צווי נפשות וואס זענען אין אים - דער נפש האלוקית און דער נפש הבהמית.[א]

קריגעריי פון 'נפש האלוקית' און 'נפש הבהמית'

דער 'נפש האלוקית' איז א "חלק אלוקה ממעל ממש", און וויל נאר טון רצון ה'. דער 'נפש הבהמית' - וויל די רצונות וואס דער מענטש מיט די אלע אנדערע בעלי חיים זענען גלייך, ווי עסן, שלאפן, לעבן וכו', יעדער ציט צו זיין זייט און וויל אליין געוועלטיגן, ווי זיין לשון אין ספר "שתהא היא לבדה המושלת עליו ומנהיגתו וכל האיברים יהיו סרים למשמעתה" (פרק ט'). דער 'נפש הבהמית' ווערט אויך גערופן מיט די נעמען - "הנפש הטבעית" אדער "החיונית", צו קלאר מאכן אז עס האט נישט נאר שלעכט, - אין נפש פון א איד איז דא בטבע אויך גוטע זאכן ווי 'רחמנות' און 'גמילות חסדים', וואס קומט פונעם 'נפש הבהמית', דערפאר איז נישט דער תפקיד פונעם 'נפש האלוקית' צו מבטל זיין די 'נפש הבהמית' נאר צו איר פארעכטן,

גווינס פון 'נפש האלוקית'

דער מחבר געבט אפאר עצות, וויאזוי צו מגביר זיין די 'נפש האלוקית' אז ער זאל געוועלטיגן אליין אויפן גוף. דער עיקר עצה איז התבוננות. דער 'בעל התניא' איז מסביר, אז דער עיקר פלאץ פונעם 'נפש הבהמית' איז אינעם לינקן זייט פונעם הארץ, און עיקר פלאץ פונעם 'נפש האלוקית' איז אין מח, און וויבאלד בטבע איז דער מוח שולט אויפן הארץ ווי דער לשון פונעם מחבר: "המוח שליט על הלב מתולדתו", דארף דער 'בינוני' משקיע זיין זיינע אלע כוחות צו זיך מתבונן זיין אין די גרויסקייט פון די מעשים פונעם באשעפער, וואס דער התבוננות, וועט משפיע זיין אופן הארץ, - וואס דארט איז דער 'נפש הבהמית' און ער וועט אויכט וועלן טון רצון השם, אזוי אויך איז דער פאברייטערט דארט דער מחבר אין די כח פון תורה און מצוות וואס דאס דרייט איבער דעם 'נפש הבהמית' און דער גוף, אז זיי זאלן עלפן טון רצון השם.

דער חלק קען מען צוטיילן אין זעקס חלקים: א. ביאורים וואס איז דאס א בינוני (א-י"ב), ב. די עבודה פון א בינוני (י"ג-כ"ה), ג. עצות אין עבודת השם (כ"ו-ל"ד), ד. די רצון אז עס זאל זיין א דירה בתחתונים (ל"ה-מ), ה. אהבת השם (מ"א-נ), ו. די מעלה פון מצוות דווקא אין דער וועלט (נ"א-נ"ג). דרך אגב ווערט אויך מבואר אין ספר אנדערע נושאים אין עבודת השם אויפן דרך החסידות ווי 'גאולה', 'אהבת ישראל', און נאך.

שער היחוד והאמונה

חינוך קטן

קודם ברענגט ער א כעין הקדמה וואס ריפט זיך 'חינוך קטן', וואס רעדט אויף דעם וואס, עס איז פאראן אהבה וואס א יוד וועקט אויף זיין הארץ, און עס איז פאראן אהבה עצמית וואס איז דא אין ידער איד פונעם נשמה, און אפילו וואס דער אהבה עצמית איז העכער, דארף יעדער הארווען אויף די אהבה וואס קומט דורך די אייגענע מחשבות,[ב] און דער וועג איז דורך אמונה (וואס דאס איז דער תוכן פון שער היחוד והאמונה).

