ט' שבט
דאטום אין אידישן לוח
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ט' שבט איז דער ניינטער טאג פונעם פינפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינטער טאג פונעם עלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחג בחה זשג זשה |
זונטאג | בשלח |
בשה בשז גכה גכז |
דינסטאג | בשלח |
החא | מיטוואך | בשלח |
הכז | דאנערשטאג | בשלח |
זחא זחג |
פרייטאג | בא |
השא השג |
פרייטאג | בשלח |
חגים וזמנים
- אין חסידות בעלזא פייערט מען די רעטונג פון דער פריערדיגער בעלזער רב און זיין ברודער דער בילגורייער רב פון אונטער די נאציס.
געשעענישן
געבוירן
- ה'תרפ"א – לאה אסתר האגער, די ערשטע ווייב פון רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק (נפטר כ"ט שבט ה'תשנ"ג)
- ה'תש"ז – יהושע מונדשטיין, א היסטאריקער, ביבליאגראף, און חוקר פון חסידות (נפטר ב' טבת ה'תשע"ה)
יארצייטן
- ה'קל"ו – רבינו ניסים (ר"ן) פון גירונדי, פון די לעצטע ראשונים
- ה'ת"ע – רבי שלום שבזי, פון די גרעסטע משוררים און מקובלים אין תימן[1]
- ה'תקמ"ד – רבי אליהו ישראל, א רב און אב בית דין אין אלכסנדריה (געבוירן ה'תע"ה)
- ה'תקפ"ו – רבי רפאל ישעיהו אזולאי, דער רב אין אנקאנא און א שד"ר פאר ארץ ישראל, א זון פון דער חיד"א
- ה'תרכ"ה – רבי יהוסף שווארץ, א שד"ר, פון די ערשטע חוקרים פון ארץ ישראל, מחבר פון "תבואות שמש" און "תבואות ארץ" (געבוירן כ"ג חשוון ה'תקס"ה)
- ה'תרל"ח – רבי שמעון דייטש, פון די תלמידים פון חתם סופר אין פרעשבורג, און פון די פראמינענטע מנהיגים פון די תלמידי החתם-סופר אין ארץ-ישראל
- ה'תר"ם – רבי אברהם אשכנזי, א הויפט רב פון ארץ ישראל אונטער די אטאמאנישע אימפעריע, דער ראשון לציון און חכם באשי (געבוירן ה'תקע"א)
- ה'תר"ן - רבי יעקב קטינא, ראב"ד אין חוסט, מחבר פון "רחמי האב"
- ה'תרצ"ט – רבי אברהם אמינוף, דער רב און מנהיג פון די בוכארישע קהילה אין ירושלים (געבוירן ה'תרי"ז)
- ה'תשכ"ח – רבי אליעזר סילווער, פרעזידענט פונעם אגודת הרבנים פון די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע, און א רב אין פענסילוועניע, מאסאטשוסעטס און אהייא (געבוירן כ"ג שבט ה'תרמ"ב)
- ה'תשס"א – רבי דוד טווערסקי, דער סקווערער רבי פון בארא פארק (געבוירן ה'תרפ"ב)
- ה'תשע"ו – רבי רפאל שמואלעוויטש, א ראש ישיבה אין דער מירער ישיבה און א מיטגליד פון דער רעדאקציע פון דער אנציקלופדיה תלמודית (געבוירן ה'תרצ"ח)
- ה'תשפ"א – מנחם מענדל משי זהב, שרייבער און ארויסגעבער פון הונדערטער ביכער אויף אידיש
רעפערענצן
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט אויפצומארגנס
ט' בשבטט' בשבט