שער היחוד והאמונה

אין די-12 פרקים פונעם 'שער היחוד והאמונה' איז ער פארנומען צו מסביר זיין די שיטה פונעם בעל שם טוב אז אחדות השם איז נישט נאר פשט אז עס איז נישטא נאך א גאט אדער זאך אין דער וועלט, נאר אז דער גאנצער בריאה איז נאר א חלק פונעם התגלות האלוהית. ער איז מבאר באריכות די נושאים וואס זענען פון די יסודות אין אידישקייט און קבלה ווי דער נושא פון "צמצום" [ג]. וואס רעדט אז דאס וואס דער באשעפער האט זיך מצמצם געווען אז א מענטשן קענען אים נישט זען, מיינט אבער נישט ח"ו אז ער איז באמת נישטא, מיט לאנגע ביאורים ווי אזוי עס שטומט.

אנהייב האט דער מחבר געוואלט אנהייבן דעם הספר מיט דעם חלק [ד] ווייל[1] כדי צו אנקומען צו אהבת השם און יראת השם, וואס דאס איז דער תוכן פונעם ערשטן חלק ('לקוטי אמרים'), דארף מען קודם אמונה אין יחודו ואחדותו יתברך - וואס דאס איז דער תוכן פון 'שער היחוד והאמונה' (חלק ב'), (מען קען דאס נאך היינט מערקן ווייל ביי די צוויטע חלק ווען ער רעדט פון עפעס וואס שטייט אויך אינעם ערשטן חלק שרייבט ער 'כמו שיתבאר' און נישט 'כמו שנתבאר'), האבער שוין ביים ערשטן דריק האט דער מחבר דאס פארביטן און געדרוקט ווי עס איז היינט (קודם 'לקוטי אמרים' און נאכדעם 'שער היחוד והאמונה'), וועגן בהאלטענע טעמים[2], .

אגרת התשובה (מהדורה בתרא)

אין די 12 פרקים פון אגרת התשובה איז דער מחבר מבאר דעם חסידי'שן מהלך אויף תשובה, וואס דאס איז, אז תשובה איז נישט נאר אויף עבירות, נאר תשובה מיינט אז א יוד הייבט זיך אויף צום באשעפער, ווי עס שטייט אין פסוק "והרוח תשוב אל האלוקים אשר נתנה", ער לייגט צו אז מען קען נישט תשובה טון אויף א עבירה אן תשובה טון און צריקערן דעם גאנצן מענטש, דרך אגב איז ער אויך מבאר די סוגיות פון תעניות און סיגופים על-פי התורה, און נאך,

די צוועלעף פרקים קין מען צוטיילן אין דריי חלקים, די ערשטע דריי פרקים (א-ג) איז ער מבאר 'תשובה' על פי נגלה, די קומענדיגע פינעף (ד-ח) איז ער מבאר 'תשובה' על פי חסידות, די לעצטע פיר (ט-"יב) איז ער משלב דעם חסידישן ביאור מיטן נגלה'דיגן ביאור.

אגרת הקודש

32 בריוון (וואס ווערן געריפן 32 סימנים), 26 פון זיי איז כללות'דיגע בריוון פונעם מחבר און די אנדערע 6 זענען בריוון אין ענינים פון חסידות, די סימנים רעדן פון אסאך נושאים. צווישן זיי ביאורים אין מאמרים פון ספר הזוהר, סוגיות אין קבלת האר"י, בקשות צו שטיצן די אידן פון ארץ ישראל, און אויף צדקה בכלל, עידוד און חיזוק אין עבודת השם און נאך.

קונטרס אחרון

9 פרקים (וואס ווערן געריפן 9 סימנים), אין די ערשטע פינעף איז ער מבאר בעיון סתירות אין זוהר און קבלה, - די ערשטע דריי איז אויף א סתירה פון א זוהר וואס ווערט געברענגט אין פרקים ל"ט-מ"א. די אנדערע צווי איז א ביאור אין פרי עץ חיים. די לעצטע דריי איז בריוון פונעם מחבר. (ווען מען רעכנט די חלקים פון תניא, רעכנט מען על פי רוב נאר פיר חלקים און דער חלק רעכנט מען א חלק פון 'אגרת הקודש' וואס איז דער פערדער חלק,)

 
א בילד פונעם ערשטן שער פונעם ספר ספרוואס איז צוגעלייגט 'אגרת התשובה' און 'קונטרס אחרון' (זאלקווא ה'תקס"ה)

גדולי ישראל אויפן ספר

די התנגדות

נאך וואס עס איז ארויס געקומען דער ספר, איז ארויס רבי אברהם קאליסקער דער בעל התניא'ס נאנטער פריינד, אנטקעגן דעם ספר און האט געטאנעט אז נישט דאס איז דער דרך החסידות[3]. ער האט געטאנעט אז די רבי'ס - דהיינו דער מזריטשער מגיד און רבי מנחם מנדל פון וויטבסק "פלעגן אכטונג געבן אז פאר רוב חסידים האבן זיי גערעדט נאר דברי מוסר און אמונת חכמים" [ה]. ער האט געהאלטן אז רוב חסידות דארף זיין געבויט אויף 'אמונת חכמים' און יראת שמים, אבער סודות התורה, וואס דאס האט דער 'בעל התניא' געשריבן אין ספר, דארף מען רעדן נאר פאר בני עלייה[4]. דער מחלוקת איז זייער גרויס געווארן אין נאך צדיקים זענען אריינגעמישט געווארן, ווי רבי ברוך מעזשביזשער און רבי אשר פון סטולין, אבער רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב איז יא געגאנגן מיטן 'בעל התניא'[5]. און רבי נחמן מברסלב האט פראבירט מאכן שלום צווישן זיי ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל אין יאר תקנ"ט (1799 למנינם)[6]. [ו].

די הערצה

מצד שני האט עס באקומען אסאך הערצה פון אנדערע חסיד'ישע גדולים, ווען רבי לוי יצחק פון ברדיצ'וב האט געזען דעם ספר האט ער זיך אנגערופן: "איך ווינדער זיך וויאזוי קען מען אריינלייגן אזא גרויסן באשעפער אין אזא קליין ספר"[8], רבי ברוך'ל פון מעזיבוז האט געזאגט: אז "'תניא' איז דער 'ספר פארן שכל'" [9], דער אוהב ישראל (אפטער רב) האט געזאגט: "אויך אונזערע עלטערן אברהם יצחק און יעקב האבן זיך געפירט אין די דרך וואס עס שטייט אין 'תניא'", און אפילו ביי רבי עקיבא אייגער פלעגט ליגן דער ספר ביי אים אופן טיש[10].

בפרט אין חב"ד איז עס זייער גרויס דער ריי"ץ פלעגט דאס רופן "תורה שבכתב פונעם חסידות", אין חב"ד לערנט מען שוין 'תניא' פון קליין, און עס איז מקובל אז האלטן דעם ספר מיט זיך איז א סגולה אויף: אמונה און מחשבות זרות און הרהורי כפירה[11], אהבת ה' און יראת ה' [מקור פארלאנגט], קטורת אויף אלע רוחניות'דיגע מגפות[12], שפע ברכה און הצלחה[13], הצלה און ישועה[14]. די רבי'ס פון חב"ד האבן געזאגט אז מען זאל מיטנעמען דעם ספר צו ווי מען פארט אלס סגולה צו שמירה און הצלה[15].

דרוק און ביאורים

פארן דרוקן פלעגן די חסידים זיך אליין נאכשרייבן ביכלעך. אבער וויבאלד עס איז אריינגעפאלן אסאך טעותים,[ז].האט דער 'בעל התניא' מחליט געווען צו דריקן דעם ספר[17] און דער 'בעל התניא' האט דאס געדריקט אין יאר ה'תקנ"ז, אבער דארט איז נאר געדריקט געווארן די ערשטע דריי חלקים 'לקוטי אמרים' 'שער היחוד והאמונה' און 'אגרת התשובה', אין יאר ה'תקע"ד - נאכן פטירה פונעם מחבר האבן די קינדער פונעם מחבר צוגעלייגט די לעצטע צווי חלקים 'אגרת הקודש' און 'קונטרס אחרון',[18] אין דריק פון וילנה אין יאר ה'תר"ס האט מען צוגעלייגט נאך השלמות פון די בריוון[19].
עס איז דא אפאר ספרים אין חב"ד וואס איז מיוסד אופן 'תניא' ווי: 'קונטרס ההתפעלות' (פון מיטלער רבי), 'נר מצווה ותורה אור - שער האמונה ושער היחוד' (פון מיטלער רבי), 'דרך חיים' און 'שער התשובה' - ספרים וואס איז מבוסס אויף "אגרת התשובה" וואס איז אין תניא (פון מיטלער רבי), 'קיצורים והערות לספר התניא' פון צמח צדק, 'מאמר האמנת אלקות', אין ספר דרך מצוותיך פון צמח צדק, 'מראי מקומות, הערות וציונים בספר של בינונים' (רבי מנחם מנדל שניאורסאהן). אזוי אויך די ספרים פון רבי אהרון פון סטרשלה זיין תלמיד מובהק 'שערי עבודה' און 'שערי היחוד והאמונה',

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. די כלל איז אז א 'צדיק' האט שוין בכלל נישט קיין נסיונות, און א 'בינוני' האט נאך יא - אבער ער שטארק זיך, און א 'רשע' געבט גיך נאך זיינע רצונות.
  2. ער ברענגט דארט אפאר טעמים פארוואס
  3. אין קבלה רופט מען עס 'צמצום כפשוטו' אדער 'צמצום שלא כפשוטו'
  4. לויט די דעה פון הרב פרץ יצחקי (ספר "הרב", תשע"ה, עמוד שסא) איז 'שער היחוד והאמונה' געשריבן געווארן נאכן ערשטן חלק, און מען האט עס נאר געוואלט דריקן די ערשטע. און לויט די דעה פון הרב נחום גרינולד (דארט, עמוד שסו) איז דאס געשריבן געווארן דער ערשטער.
  5. אין מקור אויף לשון הקודש: שהיו נשמרים ונזהרים מאד בדבריהם שלא להשמיע לרוב החסידים ורובם ככולם, כי אם בדרך מוסר ולהכניסם בברית אמונת חכמים
  6. צוליב די מחלוקת איז אריבער בערך-15 משפחות פון חב"ד וואס האבן געווינט אין טבריה צו חברון, אין געבויעט דארט די חב"ד'סקער געגנט, [7]
  7. אין חב"ד איז מקובל, אז עס איז געווען וואס האבן דאס עכסטער פאדרייט (די מתנגדים אויף חסידות), און אז וועגן דעם שטייט אין הסכמה פון רבי זושא מאניפולי און אין הקדמה פונעם מחבר "סופרים משונים" [16]

רעפערענצן

  1. לקוטי שיחות כ"ה עמוד 200.
  2. אגרות קודש כ"ב עמוד שצט. און זע אפאר השערות: "הלקח והלבוב", עמוד ר; "נר למשיחי" עמוד לח; "הרב", עמוד שעד והערה 29.
  3. אגרות קודש לרבי שניאור זלמן נספחים 22 - 23, עמ' תצ"ח.
  4. אגרות קודש שנדפסו בסוף ספר פרי הארץ, אגרת נז.
  5. אגרות בעל התניא ובני דורו עמ' קסט.
  6. שבחי הר"ן, סימן כ'. חיי מוהר"ן סימן ט
  7. ראו גם: ח' שטימן כ"ץ, ראשיתן של עליות החסידים, יד בן צבי, עמ' 111
  8. שמועס פון רבי'ן פון לובביץ', כ"ד בטבת תשל"ט
  9. בית רבי פרק כ"א הערה ד'
  10. אגרות סופרים עמ' 56 בשם זיין איידעם
  11. אגרות קודש חלק ו' ע' קכג.
  12. קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים ע' קכה.
  13. קיצורים והערות לספר לקוטי אמרים ע' קכח.
  14. הרב שמואל נודל וואס האט געהערט פון זיין ברודער. זע "לקוטי ספורים" פרלוב הוצאה ראשונה ע' קסא.
  15. לדוגמא אגרות קודש חלק י"ג אגרת ד'תרמט (במכונית, ביחד עם סידור ותהילים). אגרות קודש חלק י"ט אגרת ז'רסח (עם תהילים, ושיהיה לכל אחד הנוסעים, וגם ללמוד מתוכם). מענה משבט [תשנ"ב]] ליקוט מענות תשנ"ב מענה שלא (חת"ת).
  16. הרב יוסף ויינברג, שיעורים בספר התניא, הסכמות; דארט, הקדמת המלקט.
  17. לקוטי אמרים – תניא, הסכמת רבי משולם זוסיל מאניפאלי; שם, הקדמת המלקט.
  18. נזר התניא, פרק שמיני. מפתח העניינים לספר התניא. און נאך
  19. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען אגק